איז דא א וועג צי ווערן מער ספיריטול פאר איינער (פאר מיר) וואס בטבע מער די אנדערע חלק אדער עט ליעסט אזוי אויפגעוואקסן ?
איך פרעג ווייל נישט יעדער האט אין די נפש די טיפע געפילן וואס די אין אנדערע אזויווי דיר האבן כדי צי קענען עקספיריענסן גאט
מעדיטעישן ארבעט נישט ביי מיר איך האב נישט קיין געדילד צי דעם
איז דא א אנדערע וועג? מסתמא עטליכע גלעזער טיי איז איינע פין די וועגן,
איז דא נאך וועגן ?
בן סירא האט שוין געשריבן - דער רמב״ן איז עהם מעתיק - במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור - וואס ער זאגט איז, אז א מענטש, יעדער יחיד, איז אייגענארטיג , און מען דארף נישט נעמען א צווייטענס אהנשויאונגען, און עס עפלייען צו זיך
עס איז דא נפשות ישראל וואס ווערן באגייסטערט פון חקירה און זוכונגען , אין אזוי גערופענע מעשה בראשית, פון ווי אלעס הייבט זיך אהן, עס זענען דא די יורדי מרכבה, וואס ווערן צוטראגן און עקסטאזיש, פון די דמיונות מחשבה, פון די אלף אלפין לשמשותיה, און זיי גיבען נאך פונקטליכע נעהמען פאר די עולמות, מיט די שמות מלאכים, אנדערע ווערן מער באיינפלוסט, פון די עמאציאנעלע הרגשות וואס ווערט ערוועקט פון הארציגע מחשבה און זיי זענען ספירוטואל , טו איטש איטס אוהן
זאגט ער במופלא ממך אל תדרוש , עס זענען פארהאן פארשידענע מינים, פון ערוועקעניש, וואס רעדט צו איינעם, האט נישט קיין עפעקט ביי א צווייטן, די חסיד׳זם, וואס איז צוטהיילט אין פיהלע דרכים איז מעיד אויף דעם
חסידות קומט דאך רעדן צום לב , צו יעדער ייד וואס האט הארץ , מעורר זיין די נקודה הפנימית שבלב מיט א שלהבת בוערה און א תשוקה לה׳, און משם
יפרד והיה לנחלים רבים , חב״ד מיט חקירה פון מח שליט על הלב, קרלין סטולין מיט אמונה אהן מחשבה, וויזניץ מיט דעבאטע, סקולען מיט דביקות הנגינה,
ברסלב מיט די התבודדות, סאטמאר מיט קנאות , סקווירא מיט קפידות , מונקאטש מיט נוסחאות, בעלז מיט כבוד בית בעלזא, גור מיט קאמענדאט קדושה, ואטו כי רוכלא ליזל וליחשב, הצד השוה יעדער שווימט, און מען דארף עפעס א יידישע זאך זיך אהנצוכאפן, און נאכדעם פאהרט עס שוין, דער עיקר איז נהרא נהרא ופשטיה,