אויפגעדעקטע האר פאר נאנטע משפחה קרובים

על פי הלכה איז נאר שערות שדרכה לכסותו אסור צו ליינען קריאת שמע אין פראנט פון די האר. וועגען דעם ביי מיידלעך איז מען נישט נזהר צולייענען קעגן זייער האר ווייל זיי גייען בגילוי שער
נאר אין א פלאץ ווי אין גאס גייען די פרימע אידישע פרויען אויפגעדעקט - נאר אזוי הייסט עס אין דרכה לכסותו.
דהיינו אז אפי' אינדערהיים גייט מען אויפגעדעקט, און אפי' די פרוי גייט אזוי אין גאס - במקום וואס די ערליכע גייען נישט אזוי, איז אסור צו ליינען קרי''ש קעגן איר האר.
אזוי שרייבט די משנ''ב

וז''ל:
שדרכה לכסותו. ואפילו אם אין דרכה לכסותו רק בשוק ולא בבית ובחצר מ"מ בכלל ערוה היא לכו"ע אפילו בבית ואסור שם לקרות נגדה אם נתגלה קצת מהן. ודע עוד דאפילו אם דרך אשה זו וחברותיה באותו מקום לילך בגילוי הראש בשוק כדרך הפרוצות אסור.
 
אבער ביי מיידלעך ליינט מען יא .
 
נאר אין א פלאץ ווי אין גאס גייען די פרימע אידישע פרויען אויפגעדעקט - נאר אזוי הייסט עס אין דרכה לכסותו.
וואו שטייט אז ס'האט מיט פרומע אידישע פרויען?
 
וואו שטייט אז ס'האט מיט פרומע אידישע פרויען?
לכאורה פון משנה ברורה זעהט אויס אז ער נעמט אהן אז אפילו מען גייט אין גאס מיט א ראש פרוע מאכט עס נישט אויס ערוה די האר, וואס ווערט באטראכט ווי אן ערוה, ווייל דער פסוק רימט די שיינקייט פון א פרוי,מיט ושערך נאוה
איז אבער דא דער ערוך השלחן וואס האלט אז ווי באלד דאס איז נאר א ערוה מדרבנן ( דאס דארף א ביאור ווייל אין תלמוד זאגט ער שערה דאורייתא שנאמר ופרע את ראש האשה,זאגן אנדערע אז עס איז נישט הלכה, עס איז נאר דרבנן ),וואס האבען עס דעזיגנעיטעט אלץ א ערוה, מיט אן אסמכתא פון דעם פסוק אין שיר השירים, איז בימינו אז פרויען גייען בגילוי שער קען מען מיקל זיין לגבי ברכות צוזאגען אז עס איז מותר.
 
לכאורה פון משנה ברורה זעהט אויס אז ער נעמט אהן אז אפילו מען גייט אין גאס מיט א ראש פרוע מאכט עס נישט אויס ערוה די האר, וואס ווערט באטראכט ווי אן ערוה, ווייל דער פסוק רימט די שיינקייט פון א פרוי,מיט ושערך נאוה
צוריק צו סקווער 1. דאן פארוואס נישט מיידלעך?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
צוריק צו סקווער 1. דאן פארוואס נישט מיידלעך?
דאס איז באמת א קושיא, אויב מען נעמט אהן ווי די משנה ברורה אז מען קוקט נישט אויף דעם וואס מען פיערט זיך צוגיין אויפגעדעקט און אפילו דענסטמאהל איז ערוה, און אסור לקרות קריאת שמע,איז פארוואס טאקע פסק׳נט דער שלחן ערוך אז ביי בתולות איז נישט קיין פראבלעם צו זאגען קריאת שמע , דער מגן אברהם זאגט אז די האהר ביי בתולות דארפען זיין קלועות צוזאמגעפלאכטען און עס איז אמאהל געוועהן נהוג אזוי, למעשה פיערט מען זיך אז ביי בתולות זאגט מען געהעריג ברכות, מיט צולאזטע האהר ווייל מען נעמט אהן ווי דער בית שמואל וואס ער זאגט אין אבן העזר אז ביי בתולות איז שער בכלל נישטא ערוה, דער מקור איז דער רא״ש אין מסכת ברכות,איז פונדעם א ראיה אז מען נעמט אהן, אז דער דין שער באשה ערוה איז דרבנן, נישט ווי טפח באשה בשוק וואס איז מן התורה , ממילא איז טאקע א ראיה צו די דעת פון בעל ערוך השולחן, אז אויב מען גייט מיט גילוי שער דארט ווי נשים פירען זיך אזוי, קען מען זאגען ברכות און קריאת שמע,
 
על פי הלכה איז נאר שערות שדרכה לכסותו אסור צו ליינען קריאת שמע אין פראנט פון די האר. וועגען דעם ביי מיידלעך איז מען נישט נזהר צולייענען קעגן
זייער האר ווייל זיי גייען בגילוי שער , לויט די זוהר איז אסור גילוי שער באשה אפילו אין הויז , הגם עס איז נישט הלכה,זענען דא וואס זענען מקפיד. און עס האט א יסוד אין תלמוד, מיט די קימחית וואס האט גיזאגט, מימי לא ראו קורות ביתי קלעי ראשי
עס איז ידוע אז דער גאון בעל ערוך השולחן,זאגט אז אין די מדינות ווי עס איז נפרץ גילוי ראש ביי פרויען, מעג מען ליינען קריאת שמע קעגן גילוי שער
- ער זאגט אוי לנו שעלתה בימינו - אבער די הלכה טוישט זיך,און עס הייסט מער נישט קיין ערוה לגבי קריאת שמע , כיון דעתה רובן הולכות בגילוי.
רוב פוסקים קריגן אויפן ערוך השולחן און דער משנה ברורה פסקנט אז ס'אסור
 
דאס איז באמת א קושיא, אויב מען נעמט אהן ווי די משנה ברורה אז מען קוקט נישט אויף דעם וואס מען פיערט זיך צוגיין אויפגעדעקט און אפילו דענסטמאהל איז ערוה, און אסור לקרות קריאת שמע,איז פארוואס טאקע פסק׳נט דער שלחן ערוך אז ביי בתולות איז נישט קיין פראבלעם צו זאגען קריאת שמע , דער מגן אברהם זאגט אז די האהר ביי בתולות דארפען זיין קלועות צוזאמגעפלאכטען און עס איז אמאהל געוועהן נהוג אזוי, למעשה פיערט מען זיך אז ביי בתולות זאגט מען געהעריג ברכות, מיט צולאזטע האהר ווייל מען נעמט אהן ווי דער בית שמואל וואס ער זאגט אין אבן העזר אז ביי בתולות איז שער בכלל נישטא ערוה, דער מקור איז דער רא״ש אין מסכת ברכות,איז פונדעם א ראיה אז מען נעמט אהן, אז דער דין שער באשה ערוה איז דרבנן, נישט ווי טפח באשה בשוק וואס איז מן התורה , ממילא איז טאקע א ראיה צו די דעת פון בעל ערוך השולחן, אז אויב מען גייט מיט גילוי שער דארט ווי נשים פירען זיך אזוי, קען מען זאגען ברכות און קריאת שמע,
דאס אז מנעמט אן דער בית שמואל מאכט עס נישט אויס דאורייתא. ביי א חתונה געהאטע פרוי איז עס א דאורייתא און ביי א מיידל נישט אפי' לויטן מג''א
 
דאס אז מנעמט אן דער בית שמואל מאכט עס נישט אויס דאורייתא. ביי א חתונה געהאטע פרוי איז עס א דאורייתא און ביי א מיידל נישט אפי' לויטן מג''א
איך קען גארנישט טון אז זי וויל זיך נישט צודעקן, זאל איך זיך גטן?
 
איך קען גארנישט טון אז זי וויל זיך נישט צודעקן, זאל איך זיך גטן?
ח''ו ווילאנג זי גייט נישט אויפגעדרקט אויפן גאס לעב מיט איר מיט ליבשאפט אבער א דבר שבקדושה טארסטו נישט זאגן אין איר געגנווארט
 
ח''ו ווילאנג זי גייט נישט אויפגעדרקט אויפן גאס לעב מיט איר מיט ליבשאפט אבער א דבר שבקדושה טארסטו נישט זאגן אין איר געגנווארט
איך דארף מאכן קידוש פרייטיק ביינאכט, וואס זאל איך טון
 
איך דארף מאכן קידוש פרייטיק ביינאכט, וואס זאל איך טון
אז מען פארמאכט די אויגען איז נישט קיין פראבלעם ביי גילוי שער, וואס מען נעמט אהן אז עס איז נאר ערוה מדרבנו, איז עצימת עינים גענוג ,מען דארף זיך אויסלערנען צו זאגען קידוש פון זכרון, דאס איז נישט שווער עס איז נאר 35 ווערטער .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס אז מנעמט אן דער בית שמואל מאכט עס נישט אויס דאורייתא. ביי א חתונה געהאטע פרוי איז עס א דאורייתא און ביי א מיידל נישט אפי' לויטן מג''א
מען קען מחלק זיין אז עס איז דא צוויי דינים
לגבי גיין ברשות הרבים בגילוי שער זאגט די תלמוד שערה דאורייתא ווייל עס שטייט ופרע את ראש האשה
עס איז א פריצות לגבי די אשה וואס זי איז בחוסר צניעות, אבער לגבי א מאן וואס זעהט האר פון א פרוי איז עס זיכער נאר א דרבנן ווייל די לימוד אין ברכות, איז פון דעם פסוק ושערך כעדר העזים,אין שיר השירים,וואס איז דברי קבלה און דרבנן, מיט דעם קען מען זיך סומך זיין בשופי אז עצימת עינים איז סאפישענט,בפרט אז עס איז אויך דא די דעה פון ערוך השולחן וואס איז מיקל.
 
אדער צודעקן אדער זאל זי הערן פונדרויסן. אדער זאל זי שטיין אין בעק פון דיר
רעב איד אז די האסט נישט קיין נארמאלע עצה רעד נישט אריין, שטיי אונדערויסן אדער אין בעק פון די אשכול, די ווילסט איינער זאל זאגן פאר זיין ווייב ארויסצוגיין ווען ער מאכט קידוש???
are you for real??
אפילו די אלטע דיינים וואס זייערע ציצות שטעקט זיך שוין ארויס פון די זיפער וואלטן געטראפן בעסערע עצות פון דיר, פליז
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך דארף מאכן קידוש פרייטיק ביינאכט, וואס זאל איך טון
מאך קידוש אין פארנט פון איר, מיט אשיינע ניסוח, אפענע אויגן, טראכט פון'ם הייליגן שבת און פינעם אשה נאה לתלמידי חכמים ווי די גמרא זאגט אין מס' שבת, האסט נישט וואס צו חושש זיין בכלל.
לאמיר בעטן די תלמידי חכמים זאלן אריינקומען קלאר וואס האט די מהר"מ אלשקר געשריבן בזמנו וואס די מנהג ביי די אומות איז געווען כבזמנינו?
די פסק פון חת"ס אויף בתוך ביתה איז געבויט אויף הלכה? אדער אויף מנהג?
קוק אין שו"ת שלמת חיים ווי איינער פראבירט צו ציען ר' יוסף חיים זוננפלד ביים צינג ער זאל זאגן אז ממעג נישט ליינען קרי"ש און ער בלייבט ביי זיינ'ס אז כל זמן די מאן איז רגיל צו איר אויסקוק אזוי איז עס נישט קיין ערוה נאר א יופי.
וכו וכו וכו,
רְאֵ֨ה חַיִּ֜ים עִם-אִשָּׁ֣ה אֲשֶׁר-אָהַ֗בְתָּ כָּל-יְמֵי֙ חַיֵּ֣י הֶבְלֶ֔ךָ אֲשֶׁ֤ר נָֽתַן-לְךָ֙ תַּ֣חַת הַשֶּׁ֔מֶשׁ כִּ֣י ה֤וּא חֶלְקְךָ֙ בַּֽחַיִּ֔ים וּבַעֲמָ֣לְךָ֔ אֲשֶׁר-אַתָּ֥ה עָמֵ֖ל תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ:
 
Back
Top