וויאזוי טוישט מען די מיינונג? עפיסטעמאלאגיע, מעטאפיזיק און אמונות־געוועבן

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
31
רעאקציע ראטע
308
פונקטן
53
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט ד' - וויאזוי טוישט מען די מיינונג? עפיסטעמאלאגיע, מעטאפיזיק און אמונות־געוועבן

זעט די פריערדיגע ארטיקלען דא.

אין די פריערדיגע ארטיקלען האבן מיר אסאך גענוצט דאס ווארט 'וועלטבאנעם'. עס איז יעצט די צייט דאס אביסל צו פארברייטערן און קלאר מאכן פינקטליך וואס מיר מיינען מיט דעם טערמין און וויאזוי מיר קענען עס ניצן אויף צו אנאליזירן און פארגלייכן פארשידענע וועגן פון אנקוקן און פארשטיין די וועלט.

לאמיר זיך ערשט נענטער באקענען מיט אן אנדער טערמין וואס מיר האבן אסאך ארומגעווארפן: עפיסטעמאלאגיע. עפיסטעמאלאגיע איז דאס פילאזאפישע פעלד וואס שטודירט וויסן און די מקורות פון וויסן. עפיסטעמאלאגיע באשעפטיגט זיך מיט שאלות פון גלויבן (אינעם ברייטסטן זין, נישט נאר דעם רעליגיעזן), ווארהייט, און די באציאונגען צווישן זיי. קלאסישע עפיסטעמאלאגישע שאלות זענען: 'ווען הייסט אן ארטיקל פון גלויבן (ד.ה. א ספעציפישע פראפאזיציע וואס איך גלייב דערין) וויסן (ד.ה. אז נישט נאר איך גלייב די פראפאזיציע, נאר איך ווייס עס)?' אדער, 'וואס זענען פארלעסליכע מקורות און מעטאדן פון וויסן (ד.ה. וועגן פון אנקוקן די וועלט אדער זיך באציען צו באווייזן וואס פירן פארלעסליך צום אמת)?'

באזונדער פון די שאלות איז דא דאס פעלד פון מעטאפיזיק. מעטאפיזיק איז אן אנדער פילאזאפישער תחום וואס געבט זיך אפ מיט שאלות פון עקזיסטענץ (אָנטאָלאָגיע). קלאסישע שאלות זענען: 'וועלכער סארט יֶשׁ'ן (זאכן) געפינען זיך אין עקזיסטענץ (צב"ש, נומערן, אבסטראקע באגריפן, געזעצן, אא"וו)?' אדער, 'וואס זענען די קריטעריעס פון עקזיסטענץ (ד.ה. וועלכע סארטן אייגנשאפטן זענען פאָרבאַדינגונגען פאר עקזיסטענץ)?'

פילאזאפן האבן שוין לאנג אנגעמערקט אז די צוויי פעלדער פון עפיסטעמאלאגיע און אנטאלאגיע, הגם בעצם באזונדערע, דאך זענען זיי צו א געוויסער מאס תלוי־הא־בהא. צו וויסן וואס עקזיסטירט (אנטאלאגיע) דארף איך האבן א פארלעסליכע טעאריע פון וויסן (עפיסטעמאלאגיע), און, מאידך־גיסא, די שאלה איבער פארלעסליכע עפיסטעמאלאגישע מקורות ווענדט זיך אויף מעטאפיזישע פראגן. צב"ש, צי א הימליש התגלות (ווי מעמד הר סיני) איז א פארלעסליכע עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעט ווענדט זיך אין דער מעטאפיזיש־אנטאלאגישער שאלה צי אזעלכע סארטן ערשיינונגען קומען פאר און עקזיסטירן אין רעאליטעט.

באמת איז דער פענאמען אז צוויי פילאזאפישע שאלות זאלן זיין אפהענגיג איינע אין דער אנדערער גאר א פארשפרייטער און אן אלגעמיינער אין פילאזאפיע. עס ווייזט זיך ארויס אז א באדייטנדער טייל פון אונזערע אמונות (ווייטער, אין ברייטסטן זין פון ווארט – ד.ה. אלץ וואס דער מענטש גלייבט וועגן דער וועלט און רעאליטעט) זענען צאמגעפלאכטן איינע מיט דער אנדערער, אזוי אז מען קען נישט לייכט אויסטוישן איין אמונה־ארטיקל (א פראפאזיציע) אן ווירקן אויף די אנדערע. ווען א מענטש טוישט זיין מיינונג וועגן איין פראפאזיציע, האט דאס אזא כוואליע־עפעקט אויף די איבעריגע אמונות זיינע, וואס קען צוברענגען צום סוף צו א באדייטנדן טויש אין זיין גאנצן וועלטבאנעם. צב"ש, א מענטש קען זיך איינקויפן געוויסע וויסנשאפטליכע ידיעות וואס קענען גורם זיין א טויש אין זיינע טעאלאגישע השקפות, וואס דאס, ווייטער, פארשטארקט זיין צוטרוי אין וויסנשאפטליכע מקורות, וואס איז גורם אז זיין טראדיציאנעלע אמונה־סיסטעם ווערט נאכמער פארשוואכט, וחוזר חלילה. דאס קען בעצם צוגיין אין מערערע מחזורים, ווי אין פאלגנדן ביישפיל:

א חסידישער בחור שלא טעם טעם סייענס מימיו שטויסט זיך אן צום ערשטן מאל אין א וויסנשאפטליכן בוך. ער לייענט זיך דארט אן מיט ידיעות וואס קוקן אים אויס אין קעגנזאץ צו געוויסע באגריפן און מימרות וואס ער האט אנגעטראפן ביז אהער אין דער טראדיציאנעלער רבנישער ליטעראטור. צום ערשט באגייט ער זיך מיט סקעפטיציזם צו די וויסנשאפטליכע פראפאזיציעס, וויבאלד דאס איז סותר די אמונות פון זיין חינוך און סביבה וואס ער האט אלץ אנגענומען אלס אמת בפשטות. דאך, געלונגען עטליכע סייענטיפישע מושגים זיך אריינצוכאפן אין זיין באוואוסטזיין און זיי הערן זיך אן גאנץ לאגיש און איבערצייגנד. ער איז זיי מקבל טענטאטיוו. דאס, ווייטער, איז גורם אז מיט דער צייט הייבט ער אן סובטיל מערער צו זיין אויף געוויסע מימרות אין דער טראדיציאנעלער ליטעראטור, וואס איין מאל ער ווארפט אפ זייער אבסאלוטע אויטאריטעט, קען ער צוריקגיין צום וויסנשאפטליכן מקור און אננעמען מער פון זיינע פראפאזיציעס מיט מער זיכערקייט. ווייטער, איז זיין נייער וויסנשאפטליכער וועלטבאנעם גורם א טיפערע פארשוואכערונג אין זיין שיעבוד צו די טראדיציאנעלע אויטאריטעטן, אא"וו. ביז וואס ווען, איז ער א מענטש וואס נעמט שוין נישט אלס זיינע עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעטן מיטלעלטערליכע ספרים, נאר היינטיגע וויסנשאפטליכע מקורות.

ווען עס קומט צו עפיסטעמאלאגישע שאלות און צום ביקוש נאכן אמת, קען זיך אמאל גלוסטן אנצוהייבן גענצליך פון דאסניי, איבערלאזנדיג אלע הנחות און פאָראורטיילן און זיך אויפבויען א וועלטבאנעם ווי אויף א ריינעם טאוול, פון ריין לאגישע יסודות און אומאָפּפרעגבארע הוכחות. ווי רייצנד און גלענצנד דער פראספעקט זאל זיך נאר נישט אנהערן, האבן פילאזאפן פונעם פאריגן יארהונדערט אויפגעוויזן אז דאס איז ליידער אוממעגליך. מען קען נישט אנהייבן כתינוק שנולד, און עס זענען כמעט נישט פאראן קיין פאקטן און יסודות וואס קענען זעלבסשטענדיג אוועקגעשטעלט ווערן מיט אבסאלוטער זיכערקייט אן זיך באציען צו אנדערע פאקטן און יסודות.

דאס מציאות ווערט צוגעגליכן צו רייזנדע אויף א שיף אין מיטן אקעאן וואס באמערקן אז די האלצערנע סטרוקטור פון דער שיף שימלט און מוז ווערן פארטוישט. זיי האבן מיט זיך פרישע ברעטער, אבער זיי קענען נישט בויען דערמיט א שיף פון דאסניי, וויבאלד זיי זענען דאך אין מיטן ים און זיי קענען נישט ארויסגיין פון זייער יעצטיגער שיף. נאר וואס דען, זיי קענען פארטוישן די אלטע ברעטער פאר די נייע איינצלווייז, ברעט נאך ברעט, ביז אלע ברעטער זענען פרישע און אט געפינען זיי זיך אויף א נייער שיף הגם אז זיי האבן קיין מאל נישט פארלאזט די אלטע.

אזוי אויך, ווען א מענטש דערזעט זיך אז זיין יעצטיגער וועלטבאנעם איז 'פארשימלט' און האט פראבלעמען, וואס דאס מיינט אז געוויסע פראפאזיציעס און אמנות דערין דארפן ווערן פארטוישט און באנייט, קען ער נישט 'ארויסגיין' פון זיין וועלטבאנעם און אנהייבן פון דאסניי, נאר ארבעטנדיג אינערהאלב זיין עקזיסטירנדן וועלטבאנעם קען ער פארטוישן פראפאזיציע נאך פראפאזיציע און איינצלווייז דערהיינטיגן און באנייען זיינע אמונות ביז ער דערזעט זיך אינערהאלב א נייעם און פרישן וועלטבאנעם.

באציענדיג זיך צו דעם מציאות אז די פראפאזיציעס אינעם מענטשנ'ס וועלטבאנעם זענען נישט אומאפהענגיג איינע פון דער אנדערער, האט דער אמעריקאנער פילאזאף ווילאַרד קוויין טובע געווען דעם טערמין אמונות־געוועב (web of beliefs) צו באשרייבן דעם סך־הכל פונעם מענטשנ'ס אמונות און די באציאונגען צווישן זיי. אין א געוועב באציט זיך יעדער טייל אינעם געוועב צום גאנצן געוועב, און אז מ'ציט איין זייט רוקן זיך אלע טיילן. פונקט אזוי, אינעם אמונות־געוועב באציען זיך אלע אינדיווידועלע אמונה־באשטאנדטיילן צום גאנצן געוועב האָליסטיש און אז מ'טוישט איינע פון זיי ווירקט מען אויף אלע.

און דאס מיינען מיר מיטן ווארט וועלטבאנעם. דעם מענטשנ'ס וועלטבאנעם איז נישט נאר דער סך־הכל פון זיינע אמונות און באגריפן, נאר אויך די באציאונגען צווישן זיי, און זיינע עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעטן וואס אויף זיי פארלאזט ער זיך ווען עס קומט צו באשליסן וועלכע נייע פראפאזיציעס אריינצולאזן אין זיין אמונות־געוועב און וועלכע ארויסצושטופן. דעם מענטשנ'ס וואלטבאנעם איז זיין אייגנארטיגער אופן פון אנקוקן די וועלט און מאכן סדר פון איר קאמפליצירטקייט. ער באראט זיך מיט זיין וועלטבאנעם און זיינע עקזיסטירנדע אמונה־באשטאנדטיילן צו וויסן וויאזוי אפצוטייטשן נייע ערשיינונגען וואס ער באגעגנט אין לעבן און צו באשליסן וועלכע פריש־אנגעטראפענע פראפאזיציעס מקבל צו זיין.

וואס האט די גאנצע אבסטראקטע תורה צו טון מיט אונדז און אונדזער נושא וועגן שכל'דיגער אויפוואכונג? עס האנדלט זיך דא וועגן דער שאלה פון פארגלייכן וועלטבאנעמען, אפלאזן איין און אננעמען א צווייטן. עס קען זיך אמאל דאכטן אז דאס קען פארקומען דורך אן איינמאליגער, אייזן־פעסטער, מכה־בפטיש'דיגער הוכחה אדער אפפרעג וואס ווייזט אויף קלאר ווי דעם טאג איין מאל פאר אלעמאל אז א געוויסע אמונה אדער וועג פון אנקוקן די וועלט איז די ריכטיגע און די אנדערע פאלשע. אויפגעוויזן, אפגעפרעגט, תם־ונשלם. דער וועג פון טראכטן איז גורם אז געוויסע מבקשים און חקרנים ערווארטן אז זיי וועלן אנקומען צום אמת דורכן טרעפן די בליציג־גאונ'ישע הוכחה און טענה וואס וועט ענדגילטיג אויפווייזן אז זייער וועג איז דער ריכטיגער און וועט לאזן זייערע בעלי־פלוגתא מיטן צונג ארויס.

ניין זאג איך דיר. לא זו הדרך.

מען קען נישט אפשאצן די ריכטיגקייט און איבערצייגונגס־כח פון א טענה אן זיך באציען צו אנדערע הנחות־קדומות און אמונות אינעם אייגענעם וועלטבאנעם. צי א הוכחה איז איבערצייגנד צי נישט ווענדט זיך אויף וועלכע אנדערע פראפאזיציעס דער מענטש איז מקבל און אויף וועלכע אנדערע עפיסטעמאלאגישע און אנטאלאגישע התחייבותן ער פארמאגט. דער מענטש וועט אייביג אפשאצן א נייע טענה און נייע ידיעות דורך זיך באציען צו זיינע עקזיסטירנדע אמונות. דערפאר קען מען נישט ערווארטן אז א מענטש זאל אפלאזן זיין גאנצן וועלטבאנעם - ספעציעל אזא וואס מען האט אים אריינגעבאקן פון קינדהייט אן און וועלכער זיין גאנצע סביבה נעמט אן בפשטות – דורך אינדיווידועלע הוכחות און אויפווייזן. אז א מענטש באמיט זיך נישט צו קענען־לערנען ברייטערע ידיעות און וועגן פון טראכטן אויסער די ענגע ראמען פון זיין דערצויגענעם וועלטבאנעם, וועלן אבסטראקטע הוכחות אים ווייניג וואס איבערצייגן. פארקערט, ער וועט גרינג טרעפן 'הוכחות' וואס וועלן אים קלאר איבערצייגן אז דווקא זיין וועג איז דער ריכטיגער, וואס באמת דאכט זיך עס אים נאר אז דאס איז אזא מכה־בפטיש'דיגע הוכחה וויבאלד ער איז גענצליך אומוויסנד איבער די רעלעוואנטע פאקטן.

ניין, מען קומט נישט צו צום אמת דורך לאגישער סאפיסטיק, געריבענעם פילפול און היציגע אבסטראקטע וויכוחים מיט חברים וואס זענען פונקט אזוי אומוויסנד וועגן דער ברייטערער וועלט. צום אמת קומט מען צו דורכן זיך פארקאטשען די ארבל און טון די שווערע ארבעט פון זיך באקענען מיט דער וועלט און אירע וויסנשאפטן; דורך זיך איינקויפן אסאך ידיעות אין די רעלעוואנטע נושאים און זיך איינשאפן ברייטער פארשטאנד איבער וויאזוי געלערנטער און פארשער לדורותיהם האבן אנגעקוקט די שאלות פון זייערע פארשידענע קוקווינקלען.

ווייניגער אויפווייזן, אפפרעגן, און זיך מתווכח זיין ; מער לייענען, לערנען און פארשן.

מער איבער דעם אין קומענדיגן ארטיקל.
 
לעצט רעדאגירט:

🤩 Wow
קודוס 👏 יוסקה
 
Back
Top