ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיצער

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
353
רעאקציע ראטע
1,884
אויף קול מבשר איז דא אן אפטיילונג ידיעות און פליאות - הערליכע שמועסן איבער טיפזיניגע סייענטיפישע מושגים און סתם וויסנשאפטליכע נושאים, עס ווערט איבערגעגעבן דורך ר' משה שפיטצער (א פען-נאמען) א געוואלדיגער ידען און גאר קלארער מגיד שיעור.
(ס'האט נישט קיין פארבינדונג מיט די 'אוצר פלאות התורה' אדער גאר מיט ר' שמעון שפיטצער...)

ס'גייט שוין אן איבער א יאר, אנגעהויבן האט ער ווי אזא שמועס צווישן אים מיט מיילעך ניימאן, אבער עווענטועל האט זיך עס אנטוויקלט אלס נארמאלע וועכענטליכע שיעור, און עס האלט שוין יעצט ביי א קנאפע 70 שמועסן וואו ער האט שוין אדורכגעטון גרעוויטי, רעלאטיוויטי (נאר אויפן שפיץ גאפל), עלעקטריסיטי, דרייווערלעס קארס, ראקעטס און ספעיס שיפן, בייאלאגיע, און נאך אסאך.

ער האט אויך אן אשכול אויף אייוועלט וואו ער קומט כסדר ארויף קלאר מאכן און ענטפערן אויף פראגעס.

אן אייקאנישע שמועס (פאר מיר עכ"פ) איז געווען זיין דעבאטע/דיסקוסיע מיט לעיזער קרויס איבער קלימאטן טויש - וואו זיי צונעמען די נושא - אין רעספאנס צו די שמועסן פון לעיזער קרויס אין וועלכע ער מאכט אוועק די גורם און די פאטענציאלע עפעקטס פון קלימאטן טויש.

יעצט האט ער ארויסגעגעבן א מפתח פון אלע זיינע שמועסן ביז אהער, זייער שיין און מסודר, פאר ווער עס וויל האבן א שטיקל איבערבליק איבער זיינע שמועסן און קענען אנקומען גרינגער צו וואו ער באגערט.
 
בייגעלייגטע פיילס

ער איז די קלארסטע וואס איך האב געטראפן ביזדערווייל.
עס איז דא א מעגליכקייט צי באקימען די mp3 פון זיינע שעורים?
 
יאפ, דער איז גאר דערפרישענד, א בחינה פון ואף גם זאת וגו'

(ס'האט נישט קיין פארבינדונג מיט די 'אוצר פלאות התורה' אדער גאר מיט ר' שמעון שפיטצער...)
☺️☺️
 
ער איז אויסנאם גוט ער איז נישט איינער ווואס קוקט זיך פאר אביסל און זאגט נאך נאר מזעהט אז ער איז גוט אויסגעקאכט אין וואס ער זאגט
ער האט אמאל ביי א שמועס געזאגט אז ער האט וועכנטליך צווישן 7 און איבער 10 טויזנט צוהערער האב איך זייער הנאה געהאט אז טויזנטער מענטשן אנשטאט צו הערן נאך א פאליטישע אנאליז אדער אינטערוויו איבער א נייעס איז מען קונה וויסנשאפט

אגב האט זיך לעצטנס אויך אנגעהויבן א גאר אינטערסאנטע אפטיילונג אויף קול מבשר פון ר' יודל דאנציגער אויך גאר גוט א שילוב פון תורה און וויסנשאפט חכמתא דיהודאי - יודל דאנציגער
 
אגב האט זיך לעצטנס אויך אנגעהויבן א גאר אינטערסאנטע אפטיילונג אויף קול מבשר פון ר' יודל דאנציגער אויך גאר גוט א שילוב פון תורה און וויסנשאפט חכמתא דיהודאי - יודל דאנציגער

איך האב אים (נאך)נישט אויסגעהערט, איז ער גוט?

זאגסט ער מאכט 'אויך' א גוטע שילוב פון תורה און סייענס. קודם סתם פאר די רעקארד, ר' משה שפיטצער מישט נישט די צוויי, ער זאגט טריקענע סייענס, ארויפקלעבן תורות דערצו לאזט ער פאר דיר (הגם ער ווארפט אמאל אמאל אריין א חז"ל). 'חכמתא דיהודאי' הערט זיך מיר מער תורה ווי סייענס.
ובכלל ווייס איך נישט פארוואס עס פעלט אויס צו מישן די צוויי, אפשר זאל מען אויך מישן עקאנאמיע מיט הויזן זאקן, אדער גאר סקולענע ניגונים מיט טשארלי קירק?!
 
איך פערזענליך גלייך די שילוב
ער וועט נישט ארומחושן מיט ארויפקלעבן תורות וואס שטייט נישט און נישט ארומחושן מיט וויסנשאפט אז זיי וויסן נישט וואס זיי רעדן וכד' נאר זאגן זאכן וואס איז אנגענומען
ער רעדט אויך פון חשבון/מאטעמאטיק האט ער למשל א שמועס איבער די חשבון אין סוכה פון די רינדעכיגע סוכה וויאזוי די גמ' זאגט אז מען מעסט עס האט ער שוין א תוספות וואס טענהט אז עס איז נישט 100 פראצענט פונקטליך קומט ער מיט Pythagoras וואס האט מחדש געווען א מהלך וויאזוי מען קען דאס מעסטן וואס איז אינגאנצן פונקטליך און מקען עס אויך נוצן אויף מער אופנים
 
איך האב אים (נאך)נישט אויסגעהערט, איז ער גוט?

זאגסט ער מאכט 'אויך' א גוטע שילוב פון תורה און סייענס. קודם סתם פאר די רעקארד, ר' משה שפיטצער מישט נישט די צוויי, ער זאגט טריקענע סייענס, ארויפקלעבן תורות דערצו לאזט ער פאר דיר (הגם ער ווארפט אמאל אמאל אריין א חז"ל). 'חכמתא דיהודאי' הערט זיך מיר מער תורה ווי סייענס.
ובכלל ווייס איך נישט פארוואס עס פעלט אויס צו מישן די צוויי, אפשר זאל מען אויך מישן עקאנאמיע מיט הויזן זאקן, אדער גאר סקולענע ניגונים מיט טשארלי קירק?!
אוודאי אין א פערפעקט וועלט ביסטו גערעכט, אבער למעשה פאר אונז היימישע אידן דינט דער תורה אלץ פתח צו אלגעמיינע חכמה און קונסט, און ס'איז דא וואס קענען אנקומען בלויז דורך דעם פתח.
 
אז מ'רעדט שוין פון תורה און מאטעמאטיק, האט ד"ר מיכאל אברהם א לעצטיגע ארטיקל איבער א געוויסע משנה אין מקוואות וואס מ'קען נאר אפלערנען גוט נאכן ארויסהאבן קאמפליצירטע מאטעמאטיק.
בעיה הלכתית-מתמטית ומשמעויותיה (טור 683) - הרב מיכאל אברהם

עס קומט צווישן אנדערע צוויי ארטיקלען פון אים ווי ער רייסט אראפ די היימישע 'גדולים' פארן פסק'נען שאלות אין וועלטליכע זאכן (קאוויד, שלום בית, א.א.וו.) אן נוצן פשוטע שכל הישר און אן די מינדעסטע השגה איבער די ברייטערע וויסנשאפט וואס פעלט זיי.
ער האלט טאקע אז אזא דמות ווי רב אלישב און ר' חיים קניבסקי זענען ראוי להערכה, אבער ער לייגט עס פראפארציאנאל, און ער טענה'ט אז וואס פעלט איז די הבחנה צווישן איינער וואס איז שקוד בתורה און א 'גדול' וואס איז ראוי צו פסק'נען...
 
Back
Top