איך בין א אינטראווערט

הויעך ברייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 9, 2025
מעסעדזשעס
93
רעאקציע ראטע
323
פונקטן
53
יא, איך בין א אינטראווערט, וואס מיינט עס פאר דיר? גארנישט. פלעין אז ס'איז דא נאך א מענטש אויף די וועלט וואס שטערט דיר נישט (געווענליך פראביר איך נישט צו שטערן אנדערע מענטשן☺️).

אבער פאר מיר, בין איך מיין גאנצע וועלט. מיין גאנצע וועלט דרייט זיך ארום מיר; און כמעט קיינעם מער. מיינע מחשבות, פילינגס, מצבים זענען אלעס פאר מיר.

געדענקסט אין ביהמ"ד ווען אונז פלעגן זיך טרעפן אבער קיינמאל רעדן צווישן זיך? יא, דאס איז מיין נאטור, אבער דאס מיינט נישט אז איך דארף נישט קיין חברים, מענטשן וואס האבן מיר ליב, וכדו'.

אלס א אינטראווערט ווייס איך אלעס ארום מיר. איך האב א הויכע שטערן, וואס מיינע רבי'ס אין חדר האבן געזאגט אז דאס מיינט אז איך האב א "קאמפיוטער קאפ", מיט מיין קאמפיוטער קאפ קען איך טאקע טון אסאך זאכן וואס אנדערע קענען נישט, אבער די זאכן וואס דו קענסט יא, קען איך נישט. רעדן מיט דיר איז מיר זײער שווער, כאטש דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט.

אזוי אויך בין איך א געלינקטער, וואס מיינט דאס פאר דיר? אפשר אז דו זעסט א תפילין של יד אויף די אנדערע זייט פון וואס דו ביסט צוגעוואוינט, אויך אז מיין הענט קען אריינהאקן אין דיינס בשעת'ן עסן. אבער גארנישט מער.

וואס עס מיינט פאר מיר איז, אז "איך בין אנדערש פון יעדעם. אין די סאסייעטי ווי אונז לעבן, איז זייער אנגענומען צו זיין "אזויווי יעדעם", אין די רגע וואס איינער איז נישט אזויווי יעדעם, איז ער ארויסגעפאלן לגמרי.

(נישט אז עס שטערט מיר צו זיין אינדרויסן פון סאסייעטי, ווייל איך האב מיין אייגענע סאסייעטי.)

מיינע שטארקע זאכן אלס געלינקטער איז, אז מיין חלק פון מח וואס ארבעט שטארק, איז אנדערש פון דיר, און איך טראכט אויף א אנדערע וועג ווי דיר. דערפאר, ווען איך קום צו צו א מסקנה וואס איז אנדערש פון דיינס, פארשטיי מיר, פארשטיי מיר אז אונז זענען נישט אויף די זעלבע פעידזש.

כאטשיג איך פלעג ווילן זיין אויף די זעלבע פעידזש ווי יעדעם, האב איך זיך אויסגעלערנט אז די צוזאמשטעל פון מיינע שטארקייטן וועט קיינער חוץ מיר האבן.

איך האב ליב וואס איך האב ליב.
איך עס וואס איך האב ליב, און עס נישט וואס איך גלייך נישט.

אפילו דו זעסט מיר; נישט ליב האבן דאס וואס דו האסט ליב, מיינט עס נאכנישט אז איך בין נישט קיין מענטש צווישן מענטשן.

איך בין א אינטראווערט/געלינקטער/קאמפיוטער קאפ, און פון די גאנצע צוזאמשטעל, קומט ארויס אז די זאכן וואס איך האב ליב, איז אנדערש פון דיינס, און די עטליכע זאכן וואס איך האב יא ליב, טו איך, און איך טו זיך אריין אין דעם מיט די גאנצע קאפ, מחשבה, און הארץ.

די עטליכע (גאר ווייניג) מענטשן וואס איך האב ליב, האב איך ליב מיט די גאנצע הארץ, און אזוי אויך האבן זיי מיר ליב מיט זייער גאנצע הארץ. (זיי זענען אויך אינטראווערט'ס, מצא מין את מינו)

סך הכל: איך טו וואס איך האב ליב, און אויב דו פארשטייסט נישט צו דעם, ביטע שטער מיר נישט.

א דאנק.
 
לאוו ענד פיס פאר אלע אינטראווערטס.

עס איז אויך דא מענטשן מיט סאשעל ענקזייעטי וואס רעדן זיך און יעדעם איין אז זיי זענען אינטראווערטס, בדרך כלל איז עס יענע אינגערמאן וואס הערט נישט אויף זאגן ווי א שטארקע אינטראווערט ער איז, ווייל א עכטע אינטראווערט איז בכלל נישט אינטערעסירט מיר צי זאגן אז ער איז א אינטראווערט (עכ״פ נישט מער ווי איינמאל).
 
בדרך כלל איז עס יענע אינגערמאן וואס הערט נישט אויף זאגן ווי א שטארקע אינטראווערט ער איז, ווייל א עכטע אינטראווערט איז בכלל נישט אינטערעסירט מיר צי זאגן אז ער איז א אינטראווערט
אין דשענעראל ביסטו גערעכט. אין מיין פאל אבער, רעד איך טאקע נישט געווענליך דערפון, אבער ערגעץ ווי איז עס מיר אריינגעקומען אין קאפ, און כ'האב אפגעשריבן אן ארטיקל.
 
Very nice
איך האב א שטיקל טאריע אז די סיבה וואס דו זאגסט אז דו קענסט נישט רעדן מיט מענטשן איז לאו דוקא ווייל דו ביסט אן אינטראווערט

נאר וועגן low self esteem...

איך מיין נישט דוקא דיר דאס איז א שטארקע פראבלעם אין מענטל העלטה וועלט אז מען כאפט נישט אן דאס קינד ביים נאמען נאר מען לייגט עים אריין אין א באקס אינטראווערט אזוי פילט ער גוט מיט זיין בושה

ר' יוד ארבעט אויף דיין בושה ארבעט אויף דיין סעלף עסטיעם באקים מער קאנפידענס פליצלינג וועסטו זעהן אז דו ביסט נישט אזא אינטראווערט ווי דו מיינסט
 
Very nice
איך האב א שטיקל טאריע אז די סיבה וואס דו זאגסט אז דו קענסט נישט רעדן מיט מענטשן איז לאו דוקא ווייל דו ביסט אן אינטראווערט

נאר וועגן low self esteem...

איך מיין נישט דוקא דיר דאס איז א שטארקע פראבלעם אין מענטל העלטה וועלט אז מען כאפט נישט אן דאס קינד ביים נאמען נאר מען לייגט עים אריין אין א באקס אינטראווערט אזוי פילט ער גוט מיט זיין בושה

ר' יוד ארבעט אויף דיין בושה ארבעט אויף דיין סעלף עסטיעם באקים מער קאנפידענס פליצלינג וועסטו זעהן אז דו ביסט נישט אזא אינטראווערט ווי דו מיינסט
קען זיין אז ס'איז Low self esteem, אבער וויבאלד איך בין א אינטראווערט, פעלט מיר נישט אויס צו רעדן מיט אנדערע מענטשן אזוי סאך ווי עקסטראווערט'ס.

(אין מיין פאל איז עס לכאורה אויך Low self esteem אזויווי דו זאגסט [איך קען מיך גאנץ גוט😉])


א דאנק פארן מיטטיילן דיינע דריי סענט (צוליב אינפלאציע איז די ווערט פון געלט געפאלן, און דיינע עטליכע ווערטער איז שוין ווערד מער😃)
 
(נישט אז עס שטערט מיר צו זיין אינדרויסן פון סאסייעטי, ווייל איך האב מיין אייגענע סאסייעטי.)
העי!! די וויכטיגסטע פּאָר ווערטער גיבסטו אזא רינגל איין?

איך בין זייער נייגעריג וואס דו מיינסט מיט דיין ״אייגענע סאסייעטי״, אפשר קענעס מיר אויך צוניץ קומען..

איך פיט גאנץ פיין אריין אין דיין דעסקריפציע, הגם איך בין נישט זיכער צו איך בין בטבע א אינטראווערט אדער ווייל איך טראכט אנדערש פונעם רוב ציבור האב איך זיך צוגעוואוינט צו זיין אסאך מיט זיך אליין, ווי אויך א קאמפיוטער קאפ האביך נישט, כ׳בין מער צו די קריעטיוו טינקינג זייט..
 
איך בין זייער נייגעריג וואס דו מיינסט מיט דיין ״אייגענע סאסייעטי״, אפשר קענעס מיר אויך צוניץ קומען..
מיין אייגענע סאסייעטי מיינט, די זאכן וואס איך האב ליב צו טון, די מענטשן מיט וועם איך גלייך צו פארברענגען, די פלעצער וואו איך האב ליב צו גיין, וכו' וכו'...

רוב פון מיין משפחה און חברים האבן נישט ליב די זאכן/מענטשן/פלעצער וואס איך האב ליב, קומט אויס אז איך לעב נישט אין זייער סאסייעטי, שטימט? סאו, אין מיינע אויגן הייסט דאס וואס איך גלייך יא "אייגענע סאסייעטי".
ווי אויך א קאמפיוטער קאפ האביך נישט,
איך ווייס אויך נישט צו איך האב טאקע א קאמפיוטער קאפ, איך זאג נאר איבער וואס מיינע רבי'ס האבן געזאגט אויף מיר, און צו מיר.
 
Back
Top