- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 88
- רעאקציע ראטע
- 798
- פונקטן
- 103
איך זיך א שנירל וואס האט זיך גערעדט, אז אויף אלעם טרעפט מען עפעס א ברוך השם, ס'קען זיין די גרעסטע טראדיגעדיע.
איינער ווייסט וואס איך רעדט?
האסטו געהערט וואס איז געשען מיט משה'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ארויס אָן א קראץ!
נסים!
נעבעך נישט איבערגליבן קיין זכר פונעם קאר. אפגעברענט ווי חמץ ערב פסח.
נו! זאל מען אפקומען מיט דעם.
נסים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!
האסטו געהערט וואס איז געשען מיט נחום'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
צעבראכן הענט און פיס נעבעך.
אלע אין שפיטעלער.
אבער לעבן!
ממש אפענע ניסים!
די השגחה האט זיי אנגעהאלטן ממש ביי די הענט. זיי געראטעוועט דאס לעבן!
דארף מען...

- יוסקע ווארטעמאן
- ענטפערס: 8
- פארום: מחשבה