אויפגעדעקטע האר פאר נאנטע משפחה קרובים

למעשה וואס זאגט די הלכה אויף דעם?
 
און אויב דא דארט דעקט זי זיך אויף די האר ברשות הרבים צווישן גויים וואו מ'קען איר נישט? דארף מען איר גע'טן?
חס ושלום
קוק אין ספר חוקי נשים פון די בן איש חי פרק יז וואס ער איז מלמד זכות אויף די אשכנזים וואס גייען לכתחילה בגילוי ראש ברה"ר.
---
און אגב עס שטימט ניטש דיינע ווערטער, ווייל אין רשות הרבים בזמן הזה, חוץ פון וויליאמסבורג (און ב"פ לויט געוויסע), און דארט איז דאך נישט צעווישן גויים, ויש לישב.
 
אז מען פארמאכט די אויגען איז נישט קיין פראבלעם ביי גילוי שער, וואס מען נעמט אהן אז עס איז נאר ערוה מדרבנו, איז עצימת עינים גענוג ,מען דארף זיך אויסלערנען צו זאגען קידוש פון זכרון, דאס איז נישט שווער עס איז נאר 35 ווערטער .
סיי דער שוע הרב און סיי דער מ''ב זענען נאר מיקל בשעת הדחק. אויב דאס איז א שעת הדחק כל הכבוד
 
2027 אין די טריפענע אמעריקא איז דא א יוד וואס וויל נאך מאכן קידוש דארף מען אים זיכען צו העלפן, נישט זוכען צו מחמיר זיין.
 
סיי דער שוע הרב און סיי דער מ''ב זענען נאר מיקל בשעת הדחק. אויב דאס איז א שעת הדחק כל הכבוד
ביי טפח מגולה ברענגט ער פון חיי אדם לקולא ,
איז ביי שער נאך לייכטער,אבער זיכער ווי דו זאגסט
-בשעת הדחק .
 
אויב גייט זי א ווייסע טיכל (2 3 אינטשעס ברייט) וואס גייט פון די 3טע טפח ביז די קאפ ווערט שיף אויף ארונטער איז מען דאך יוצא לכתחילה, די איבריגע הייסט מחוץ לצמתן. נישט אזוי?
 
אויב גייט זי א ווייסע טיכל (2 3 אינטשעס ברייט) וואס גייט פון די 3טע טפח ביז די קאפ ווערט שיף אויף ארונטער איז מען דאך יוצא לכתחילה, די איבריגע הייסט מחוץ לצמתן. נישט אזוי?
פון די שמועס זעהט עס אז זיי ערלויבן זיך נישט צו איינהאנדלען א ווייסע אדער פינקע טיכל (ניטאמאל א שירצל קענען זיי קויפן). די שאלה איז אָן א טיכל, נאטורליך מיט בלויזע האר.
 
זאל זי קומען צו מיר אין אישי איך וועל איר ספאנסארן א טיכל.
 
אבער פארגעס נישט וואס איך האב שוין אויסגע'פסק'ענט ערב שבת פארן זמן
מאך קידוש אין פארנט פון איר, מיט אשיינע ניסוח, אפענע אויגן, טראכט פון'ם הייליגן שבת און פינעם אשה נאה לתלמידי חכמים ווי די גמרא זאגט אין מס' שבת, האסט נישט וואס צו חושש זיין בכלל.
לאמיר בעטן די תלמידי חכמים זאלן אריינקומען קלאר וואס האט די מהר"מ אלשקר געשריבן בזמנו וואס די מנהג ביי די אומות איז געווען כבזמנינו?
די פסק פון חת"ס אויף בתוך ביתה איז געבויט אויף הלכה? אדער אויף מנהג?
קוק אין שו"ת שלמת חיים ווי איינער פראבירט צו ציען ר' יוסף חיים זוננפלד ביים צינג ער זאל זאגן אז ממעג נישט ליינען קרי"ש און ער בלייבט ביי זיינ'ס אז כל זמן די מאן איז רגיל צו איר אויסקוק אזוי איז עס נישט קיין ערוה נאר א יופי.
וכו וכו וכו,
רְאֵ֨ה חַיִּ֜ים עִם-אִשָּׁ֣ה אֲשֶׁר-אָהַ֗בְתָּ כָּל-יְמֵי֙ חַיֵּ֣י הֶבְלֶ֔ךָ אֲשֶׁ֤ר נָֽתַן-לְךָ֙ תַּ֣חַת הַשֶּׁ֔מֶשׁ כִּ֣י ה֤וּא חֶלְקְךָ֙ בַּֽחַיִּ֔ים וּבַעֲמָ֣לְךָ֔ אֲשֶׁר-אַתָּ֥ה עָמֵ֖ל תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ:
און עס שפעטער מחזק געווען
חס ושלום
קוק אין ספר חוקי נשים פון די בן איש חי פרק יז וואס ער איז מלמד זכות אויף די אשכנזים וואס גייען לכתחילה בגילוי ראש ברה"ר.
נאר לשיטת ריבי, אז מען שערף מחמיר זיין, האב איך מוסיף געווען אז חומרא פון טיכל הער איך נאך, אבער מחמיר זייןפארמאכן די אויגן / אוועק דרייען די פנים וועט ח"ו ברענגען נישט גוטע תוצאות.
 
זאל זי קומען צו מיר אין אישי איך וועל איר ספאנסארן א טיכל.
די שאלה איז אָן א טיכל, נאטורליך מיט בלויזע האר.
די ווערטער איז געווען די שפיץ פון מיין הערה. די ערשטע האלב האט נאר געמיינט ווער ס'פארשטייט עס. אנטשולדיגט פאר די קאנפיוזשען.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער פארגעס נישט וואס איך האב שוין אויסגע'פסק'ענט ערב שבת פארן זמן

און עס שפעטער מחזק געווען

נאר לשיטת ריבי, אז מען שערף מחמיר זיין, האב איך מוסיף געווען אז חומרא פון טיכל הער איך נאך, אבער מחמיר זייןפארמאכן די אויגן / אוועק דרייען די פנים וועט ח"ו ברענגען נישט גוטע תוצאות.
יפה אמרת. איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין הלכה אבער עס שמעקט קרוב אל האמת
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ביי טפח מגולה ברענגט ער פון חיי אדם לקולא ,
איז ביי שער נאך לייכטער,אבער זיכער ווי דו זאגסט
-בשעת הדחק .
קוק איבער. ביי טפח מגולה און שער ברענגט ער אין ביאור הלכה פון חיי אדם לחומרא. דאס וואס ער ברענגט פון חיי אדם לקולא רעדט זיך ביי פחות מטפח באשה אחרת לויט די אוסרים. אבער קלאר אז שעת הדחק יש להקל אפילו גענוג אריינצוקוקן אין סידור.
 
ריכטיג אזוי ווי דו ביסט מעיר , ביי פחות מטפח מגולה און כל שכן ביי שער וואס איז זיכער דרבנן ( לשון חיי אדם ) איז גענוג עצימת עיניים און ביי טפח מגולה און ביי שוק איז ער מסופק צו עס איז מן התורה אן ערוה און דער נפקא מינה איז צו עצימת עיניים העלפט ,אדער עס דארף זיין החזרת פניו, ער נעמט אהן אז ביי ערוה דרבנן איז עצימת עיניים אהקעי און ביי ערוה מן התורה מוז זיין החזרת פנים .
 
Back
Top