וויירעל קליפ: היימישע מיידל ווערט ארעסטירט

שבת אחים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 3, 2024
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
629
פונקטן
113
ס׳פארט ארום א קליפ ווי א היימישע מיידל ווערט ארעסטירט דורך א אנדערקאָווער קאפ פאר א לייכטע Minor accident,
לויט ווי ס׳קוקט אויס האט זי אריינגעזעצט אין אים, און ער האט איר גלייך באפאלן געהייסן ארויסגיין פון די קאר און איר ארעסטירט. דערנאך פארט ארום א קליפ פון אַבראהם פון קאלעמענטי (מ׳פלעגט אמאל רופן “די וויליאמסבורגער על שאַרפּטען”…) ווי ער שרייט אז מ׳דארף איידענטיפייען די קאַפּ, און אים ארויסווארפן פון די סיסטעם, פארן ארעסטירן איינעם פאר א פענדער-בענדער, ספעציעל אויב ער איז געוועהן פארמישט אין די עקסידענט.

איך ווייס נישט צי מ׳מעג ארויפלייגן די קליפ וועגן פּרייוועסי, אבער סקרין שאטס יא.

איינער ווייסט מעהר דיטעלס אדער פשט פון די מעשה?

די ארעסט קוקט אויס שרעקליך, ווי ער שרייט אויף איר
!!!Get out of the car
!!!Turn around
זי קוקט אויס דערשראקן צום טויט און זייער פארלוירן

IMG_2080.jpeg
IMG_2082.jpeg
IMG_2065.jpeg
 
C/P
The girl is a 12th grader in a school in BP.

Seems her mother parked in a bus lane and left daughter in the car .

Girl moved the van( which has almost $4,000 in tickets on it …) and hit the other vehicle

The “cop” was was not undercover NYPD. He is someone from NYS Attorney General office - Tish James office.

When NYPD came to the scene, they got into pretty steamed at this guy that cuffed her , they forced him to uncuff the girl and they let her go .(she was not booked)

You don’t get cuffed for being in a fender bender ….

Just to be clear to the newcomers , we don’t do “clicks” at CBN , we try our best to help the Klal and post news stories relevant to the frum community . We don’t make up stories , we don’t post fake stuff and when and if we make a mistake , we issue a correction
 
ער האט איר לכאורה געמעגט קייטלען צוליב דעם וואס זי האט זיך אנטזאגט ארויסצוגיין פון איר קאר. נישט פאלגן א פאליציאנט ווען ער גיבט א lawful order איז אן ארעסטירבארע פארלעצונג
 
ער איז נישט אין פאליציי מונדירען, איך זעה נישט פארוואס א מיידל זאל זיך לאזן ווערן געקיייטלט פון סתם א פערזאן וואס זאגט אז ער איז א פאליציאנט.
אפילו אויב משום מה האלט ער אז ער מעג איר קייטלען זאל ער רופן פאליציי זאל טון די ארבעט.
איך האלט נישט אז ער איז א אנטעסעמיט, ער איז פשוט א בּעד-עקטאר און די וויקטאם איז גראדע א איד.
 
סתם א פערזאן וואס זאגט אז ער איז א פאליציאנט.

מסתמא האט ער געוויזן א בעדזש,

איך זעה נישט פארוואס א מיידל זאל זיך לאזן ווערן געקיייטלט פון סתם א פערזאן וואס זאגט אז ער איז א פאליציאנט.
איינער האט געזאגט אז זי ברויך זיך לאזן? העכסטנס וועט ער איר אויכעט טשארדזשן מיט resisting arrest
 
אפילו אויב משום מה האלט ער אז ער מעג איר קייטלען זאל ער רופן פאליציי זאל טון די ארבעט.
האלאו! ער איז 'די פאליציי', אנדערקאווער קאפס פירן דורך ארעסטן יעדן איינציגן טאג, נאכמער מאן יימר אז דאס איז אן אפיציעלע ארעסט, אפשר איז עס בלויז א citizens arrest?

למעשה קוקסט אויפן קליפ קוקט אויס ווי די מיידל גיבט א האק צו די טיר פון איר קאר און גרייט זיך אפצויאגן פון שטח, נו! האט ער דאך א רעכט איר צו פארהאלטן ביז די 'עכטע' פאליציי קומט אן :unsure:

שומרים יוכיח, ער איז דאך נישט ערגער ווי שומרים
 
ער האט איר לכאורה געמעגט קייטלען צוליב דעם וואס זי האט זיך אנטזאגט ארויסצוגיין פון איר קאר. נישט פאלגן א פאליציאנט ווען ער גיבט א lawful order איז אן ארעסטירבארע פארלעצונגטאר
נישט אזוי זיכער אז ער האט געמעגט. פארוואס מוז זי ארויסגיין פון די קאר? אז איינער האט א עקסידענט ווארט מען ביז די פאליציי קומט און מאכט א פאליס רעפארט, ער קען נישט מאכן א פאליס רעפארט ווען ער איז אליינס פארמישט אין די עקסידענט, ער מעג נישט ארעסטירן קיינעם פאר א קליינע עקסידענט, און ער האט איר לכתחילה נישט געמעגט ארויסרופן פון די קאר.

דאכצעך אז די געזעץ איז, אז איינער וואס ווערט אפגעשטעלט אדער האט א עקסידענט מוז יענער נישט ארויסגיין פון די קאר, זיי מוזן ניטאמאל געבן פאר די פאליציי זייער לייסענס, זיי מעגן פארלאנגען אז א העכערע ראַנקיגע אפיציר זאל אראפקומען, נאר געווענטליך טוט עס קיינער נישט, ווייל אויב האט יענער נישט קיין גוטע סיבה צו פארלאנגען א sergeant וועט עס ווערן ערגער די מצב,
און די פאליציי וועט זיי ארעסטירן און געווענטליך וויל קיינער זיך נישט פארטשעפענען מיט זיי.

אויב ער איז פארמישט אין די עקסידענט טאר ער איר לכאורה נישט ארעסטירן נאר ער דארף רופן אנדערע פאליציי. ספעציעל אז זי האט נישט פארלעצט קיינע פון די געזעצן, ווי ספידינג, טרעפיק לייט וכדומה.

קען זיין איך בין ראָונג, אבער כך נראה לי.
 
לעצט רעדאגירט:
נישט אזוי זיכער אז ער האט געמעגט. פארוואס מוז זי ארויסגיין פון די קאר. אז איינער האט א עקסידענט ווארט מען ביז די פאליציי קומט און מאכט א פאליס רעפארט, ער קען נישט מאכן א פאליס רעפארט ווען ער איז אליינס פארמישט אין די עקסידענט, ער מעג נישט ארעסטירן קיינעם פאר א קליינע עקסידענט, און ער האט איר לכתחילה נישט געמעגט ארויסרופן פון די קאר.

דאכצעך אז די געזעץ איז, אז איינער וואס ווערט אפגעשטעלט אדער האט א עקסידענט מוז יענער נישט ארויסגיין פון די קאר, זיי מוזן ניטאמאל געבן פאר די פאליציי זיין לייסענס, זיי מעגן פארלאנגען אז א העכערע ראַנקיגע אפיציר זאל אראפקומען, נאר געווענטליך טוט עס קיינער נישט, ווייל אויב האט יענער נישט קיין גוטע סיבה צו פארלאנגען א sergeant וועט עס ווערן ערגער די מצב,
און די פאליציי וועט זיך ארעסטירן און קיינער וויל זיך נישט פארטשעפענען מיט זיי.

אויב ער איז פארמישט אין די עקסידענט טאר ער איר לכאורה נישט ארעסטירן נאר ער דארף רופן אנדערע פאליציי.

קען זיין איך בין ראָונג, אבער כך נראה לי.
ער האט איר נישט 'ארעסטירט', ער האט איר בלויז detained (פארהאלטן) צוליב פארדאכט אז זי גייט אפפוצן
 
ער האט איר נישט 'ארעסטירט', ער האט איר בלויז detained (פארהאלטן) צוליב פארדאכט אז זי גייט אפפוצן
מעג ער אויך נישט אויב ער איז פארמישט אין די עקסידענט
ספעציעל אז זי איז נישט געלויפן אין ערגעץ
 
איינער ווייסט די מעשה דא? ווי אלט איז די טאכטער? אינטער 18? געהאט לייסענס? די מאמע האט געוואלט זי זאל זיצן ביים דרייווער סיעט נישט צי באקומען א טיקיט? ס'פעלט אסאך אינפאו
 
אזוי קוקט אויס די אויפברויז ווען פאליציי קייטלט א היימישע מיידל. יעדער האט א רעכט צו שרייען און פארלאנגען אן אויספארשונג (הגם איך בין אויבנאויף אויף די פאליצייס זייט אין דעם פאל)

-נישט חוזק מאכן פון די שווארצע געמיינדע ווען זיי ברויזן אנקעגען די פאליציי. גלייב מיר זיי האבן פיל ערגערע מעשיות ווי דאס אז מען האט געקייטלט עמיצער פאר 10 מינוט...

אויב די גלייבסט אזוי שנעל אז דער אפיציר איז מעגליך, וויירשיינדיל אדער זיכער אן אנטיסעמיט, דאן גלייב אויך אז ער קען זיין מעגליך א ראסיסט, סופרעמעסיסט אדער פאשיסט...

-הערט אויף מיט די צוויי-פאכיגע סטאַנדארטן.

-דאס בלויע מאַגנאַט אויף די אוחער פון דיין יוקאן, זאגט בסך הכול אז די ביסט פרא פאליציי - ווען ס'איז ביי א פרעמדע קאמיונעטי.
 
ער איז טאקע נישט קיין אנטיסעמיט איך גלייב נישט אז ער האט ע"ס געטין ווייל עס איז א אידשע מיידל

אבער עס איז יא אביאז אויף פאוער
 
אזוי קוקט אויס די אויפברויז ווען פאליציי קייטלט א היימישע מיידל. יעדער האט א רעכט צו שרייען און פארלאנגען אן אויספארשונג (הגם איך בין אויבנאויף אויף די פאליצייס זייט אין דעם פאל)

-נישט חוזק מאכן פון די שווארצע געמיינדע ווען זיי ברויזן אנקעגען די פאליציי. גלייב מיר זיי האבן פיל ערגערע מעשיות ווי דאס אז מען האט געקייטלט עמיצער פאר 10 מינוט...

אויב די גלייבסט אזוי שנעל אז דער אפיציר איז מעגליך, וויירשיינדיל אדער זיכער אן אנטיסעמיט, דאן גלייב אויך אז ער קען זיין מעגליך א ראסיסט, סופרעמעסיסט אדער פאשיסט...

-הערט אויף מיט די צוויי-פאכיגע סטאַנדארטן.

-דאס בלויע מאַגנאַט אויף די אוחער פון דיין יוקאן, זאגט בסך הכול אז די ביסט פרא פאליציי - ווען ס'איז ביי א פרעמדע קאמיונעטי.

איינער האט דערמאנט אנטיסעמיט?

מען רעד פון א שלעכטע בריה וואס עביוזט זיין פאויער
 
איך ווייס נישט צי מ׳מעג ארויפלייגן די קליפ וועגן פּרייוועסי, אבער סקרין שאטס יא.

@שבת אחים כ'פרוביר צו פארשטיין די אונטערשייד צווישן א ווידעא אין א בילד פון א געקייטלטע מיידל? אפשר האלסטו נאר פון סליידס און נישט פון DVD?.... :unsure:
די ארעסט קוקט אויס שרעקליך, ווי ער שרייט אויף איר
!!!Get out of the car
!!!Turn around
זי קוקט אויס דערשראקן צום טויט און זייער פארלוירן
שטארק רעקאמאנדירט דו זאלסט וואטשן cops וועסטו געוואר ווערן וויאזוי פאליציי פונקציאנירט אין אמעריקע
 
@שבת אחים כ'פרוביר צו פארשטיין די אונטערשייד צווישן א ווידעא אין א בילד פון א געקייטלטע מיידל? אפשר האלסטו נאר פון סליידס און נישט פון DVD?....
א בילד איז נישט אזוי געפערלעך ווי א ווידיאו ווי מ'זעט די מיידל דערשראקן צום טויט.
 
Back
Top