איך קוק עס אן אזוי:
קינדער אונטער פינף, קענסטו בעאיינפלוסן. טראצדעם וואס איך זאג נישט צו, אז ווען ער וועט ווערן דרייצן וועט ער ווידער זוכן זיין טאטע'ן, אבער אין מערסטנס פעלער וועט ער נישט וואקסן לב-טהור.
קינדער וואס זענען שוין זיבן, אכט און עלטער, ביז דרייצן, וועלן זיך אלעמאל בענקען, זיי וועלן וויינען... די נייע וועלט איז אזוי פרעמד פאר זיי. עס איז טאקע באקוועמער און שענער, אבער זייער סעטינג וואו זיי זענען אויפגעוואקסן רעדט מער צו זיי...
קינדער העכער דרייצן, וועלן שטעלן א ווידערשטאנד און שטויסן און פארפירן. א גרויסער חלק פון זיי, וועט געלונגען בדרך לא דרך זיך צוריקצוקערן און גיין פון וואו זיי קומען, אנדערע וועלן סתם אזוי מאכן פראבלעמען. א קליינער חלק וועט בלייבן אינדרויסן פון לב-טהור, און יענע וועלן זיין אין א רוחניות'דיגע סכנה, ווייל אויב איז לב-טהור נישט קיין אידישקייט, ווער זאגט אז ביי דיר איז יא דא אידישקייט? - מיט זיי וועט זיין א יענער פראבלעם, און עסקנים וועלן נאך באוויינען פארוואס מען האט זיי ארויפגעברענגט.
אלזא, מיין שאלה איז אזוי:
צי ווייסן טאקע די עסקנים וואס זיי טוען?
יא, מ'קען פאקטיש אנכאפן קינדער און זיי ארויפשלעפן קיין אמעריקע מיט געוואלד, קעגן די ווילן פון די עלטערן. אבער וואס איז דערנאך? - ביסטו זיכער אין זייער חינוך? - צו ווייסטו וואס דו טוסט מיט זיי?
איז פארהאן א לאגישע פלאן פאר די קינדער?
זייער א שטארקע שאלה האסטו דא געשטעלט און עס האט קיין איין פיסיגער ענטפער. אבער, לאמיר עס צולייגן אויף טעלערלעך מיט א פראפעשאנאל אבזערוואציע.
קודם לאמיר פארשטיין דעם פראבלעים.
1. א קינד וואס וואקסט אויף אין א קולט פירערשאפט האט נישט קיין אייגענער דעת, אדער מיינונג, און אפי' זיין/איר ווילן איז נישט וואס ער/זי וויל, עס איז דער ווילן וואס אנדערע ווילן, אז ער/זי זאל וועלן. און אויב וויל ער/זי, אדער טראכט גאר עפעס אנדערשט ווי די וואס ער/זי איז פאטרפליכטעט וויל ער/זי זאל טראכטן אדער וועלן. און פארשטייט זיך, טאמער נישט, קען ער/זי דערפאר ווערן באשטראפט. געשעהט, דאס פאלגענדע, ווען ער/זי איז נישט אין די סייעתא ווערט ער/זי צוריק געצויגען, און אין זיך, און ליידט פון שעמעוודיגקייט, פחד, און טראומא ער/זי באזיצט נישט קיין שום אייגענע באזיצונג נאר די באזיצונג פון די (קולט) וואס ער/זי איז אויפגעוואקסען.
2. דאס פארלוסט פון אייגענע אידענטיטי ווער בין
"איך", עס עקזעסטירט נישט בכלל קיין
"איך". "איך" איז נישטא.
"איך" האב נישט קיין מסורה. טאטע, אדער מאמע, און אן אייגענע שטוב ווי
"איך" באלאנג.
"איך", נישט
"איך", דאס וועזן, איז נישט מיין וועזן, נאר דאס מציאות פון וועזן באלאנגט נישט פאר מיר. אדער
"איך" איז נישט דער ווארט וואס דריקט אויס עקזיסטענץ
"איך" איז בכלל נישט קאנעקטעד מיט די וועזן פון די נשמה, גוף, אדער מוח.
ווען זיי קומען ארויס, וועלן זיי די ערשטע זאך טשעלענדזשען איז די
"איך" אן עקזיסטענץ
"איך" פארמאג א ד' אמות.
"איך" האב א ווירדע. און דאס איז זייער א שווערער טשעלענדזש פון פתאום ווערן אן עקזיסטענץ.
זייער קעמפלעקסט PTSD פאוסט טראמעטיק סטרעס דיסארדער.
וואס זענען די נאכווייען פון PTSD און סימטאפמען.
שנעלע הארץ ריטוםס וואס רופט זיך פאלפעלטעישאנס. א יעדעס קליינער שארך וואס א PTSD פאציענט הערט וועט ער/זי שפירן אין ברוסט קאסטן א שנעלער הארץ ריטום ווי ל"ע אן אי-רגיולעטעד הארץ קלאפעניש Irregular heart beat.
א PTSD פאציענט וועט אן א פארוואס און אן א פארווען כאפן א שוויצען אטאקע נישט ווייל ער/זי לויפט. אדער, עס איז ביטער הייס, און שלעפט עפעס. נאר ווען ער/זי דערמאנט זיך אן עפיזאוד פון די פארגאגענהייט וועט ער/זי זיך נעמען שווצען אויף אן אויפן וואס איז נישט נארמאל אז א אמענטש זאל אזוי שוויצען אפי' עס איז קאלט ווי ער/זי געפונט זיך אויפן מינוט.
אויב גייט ער/זי אין גאס און זעהט איינע פון די מענטשען פון זיין/איר פארגאגענגענהייט אפי' יענער איז נישט זיין/איר באפאנגער וועט עס ארויף ברענגען אין זיין/איר זכרון סיי וואספארא עפיזאוד אז די שוויץ וועט קומען אזוי שטארק, און וואסער פון זיין/איר שוויץ וועט רינען פון איהם/איר ווי א סינק.
שלעכטע קאשמארישע דמיונישע חלומות וואס קענען ניטאמאל פאסירן.
דער באטראפענער גלייבט נישט זיין/איר אייגענע מחשבות. איז אלץ מסופק אין וואס ער טראכט. למשל ער/זי טראכט איך וויל גיין אין גראסרי. וועט ער/זי זיין מסופק אין די מחשבה צו עס קען פאי' זיין אז ער/זי זאל קענען גיין אין גראסרי.
קען נישט טראכטן גראד אין קיין שום פאל. יא טוהן, נישט טוהן, יא גיין, נישט גיין. אפי' די פשוטע מחשבות זענען פאר איהם/איר א גאנצער אפקומעניש.
יא, און אויך ווערן מענטשען מיט PTSD געטראפן פיזיש. א מענטש מיט PTSD האט פיזישע פעין די רוקן, די הענט, די קאפ. עס האלטן איהם/איר אין איין וויי טוהן עפעס אנדערשט אפי' ער/זי האט נישט קיין שום פיזישע סיבה פארוואס דער אבר זאל איהם/איר יעצט ווי טוהן.
טראסט מאן דכר שמיה'. עס עקזעסטירט נישט א מציאות אז א PTSD פאציענט זאל טראסטן אפי' זיינע נאנסטע ארום איהם/איר אפי' די וואס מיינען נאר זייער גוטס.
א שמאטע וואס יעדער איינער קען טרעיטן אויף זיי ווערן זיי כסדר זיך געשפירט.
א PTSD פאציענט וועט קיינמאל נישט נעמען קיין ריזיקע מיט קיין שום זאך ווי אפי' (אסאך מאל) אריבער קראסען די גאס ווייל עס אינוואלווד ריזיקע.
געווענליך וועלן זיי נישט נעמען אויף זיך קיין שום אחריות און מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן אויף קיין שום טעסק.
קענען זיך געפונען אין א מצב ווי זיי שפירן אז זייער לעיבן איז זיי נישט ווערד קיין פיאסטער, איז למה לי חיים. איך וויל נישט ארויס ברענגען על הכתב וואס דאס מיינט. (יא גוט געליינט סועסיידל)
פיזישע נאנטקייט ווערט פארפיינטעט מיט פילן זין פון ווארט. עס ווערט זיי כמעט אום-מעגלאך זיך צו פארטענערן מיט א זיוג און קענען זיך שלעכטלען.
ביי קינדער איבערהויפט זיי באקומען א שטארקע נייגונג צו קאנטראלירן אנדערע, ממש א פארקערטע מציאות אבער אזוי ווי זיי האבן נישט דעם טאקט פון קאנטראלן (זיי ווייסן נישט ווי אזוי) ווערן זיי ביטער און שלאגן זיך קאנסטענטלי מיט זייער סביבה. כמעט אום-מעגליך זי צו האלטן אין א קלאס רום מיט אנדערע קינדער.
איינמאל דו האסט ארויס די כללים ווערט די שאלה עטוואס אנדערשט. ווי אזוי היילט מען PTSD און דאן אויב האסטו דעם תירץ וועט פארענטפערט ווערן אלע זיידנע שאלות וואס איז דא ציטירט.
איינע פון די אנגענומענע וועגן ווי אזוי צו היילן PTSD הייסט TF-CBT טראומא פאקעסט קאגנעטיוו ביהעיוויורעל טעראפי Trauma Focused Cognitive Behavioral Therapy
1. דער טעראפיסט דארף וועלן פארשטיין זיין טראומא, און וואס האט די זאכן געטוהן צו איהם/איר. און ווי אויך פאובירן צו רעדן מיטן פאציענט וועגן זיין רעאקציע, ד.מ. ווען ער/זי ריעקט ווי אזוי ער/זי ריעקט וואס טוהט דאס צו דעם טראומא זעלבסט. פארשטיי ווי אזוי די רעאקציע וואס ער/זי האט העלפט איהם/איר מיט די טראומא וואס ער איז אריבער.
העלפן דעם פאציענט טוישען זיין/איר געדאנקען גאנק פון אלעס איז מיין שילד, אדער "איך" בין נישט ווערד ווייל איך בין נישט קיין "איך" טושן זיין/איר מחשבה אז ער/זי איז יא אן "איך" און דאס טאקע איז CBT געמאכט פאר ד.מ. אזוי. דער טעראפיסט דארף ווייזן פארן פאציענט ווי אזוי ער פיהלט ווען ער/זי טראכט אזוי, און ווי אזוי עס פיהלט ווען ער/זי טראכט א זי לאמיר עס אויס שפילן.
טעראפיסט: וואס האסטו געטראכט אין יענער סיטואציע ? למשל איך בין נישט ווערד, אדער איך בין נישט גוט. (אזוי האט ער/זי געטראכט) ביי אט די מחשבה וואס האסטו געפיהלט? קאלט? הייס? הארץ קלאפענישט וכו' מערק אן ווי די ביידע זאכן זענען קאנעקטעד אז ווען דו טראסט אזוי שפירסטו דעם הרגשה. סאו א יעדעס מאל וואס דער פאציענט וועט שפירן קאט הייס שוויץ שטארקע הארץ קלאפענישט וועט ער/זי וויסען אז אצטערט אין די מאמענט האט ער זי געהאט א טראמעטיק מחשבה.
אין אנדערע ווערטער, ווען דו האסט אזוי געשפירט וואס איז דיר אין קאף א דורך געלאפןץ אינדענטיפיי די מחשבה דעם געפיהל צו די פיזישע רעאקציע.
נעקסט סטעפ:
טעראפיסט: סאו דו זאגסט אז דו ביסט נישט ווערד קיי פיאסטער ריכטיג ? האט איינער דיר דאס געזאגט ? איז דא א מעגליכקייט אז דו ביסט יא עפעס ווערד ? עס איז דיין שילד ? איז מעגליך אז דו האסט געמאכט א מיסטעיק און דערפאר איז דאס געשעהן? אדער איז גאר איז דא א מעגליכקייט אז עס נישט דיין שילד ?
ווארף אריין ספיקות אין די פאציענטס הנחה.
איצטערט ווען די קארטלעך אין דעם פאציענטס קאפ איז אביסעל צו-ווארפן אז קען זיין אז זיין/איר הנחה האט נאך א זייט אפשר נישט. מאכט מען אזוי
טעראפיסט: פאציענט שרייב מיר אראף דיינע מחשבות און דער פאציענט הייבט אן שרייבן ווי פאלגענד.
פאציענט: אלעס איז מיין שילד.
טעראפיסט: אוקיי זייער גלייך זאגט דער טעראפיסט צום פאציענט אפשר לאמיר דיר געבן נאר 50% פונעם שילד איז מעגליך? (דער פאציענט איז מסכים ווייל ער באקומט נאך אלץ דעם שילד) אבער פארט האב איך געטוהן וואס איך האב געקענט סאו די רעזאלטאטן איז נישט געוואנדן אין וואס דו האסט געהטוהן.
פאציענט: איך בין נישט ווערד.
טעראפיסט: ריכטיג אז דו ביסט נישט ווערד ווייל איך לייד, אבער מיט די ריכטיגע הילף וואס קומט מיר וועל איך אפשר יא זיין ווערד ?
פאציענט: איך וועל קיינמאל נישט מצליח זיין.
טעראפיסט: אויב וועסטו אריין לייגן די ריכטיגע ארבעט, און האבן געדולד אדורך צו גיין דעם פראסעס וועסטו יא קענען ?
אויב דער ענטפער איז ניין שלאג זיך נישט מיט איהם/איר נאר זיי מסכים, און די נעקסטע שאלה וועט זיין
טעראפיסט: אויב וועלן מיר טרעפן א מהלך וואס קען זיין אז דו ביסט נישט שילדיג, אדער א וועג אז דו ביסט יא ווערד, אדער גאר א מלך וואס אפשר וועסטו יא מצליח זיין ביסטו גרייט עס צו פראבירן ?
פאציענט: (געווענליך וועט ער ענטפערן) זיכער.
טעראפיסט קענען מיר אפשר זיכען א מהלך און מען הייבט אן פון פריש נאר זייט געווארענט צו ניצן אנדערע ווערטער און אנדערע משלים.
און אזוי ווייטער. עס איז נעמט אסאך צייט און ווי אויך אסאך געדולד אבער די רעזאלטאטן שפעטיגן ניש פון קומען.
לאמיר עס אויס שפילן אין א לב טהור קינד.
קינד: מען האט מיך ארויס געשלעפט פון לב טהור ווייל איך בין שלעכט און איך האב נישט געקענט פאלגן דארט.
טעראפיסט: וואס מיינסטו מיט שלעכט? ווער האט עס דיר געזאגט ? איז דא א מעגליכקייט אז דער וואס האט דיר ארויס גענומען האט דיך געוואלט פראטעקטן?
קינד: ער טראכט עס איבער און זאגט. מען האט מיך ארויס גענומען ווייל מען האט מיך געוואלט העלפן ?
טעראפיסט: איך מיין אז איך בין נישט שלעכט (רעדט ער צו זיך) איך בין געווען אין א שלעכטע סיטואציע און איך פארדין א בעסערע לעבן אפשר טאקע קען זיין עס וועט זיין בעסער ? הזמן יכלו והם לא יוכלו אבער דאס איז בערך דער געדאנק.
אדער EMDR Eye Movement Desensitization and Reprocessing טעראפי.
טעראפיסט: קענסטו אפשר טראכט פאר א סעקאנד אבער נישט מער עפעס וואס עס איז געשעהן צו דיר זייענדיג אין דעם מצב, וואספארא שרעק האט דיך געכאפט, וואספארא אביוז ביסטו אדורך, אדער וואספארא קעלט האט ידך געכאפט ? נישט דוקא פון די צייט ווען ער איז געווען אין זיין סיטואציע נאר אפי' רעדן פון די נאך ווייען.
דער פאציענט נעמט זיך טראכטן. דער טעראפיסט וויגט זיינע פינגער רעכטס און לינקס בשעת ער/זי טראכט און רעדט נישט קיין ווארט. דער פאציענט ענדיגט דעם מחשבה און קוקט לינקס, רעכטס לינקס, רעכטס. (אדער איז דא נאך א מהלך בשעת דער פאציענט טראכט מען מאכט א שטילער גרידער פון קליקס מיט א פעדער אדער סיי וואס. עס ריפט זיך ביילעטעראל סטימיולעישאן bilateral stimulation)
וואס דאס טוהט איז אזוי. דער מוח הייבט אן טראכטן פון די נעגעטיווע טראומאטישע געדאנקען אין א ריכטיגע קאנטשעס טינקינג פראסעס אזוי ווי א מענטש זעהט חלומות אין א REM SLEEP מצב. דער פראסעס שוואכט אף די מחשבות עס וועםט עס אויס אזוי ווי ווען איינער שטייט אויף דריקען איהם נישט די חלומות ער דענקט זיי ניטאמאל.
(REM SLEEP מיינט ווען א מענטש חלומט זיך די בייזע חלומות שלאפט ער אבער ער איז סובקאנטשעסלי אויך אין די לעפלעךך פון זיינע אויגן פליקערן און גלייך דערנאך דערוועקט ער זיך. דאס זענען קאנטשעס מחשבות וואס דער מוח ווערט נישט בלאקירט מיט דעם סובקאנטשעס מיינד ווייל דער מוח איז נאך פארשלאפן. דער מוח ארבעט דאן כמעט אזוי ווי ווען דער מענטש איז אויף און אזוי ווי ווען איינער דריקט זיך צו טראכטן פון עפעס, אן זיין ארום זאל איהם שטערן זיך מצמצם זיין.)
EMDR גייט מיט פאזעס, געווענליך נישט ווייניגער ווי 8 אבער עס קען נעמען מער. מיר וועלן איצטערט נישט אריין גיין אין די 8 שלבים עס וועט מייר נעמען נאך צוויי שעה צו שרייבן.