איך זוך א מאווי צו קוקן מיט דער ווייב

נאכדעם וואס אונז האבן ענדשויט די דראמאטישע ראמאנטישע מאווי פון משה אין ״10 קאמענדמענטס״
האב איך געוואטשט ״יוסף״ און אשת פוטיפר און שטארק הנאה געהאט (איך ווייס נישט אויב דיין ווייב האט אפשר א האקעלע מאגן, אבער אויב נישט) קענסטו עס דא טרעפן אומזיסט:

שנירל 'תנ״ך מאוויס'
https://kraimel.community.forum/threads/tn-k-mwwys.634/
 
עצה טובה קמ"ל
ווען עס קומט צו א חלק וואס די ווייב האט נישט ליב קען מען שפרינגן 10 אדער 30 סעקונדעס פאראויס אדער אוועקדרייען דער כלי פונעם ווייב ביז עס ווערט צוריק כשר...
 
לאז די ווייב זוכען די מאווי.
 
עצה טובה קמ"ל
ווען עס קומט צו א חלק וואס די ווייב האט נישט ליב קען מען שפרינגן 10 אדער 30 סעקונדעס פאראויס אדער אוועקדרייען דער כלי פונעם ווייב ביז עס ווערט צוריק כשר...
ס'איז דא א סברא אויף פארקערט אויך, דער ארויפגעקוקטער מאן זאל זיך אוועקדרייען...
ולענין מעשה נראה אז די שליסל איז צו אינטראדוסן אין שטוב די קאנסעפט פון ערוואקסנקייט;
בעוד וואס א קינד איז וויכטיג צו שיעלדן פון מציאות'ער און סצענעס וואס זענען נישט אידיאליש, דארף אן ערוואקסענער קענען זעהן און וויסן זאכן אן דעם וואס עס זאל משפיע זיין אויף אים/איר צו אפנייגן אדער קאלט ווערן פון פערזענליכע אידיאלן.
 
צוויי זייער וויכטיגע מאוויס צו קוקן מיט די ווייב פאר יעדער וואס האט - אדער פלאנט צו האבן - קינדער.

inside out 1 און inside out 2

די ערשטע איז פון 2015 די צווייטע איז ארויס היי יאר 2024
 
צוויי זייער וויכטיגע מאוויס צו קוקן מיט די ווייב פאר יעדער וואס האט - אדער פלאנט צו האבן - קינדער.

inside out 1 און inside out 2

די ערשטע איז פון 2015 די צווייטע איז ארויס היי יאר 2024
זענען זיי תולה הא בהא?

האסט א לינק?
 
ולענין מעשה נראה אז די שליסל איז צו אינטראדוסן אין שטוב די קאנסעפט פון ערוואקסנקייט;
בעוד וואס א קינד איז וויכטיג צו שיעלדן פון מציאות'ער און סצענעס וואס זענען נישט אידיאליש, דארף אן ערוואקסענער קענען זעהן און וויסן זאכן אן דעם וואס עס זאל משפיע זיין אויף אים/איר צו אפנייגן אדער קאלט ווערן פון פערזענליכע אידיאלן.
ער פרעגט דאך אבער פאר איינער וואס האט מורא אז די ווייב וועט נישט הנאה האבן פון די מראות קודש.
לאגיק לחוד און הרגשים לחוד
 
טריי FBI files
(קענסט עס האבן אויף you tube )
ס'איז אסאך מאוויס איבערגעשפילט פון עכטע מעשיות. מאך נאר זיכער אז די מעשה ענדיגט זיך גוט
 
אויב זי קען עברית איז בת השוטר זייער גוט, עס האט דראמא און ראמענס, אבער נישט קיין נוד אדער בלוט.
 
Back
Top