אין גן החיות - פיר משפחה נעמען אין איין משפחה

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
227
רעאקציע ראטע
1,784
פונקטן
223
שטעל דיך פאר דו זעהסט א פאמיליע, דער טאטע הייסט יצחק מייעראוויטש אין שיל, יחזקאל יאקאבאוויטש אין טעלעפאן ביכל, זיין זון הייסט מאיר׳ל פרידמאן, און זיין ווייב הייסט נחמה׳לע גלאנץ. וואלסט דעם גאנצן משפחה דארטן געלייגט אויף פראגע צייכן, נישט געוואוסט וואספארא האריקעין ס׳האט זיי געכאפט.

אין די תורה האסטו פונקט אזא סארט משפחה און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות, קיינער הייבט נישט קיין אויגן ברעמער. האסט דעם ״שור״, אזוי הייסט ער ביים אקערן, האסט דעם ״פר״, דאס איז דער זעלבער חברה׳מאן נאר אָן די ארבעטס קליידער, דעם נאמען טראגט ער אין בית המקדש ביים ארויס נעמען סמיכה, עפעס א ״שיינער אקסשאפט״ טיטל. דערנאך האסטו די ״פרה״, דאס איז נישט קיין צווייטער נאר שור׳ס אשת חייל. און דערנאך האסטו דעם קליינעם, עגל הייסט ער ביי דער משפחה נאמען, דאס איז גלייבט צו נישט, שור ורעיתו פרה׳ס קדיש׳ל.

און דאס איז אגב נישט די איינציגסטע אזא משפחה פון יענע תקופה, האסט אויך למשל פון די קהילת אנשי דקות - משה׳ניו ״שעיר״ דער זיידע, אלישבע ״צפיר״ די באבע, סעדיה ״תיש״ דער טאטע, אביגיל ״עז״ די מאמע און רוני ״גדי״ דאס קינד. הכלל א פרידמאן, פינקוסעוויטש, ווערצבערגער, מייערזאן, און מאטיאש תחת קורת גג אחד;

האסט עופר ״איל״ דער טאטע, שולמית ״רחל״ די מאמע און זושעלע ״טלה״ דאס קינד.

און אויך ביים שונא׳ס לאגע האסטו להפליא דאס אייגענע - לייבל ״אריה״ דער טאטע אן ארוני, ליבי ״לביאה״ די מאמע א לעבאוויטשער מעכעליסט חסידית׳טע, און יענקל ״גור״ דאס קינד.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top