איך זוך א מאווי צו קוקן מיט דער ווייב

די ארום מיין איך מיין מיט איר משפחה וואס זענען עקסטרעם פרום...... און מ'מעג גארנישט טון.....
כוויל דיך נישט טשעפען

אבער די האלטס נישט ביים ארבעטן
די ווילסט דיין ווייב זאל זיך אליינס טוישן
 
ערשטע מאל איך הער אז מטאר נישט ארויסגיין עסן, a first one for me
איך קען עס פארשטיין גראדע.

איך געדענק אפאר יאר צירוק, די ערשטע מאל איך און מיין ווייב זענען ארויסגעגאנגען עסן ביי עפעס א קלאסישן רעסטעראנט אין פלעטבוש, גראדע געווען מיין ווייב'ס ארעינדזשמענט.

אלעס איז געפארן כשורה ביז מיין ווייב'ס פאון ציקלינגט זיך און ס'איז איר מאמע, די האראר וואס זי האט מיטגעמאכט אין יענע מינוט'ן וואס צו זאגן פאר מיין שוויגער איז שווער אראפצולייגן מיט א פעדער.

זי איז נישט געווען אין די גוסטע צו הערן איר מאמע'ס הגהות וועגן עסן ווי "פראסטע מענטשן" אין רעסטעראנטס.

ב'ה אונז האבן שוין נישט די פראבלעימן היינט, אבער איך פארשטיי @ברוך הבא.
 
געוויסע מאוויס קוקט מען נישט פאר ענטערטעינמענט נאר פאר טעראפיוטיק סיבות
(הערה: דעי סברא האט נאכנישט געארבעט ביי מיר אינדערהיים אבער מ'טאר דאך נישט אויפגעבן... אן אנדערע מאל האב איך פרובירט צו טענה'ן אז אויב קוקט מען בלויז כדי צו צוליב טון די מאן/שותפות'דיגע לעבן, אבער מ'האט נישט עכט הנאה פון קוקן, איז עס נישט בכלל דעם איסור, אבער אויך דאס איז נאכנישט אנגענומען געווארן דערווייל...)
 
@ברוך הבא אין ריגארדס צו מאוויס קען איך דיר נאר זאגן איין זאך, ס'דא האפענונג!!

א יאר צירוק האט מיין ווייב נישט געוואלט הערן דערפון, איך קען נישט פינפאונטען וואס עקזעקלי האט געמאכט די טויש אז היינט ציטאגס ציבסלעך האט זי נישט אזא פראבלעם.

איך טראכט פון אפאר ריזענס פארוואס.

איינס. קען זיין ווייל איך האב געטרייט מיין לאק איין גרינעם דינסטאג אין געבעטן מיין ווייב צו וואטשן מיט מיר 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז זייער קלין, קלין ביי מיר האט געדארפט מיינען אז די טאטע קערעקטער גייט נישט מיט קיין שארטס, אזוי ווייט איז מיין ווייב געווען פארעקלט פון גוים, און איינמאל ס'שוין נישטא קיין 'טערדישען' קען זיין די מויערן האבן זיך דאלמאטס ציפיצלט.

צוויי. איך האב אסאך אריינגעהאקט (ארויסגעהאקט?) ביי מיר אינדערהיים אז גוים זענען נישט ביי דעפענישן עקעלדיג, ווען א קאפל קישט זיך אין פאבליק, אדער אין א מאווי איז עס נישט "עקעלדיג" איך וואלט עס לכאורה נישט געטון, אבער די עצם קישן איז נישט "עקעלדיג", און פארשטייט זיך אז א איד איז נישט ביי דעפענישן הייליג און טייער, ס'דא אידן וואס זענען א עקל, בקיצור ביי מיר אינדערהיים איז מען מורא'דיג האקעל ווי אזוי מ'רעדט פון אנדערע מענטשן.

ועוד חזון למועד.
 
איך זוך עפעס אזוי ווי 'Melissa and Joey'
געקוקט מיט מיין ווייב א תקופה יעדע נאכט, אונז האבן זייער הנאה געהאט.
איינער האט עפעס ענליך???
 
איך קען עס פארשטיין גראדע.

איך געדענק אפאר יאר צירוק, די ערשטע מאל איך און מיין ווייב זענען ארויסגעגאנגען עסן ביי עפעס א קלאסישן רעסטעראנט אין פלעטבוש, גראדע געווען מיין ווייב'ס ארעינדזשמענט.

אלעס איז געפארן כשורה ביז מיין ווייב'ס פאון ציקלינגט זיך און ס'איז איר מאמע, די האראר וואס זי האט מיטגעמאכט אין יענע מינוט'ן וואס צו זאגן פאר מיין שוויגער איז שווער אראפצולייגן מיט א פעדער.

זי איז נישט געווען אין די גוסטע צו הערן איר מאמע'ס הגהות וועגן עסן ווי "פראסטע מענטשן" אין רעסטעראנטס.

ב'ה אונז האבן שוין נישט די פראבלעימן היינט, אבער איך פארשטיי @ברוך הבא.
גלייב מיר איר מאמע גייט אויך, דאס נישט ארויסגיין איז געווען פיין 50 יאר צוריק
 
גלייב מיר איר מאמע גייט אויך, דאס נישט ארויסגיין איז געווען פיין 50 יאר צוריק
מוז נישט זיין, די וועלט איז גרעסער ווי די מיינסט און כלל ישראל האט אלע מינע מענטשן, נישט וואס די ביסט צוגעוואוינט אדער דיינע עלטערן האבן געטוהן מיינט אז יעדער טוט דאס, מיינע עלטערן זענען נישט אלט און זענען נאך קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען עסן אין א רעסטעראנט, אפילו ווען זיי פארן אוועק נעמען זיי מיט פארדארבענע געפעקלטע פלייש וואס קומט פון זיין שחיטה
 
וועלעכע בעבי סטעפס וואלסטו געצהט אנצוהייבן?
ווייז איר איין געשמאקע חלק טיזער פון א מאווי און זאג איר דו מיזט עס זעהן וועסט זייער הנאה האבן דערפון און דאס וועט איר געבן א געשמאק צו ג'יין ווייטער
 
איך זעה מ'פאקוסט דא אויף מאכן די ווייב קוקן מאוויס. איך טריי צו פארשטיין דעי תאווה. וואס האסטו דערפון? איבערמאכן די ווייב מיט קליידער וכדומה פארשטיי איך אז האסט הנאה אבער וואס איז די הנאה אז זי וואטשט געצווינגענערהייט א מאווזאליי. אדער אפילו נישט געצווינגענערהייט
 
בכפיה איז גארנישט גוט, אבער ברצון? פארוואס נישט? ס'איז א נארמאלע און וויכטיגע זאך פאר א קאפל בכלליות צו פארברענגען צוזאמען, פאר איינעם איז עס א געשמאקע אונטערן פלעי און פאר א צווייטען איז עס א קריספי מאווי.
 
וואס איז מיט והייתם לי סגולה מכל העמים? אתם קרויין אדם? ספרים זענען פיל מיט די נעראטיוו אז אידן זענען מער חשוב'ער און העכער פון די גויים און מ'זעט עס אויך אין הלכה
יא יא. פשוט,אזוי. איך האב מיך נאר אפגעהאלטן פון ענטפערן פארן טרעפן א קלארע שטיקל.,נאכנישט אנגעקומען צו,קוקן אבער ספרים זענען פיל.
 
די שמועס איבער די חילוק צווישן אידן און גוים, איז גערוקט געווארן צו א נייע שנירל
 
הלוואי וואלט מיין ווייב פארשטאנען עברית, שטיסל וואלט געווען פונקט גוט, היימיש און ראמאנטיש, אזױ אויך 'ווארט' פון שלש עשרה וואלט געווען א מחיה, נו גיי לערן א אמעריקאנע מיידל עברית...
 
הלוואי וואלט מיין ווייב פארשטאנען עברית, שטיסל וואלט געווען פונקט גוט, היימיש און ראמאנטיש, אזױ אויך 'ווארט' פון שלש עשרה וואלט געווען א מחיה, נו גיי לערן א אמעריקאנע מיידל עברית...
שטיסל קען מען קוקן מיט ענגלישע סובטייטלס.
 
שטיסל קען מען קוקן מיט ענגלישע סובטייטלס.
איי קנאו, עס איז אבער ווייט נישט אזוי אינטערסאנט, ווען זי קען ווען עברית קען מען עס 'עקספיריענסן' און רילעיטן,
ווען די גייסט קוקן א אינטערעסאנטע מאווי אין יאפאנעזיש וועסטו נישט אזוי קאנעקטן...
 
איי קנאו, עס איז אבער ווייט נישט אזוי אינטערסאנט, ווען זי קען ווען עברית קען מען עס 'עקספיריענסן' און רילעיטן,
ווען די גייסט קוקן א אינטערעסאנטע מאווי אין יאפאנעזיש וועסטו נישט אזוי קאנעקטן...
פאר א מלומדת (ר'"ל) קען אפשר עברית סובטייטלס ארויסהעלפן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top