אין גן החיות - פיר משפחה נעמען אין איין משפחה

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
228
רעאקציע ראטע
1,810
פונקטן
223
שטעל דיך פאר דו זעהסט א פאמיליע, דער טאטע הייסט יצחק מייעראוויטש אין שיל, יחזקאל יאקאבאוויטש אין טעלעפאן ביכל, זיין זון הייסט מאיר׳ל פרידמאן, און זיין ווייב הייסט נחמה׳לע גלאנץ. וואלסט דעם גאנצן משפחה דארטן געלייגט אויף פראגע צייכן, נישט געוואוסט וואספארא האריקעין ס׳האט זיי געכאפט.

אין די תורה האסטו פונקט אזא סארט משפחה און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות, קיינער הייבט נישט קיין אויגן ברעמער. האסט דעם ״שור״, אזוי הייסט ער ביים אקערן, האסט דעם ״פר״, דאס איז דער זעלבער חברה׳מאן נאר אָן די ארבעטס קליידער, דעם נאמען טראגט ער אין בית המקדש ביים ארויס נעמען סמיכה, עפעס א ״שיינער אקסשאפט״ טיטל. דערנאך האסטו די ״פרה״, דאס איז נישט קיין צווייטער נאר שור׳ס אשת חייל. און דערנאך האסטו דעם קליינעם, עגל הייסט ער ביי דער משפחה נאמען, דאס איז גלייבט צו נישט, שור ורעיתו פרה׳ס קדיש׳ל.

און דאס איז אגב נישט די איינציגסטע אזא משפחה פון יענע תקופה, האסט אויך למשל פון די קהילת אנשי דקות - משה׳ניו ״שעיר״ דער זיידע, אלישבע ״צפיר״ די באבע, סעדיה ״תיש״ דער טאטע, אביגיל ״עז״ די מאמע און רוני ״גדי״ דאס קינד. הכלל א פרידמאן, פינקוסעוויטש, ווערצבערגער, מייערזאן, און מאטיאש תחת קורת גג אחד;

האסט עופר ״איל״ דער טאטע, שולמית ״רחל״ די מאמע און זושעלע ״טלה״ דאס קינד.

און אויך ביים שונא׳ס לאגע האסטו להפליא דאס אייגענע - לייבל ״אריה״ דער טאטע אן ארוני, ליבי ״לביאה״ די מאמע א לעבאוויטשער מעכעליסט חסידית׳טע, און יענקל ״גור״ דאס קינד.
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערעסאנט דעם שבת האב איך גע'שמועסט מיט א חבר'טע איבער דעם שטריימל און געזאגט אז מען מאכט דאס כמדומה פון א סארט בעל חי גערופן מארטען און פישער, האט זי זיך דערשראקן אז מ'הרג'עט נעבעך אויס עפעס א זעלטענע חיה וואס קיינער ווייסט נישט דערוועגן, האב איך איר מסביר געווען אז לעולם וואלטן מיר עס גערופן א קאץ אדער א וויזל, נאר היות עס פארנעמט א מקום זענען די נעמען פון יעדן מין פונקטליך פונאנדערגעשיידט. פאר א חסידישן איד זענען אלע כלבים הינט, ואין בין גאלדען רעטריווער לטשיוואווא ולא כלום. דאס זעלבע פאר אונז זענען אלע cattle קיעלעך, און אלע הינער כפרות, בעת וואס אבות אבותינו האבן געהאט שמות וכינויים פאר יעדן יארגאנג און יעדן מין און קאליר.

נאר אז די נעמען פון ביימער ווערן אויך פארגעסן איז דאס שוין א פשיעה, הלמאי זיי זענען דאך נאך מיט אונז. נאר אז מען זעט בלויז א דאלער פאר די אויגן מאכט נישט קיין נפקא מינא וועלכער בוים, אלץ גייט אראפ צו מאכן ארט פאר'ן בנין המפואר.

בנוגע די אלע מיני לייבן איז מיר מער נוטה די פשטים אז מ'רעדט פון אנדערע סארט חיות. ווי טיגער'ס, באבקעט'ס, פאנטערן וכדו'. מען זעט לביא און לביאה, וואס איז משמע אז ס'איז נישט בלויז אן אנדער דזשענדער.
 
יא איך האב שוין אן אלטער מערכה מיט די שונאי עקזאטיקא. איך האב אייביג נוטה געווען צו זיכן די עקזאטיקא אין די פסוקים אדער גמרות, דאס אומגעווענגליכע, דאס אויבער חכמישקייט, נאר די יעניגע דערשטיקן מיין אבאנטוריסטישער רייץ, זעה איך עפעס א יקותיאל, דאס איז משה, אביגדור, פריי איך מיך, עפעס א ניי נאמען אין שטעטל, אבער זעץ זיך צוריק אויפן פלאץ זאגט מיר די מגיד שיעור מיטן הוט אראפ דעם שטערן, ס׳איז ווידער משה. און ווער איז דער אבי סוכו? און אט גיט א קוק, צו זעה איך גוט, אויך עפעס אן אבי זנוח…
״קיינער קומט נישט היינט מיט א שאפינג בעג טיילן לקח״ - זאגט ווידער דער מיטן שאטן אויפן געזיכט - זיי זענען ביידע משה, איין נאמען איז על שם וואס ער האט לערנט פלייסיג, און דער אנדערער על שם וואס ער האט געדאוואנט מיט התלהבות. האסטו, אפילו די סיבות אונטער די פאלש-האפענדע נעמען קען נישט האבן קיין לכליכות פון הרפתקאות.
קען איך פאר גאדס סעיק זעהן עפעס א ניי פנים?…
נאך א מזל זיי האבן געלאזט דעם פיל צורי און נישט געזאגט אז דאס איז נאך א מין לייב על שם שמפיל את עצמו על טורפו… נאך א מזל זיי האבן געלאזט דעם טווס בלייבן טווס און אים נישט געמאכט פאר נאך א טויב על שם שמטווס… אדער דעם קוף פאר נאך א שם פאר א ציגי על שם שמקיף וכו׳…

דאס זעלבע מיט לענדער, שטויסט מען זיך אן מיט אן ארץ נוב, דאס איז מצרים, ארץ תחפנס, ווידער מצרים. וויפיל אנדערע שמות ארצות זענען געהיידזשעקט פאר ארץ ישראל, כלומר, ווער נישט עקסייטעט, ס׳אלס מאה שערים מיט אנדערע נעמען. אפילו דעם מקום גן עדן איז ארץ ישראל.

נאר וואס באקלאג איך זיך, מיר פארמאגן ליסטעס פון הונדעטער פיגורן, די בני משפחות הגרשוני, הקהתי, פלענטי עקזאטישע נעמען און קיינער זאגט נישט זיי זענען אלע משה, כאפ פון די ווארע און מאך פון זיי א צימעס, עמיצער קימערט זיך אבער? א נעכטיגן טאג. האסט פלענטי פויגל, איה, תנשמת, עזניה, כאפ און פלי מיט זיי צום הרי החושך, קיינער וועט נישט זאגן זיי זענען אלע אומ׳כשר׳ע הינער.

מצד שני האסטו אזעלעכע ווילדע קעפ אז לא התקררה דעתם ביז זיי האבן דעם אריה אליינס צושפאלטן אין פארשידענע חיות. איינער איז אונזער לייב, דער צווייטער א טיגריס. תפוח איז עפל, אבער אויך אתרוג. ענבים איז טרויבן אבער אויך קירשן.
איי אז דו זיכסט א נאמען פאר טיגריס נעם שוין שחל, שחץ, לביא? אבער ניין, מען האלט זיך מיטן באקאנטן אריה. און אז שיר השירים ברענגט אן עפאלע, מיסטו אים מאכן פאר אן אתרוג? קענסט דיך נישט זיכן אן אתרוג אין עפעס א תנ״ך׳יש געוואוקס נאמען וואס איז הפקר?
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top