איך זיך ליריקס

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
283
רעאקציע ראטע
974
פונקטן
123
איינער קען ברענגן די ליריקיס פון די אידישע ווערסיע פון די ניגון וויקפעדיע?
אריגנאל - חנן בן ארי
View: https://youtu.be/80GtXgCSYJw?si=M4wmNNl3_IIq13A1

אידישע - מיטל מזרח אלבום
Harmonica - Middle East Vol. 2 (EP) (Free Download)
איי ווי גרינג-איז

צו טייטעלען פינגערס

צו באשטימען וואס באלאנגט און וואו,

דער מענטש'ס קאפ גאר פלינק-איז.

אלץ

אפגעשריבען אין פנקס.

וואס איז רעכט און וואס לינק-איז.

הנחות פון אנאנימע שרייבער אין ארטיקלען אויף מאשינקעס.

אלעס איז שיין מסודר ביי אונז אין קאפ, קעסטלעך, קעסטלעך-

ווייז.

אלץ וואס מען זעט, קיין פראגע נישט,

אונז ווייסן שוין קלאר

אז-

יעדער אין מיוזיק היינט פאלט.

עדע G&G וועסטל א מחנך באהאלט.

דער מיט א קוטשמע שפירט אלט,

און עסט זיכער הערינג ביי רעווא דרעווין.

יעדע נגיד איז סאטמער-געשטימט.

יעדע מתנגד פון טראמפ איז פארקרימט.

דער וואס שאקלט זיך מער ווי מיר איז פארפרומט,

און דער וואס ווייניגער הייסט נישט געדאוונט.

שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג.

באשרייב נישט מיין סך הכל אין וויקיפעדיע.

איך בין אלץ.

איך בין נישטיגקייט.

אן אור אין סוף אין א גוף געקליידט.

איז שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג.

הנחות האמיר שוין א בארג.

פון מעסטן אלץ איך בין שוין מיד.

נישט יעדער לערנט די זעלבע שטארק,

נישט יעדער שאקלט די זעלבע ספיד.

קאטאגאריעס פאר יעדע איד.

יעדן טאג די ליסטע וואקסט.

פארגעס אלץ וואס דו ווייסט נאר וועגן מיר און אויך פארברען די באקס.

ניין, איך בין נישט דער מוזיקאנט.

נישט די רעקל וואס איך טראג.

קיין חילוק וואס שטייט אין דיין בוק.

און וואס די איי איי 'אייוועלט' זאגט.

בקרוב קומט שוין אן די טאג.

הנחות וועט מען לאזן גיין.

יעדער איינער זיין אייגן מעשה וועט קענען שרייבן אליין.

ווייל אויב אלץ איז מסודר ביי אונז אין קאפ, קעסטלעך, קעסטלעך-

ווייז.

אלץ וואס מען זעט, קיין פראגע נישט,

אונז ווייסן שוין קלאר

אז-

כולל איז שעות פון קאפי און טיי,

די 'מיר' איז אויך גארנישט אזוי איי איי איי, דאך ישיבה האלט ערליך אזן ארבעט מאכט פריי,

איז בלייב אין די ישוב הישן.

די סיסטעם איז דאך א געוואלד,

יעדע מחנך'ז דא פאר די געהאלט,

טרעק פייוו האט פיין געוויסט וואס ס'דערציילט,

אבער אויב דו זאגסט די ווארט 'סיסטעם' כאטש צוויי מאל א וואך ביסטו א חלק פון די סעלושען.

שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג.

באשרייב נישט מיין סך הכל אין וויקיפעדיע.

איך בין אלץ.

איך בין נישטיגקייט.

אן אור אין סוף אין א גוף געקליידט.

איז שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג.

אט קומט דער טאג

אט קומט דער טאג

מ'וועט מיר נישט איינשפארן אין קיין שום שטייג.

נישט באשרייבן מיין סך הכל אין וויקיפעדיע.

איך בין אלץ.

איך בין נישטיגקייט.

אן אור אין סוף אין א גוף געקליידט.

איז שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג.

איז שפאר מיך נישט איין אין קיין שום שטייג
 
Wow wow wow!!
קיינמאל געזען/ געהערט!!! אזוי מייסטער ארטיג איבערגעטייטשט!!! האלט זיך צי די ארגינעלע שטריכן פון חנן און טייטשט איבער צי אונזער אקטועלע סטיגמעס!!!
ווער איז דער מתרגם??
 
איינער קען ברענגן די ליריקיס פון די אידישע ווערסיע פון די ניגון וויקפעדיע?
אריגנאל - חנן בן ארי
View: https://youtu.be/80GtXgCSYJw?si=M4wmNNl3_IIq13A1

אידישע - מיטל מזרח אלבום
Harmonica - Middle East Vol. 2 (EP) (Free Download
ווען איז די מיטל מזרח אלבום ארויסגעקומען?!
די איבערטייטשען איז מעכטיג!!!
איך גלייב נישט וואס מיינע אויערן הערן...
די באליבטע 'מיטל-מזרח' מעלאדיעס אין אידיש!!!
איך האלט נאך אינמיטן פראסעסן דעי חידוש, איז עס טאקע אזוי גוט?
צי הערן א ניגון מיט די ווארט 'סיסטעם' אויף אידיש איז בלי ספק א דורכברוך!! אבער למעשה האט די הברעישע ווערטער א ריינקייט! ריין פון די יוגנט-גארביטש, ריין פון די קאטשעניו-אידישקייט קולטור, ריין פון די היימישע- דשאדשמענט!!!

די ניגון 'דע בני אהובי' איז א נשמה-ליד ווי נאר שולי רנד קען, כל הכבוד פאר דער וואס האט עס פאר'אידישט, עס געט אבער א קיצל ווארום דער זעלבע שטימע וואס פארפירט חנן'ס וויקיפדיה, גליטשט זיך אויף שולי'ס נידריגע נשמה תנועות, 'דע בני אהובי' נו שוין מ'קען נישט האבן אלע וועלטן.
 
ס'איז מיר טאקע אינטערעסאנט. אייוועלט, סיסטעם, זשי ענד זשי... א קאטשאניו מיט הערינג קרעמל זינגער. האהא
 
Back
Top