איך זוך א מאווי צו קוקן מיט דער ווייב

בייגעלייגטע פיילס

  • the longest ride.png
    the longest ride.png
    593.3 KB · געזען: 126
טיטאניק איז ווערד צו ארבעטן towards דעם. איך וואלט אפשר אנגעהויבן מיט פידלער אן די ראף (fiddler on the roof)
און אפשר נאכדעם the 19th wife
אבער פון אייגענע עקספיריענס גלייב איך אז טיטאניק איז א ריזיגע בענעפיט
א ריזיגע שכח מיין ווייב האט עס מער אינדשויט ווי מיר
וואס נאך קען מען וואטשען
 
א ריזיגע שכח מיין ווייב האט עס מער אינדשויט ווי מיר
וואס נאך קען מען וואטשען
-אפשר וועט זי ליב האבן the notebook
-Yentl האבן ענק שוין געזעהן? (יענטל וואס פארשטעלט זיך ווי א ישיבה בחור)
-Mrs Doubtfire איז א funny one און איך ווייס אנדערע אויך וואס האבן עס זייער ענדשויט און געוואטשט מערערע מאל
-Paddington איז א family movie אבער זייער א באליבטע ביי אלעמען יונג & אלט, ס׳איז אפילו ארויסגעקומען א חלק ב׳ paddington 2 מעגליך זי וועט עס ענדשויען (איך ווייס נישט וואס דו האסט ליב אין א מאווי: ראמאנס? הומאר? עראטיקע? דראמאטיש? מיסטעריעז? אנגעצויגן/intense/thriller?
Horror movies?)

-אפשר A star is born (מיט lady gaga) ס׳האט הערליכע מוזיק אבער די קריטיק וואס כ׳האב איז אז ס׳רעדט דיר איין וועגן אן אומרעאליסטישע ליבע (אוודאי יעדע מאווי מאכט עס אויסקוקן ווי מ׳קען זיך איינקויפן אזא גליק וואס איינער זייער בא׳חן׳ט האט דיר ליב, אייביג, נישט קיין חילוק וואס, (unconditionally) און דו דארפסט ניטאמאל אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער… 😂 אבער דעי מאווי מאכט עס נאך אביסל מער believable that lie כאילו א גוטע רילעישנשיפ נעמט נישט קיין השתדלות און איבערגעגעבנקייט, כאילו ס׳וואקסט ארויס out of thin air 😜 ס׳קען זיך זייער גלוסטן צו האבן אזא זאך - וואס קאסט נישט גארנישט קיין מיה, און עס געבט דיר אלעס וואס דו האפסט און גאַרסט אויף דעם… און ס׳דא טאקע אזעלכע וואס הייבן אן צו גלייבן אז זיי זענען די איינציגע אויסגעשפילטע וואס האבן דעיס נישט, כאילו די מאווי דערציילט בכלל וועגן אן עכטע מציאות)

-sense & sensibility איז אויך א ראמאנס, כ׳געדענק נישט מער וואס די מעשה דארט איז געווען, ווייל מ׳האט עס געזעהן א לאנגע צייט צוריק, אבער ס׳דא וואס טענה׳ן יעדע מאווי מיט Hugh Grant איז א גוטע ראמאנס מאווי
1760096840326.webp
 
לעצט רעדאגירט:
פרוביר Parent Trap
זי וועט גאר שטארק הנאה האבן.
עס איז (איידל) ראמאנטיק און קאמעדי.
@קעניינע הארע א דאנק פאר די רעקאמענדאציע!!

די ערשטע "גויאישע" מאווי וואס איך קוק צוזאמען מיט די ווייב, זי גלייכט עס זייער, זייער א זיסע פלאט.

נאכאמאל, א דאנק!!
 
לכאורה זענען 'פיריאד' פילמס, ד.ה. פילמס וואס זענען געסעט אין די רעלאטיוו ווייטע פארגאנגענהייט, מער סעיף ווי אנדערע, ס'איז אוודאי נישט אלעמאל אזוי, אבער די פאקט אז מ'איז דעמאלטס געגאנגען מער צניעות'דיג (=ענליך צו די קאנטעמפערערי חרדישע צייטגייסט), און עניני סעקס זענען געווען מער טאבו און איינגעהאלטן, קען ארויסהעלפן אין דעי געביט
*
אינטערסאנט אז מ'האט נאכנישט דערמאנט דעם אייקאנישען מאווי "The Wizard of Oz"
*
אויך איז פארהאן אן זשאנער וואס רופט זיך "וועסטערן" מאוויס, איך בין נישט צופיל באקאנט וואס פונקטליך דאס נעמט אריין, און צו דאס איז דייקא א פעריאד קאלעקציע, אבער איך האב אמאל געוואטשט א שיינע פילם פון (בערך?) די זשאנער, מיט'ן נאמען "Let Him Go" און שטארק הנאה געהאט, און דאס איז אין פלאן צו וואטשן מיט'ן ב"ב איינמאל זי לערנט זיך פון די הייליגע באבע חוה און איז מסכים צו נעמען פון די פארבאטענע פרוכט

דער סטאר פון די מאווי איז געוואלדיג און איך פארשטיי אז ער סטאר'ד אין מערערע וועסטערענס
 
Back
Top