אינפארמאטיווע יוטוב קאנאלן - YouTube channels

פאליטישע קאמענטירער
דיין ליסטע האט אויסגעלאזט טשארלי קורק.
  • טשארלי קורק - Charlie Kirk – ער איז שנעל, שארף, און עטוואס ווי א קעכער—צוגעבנדיג געווירץ צו דעבאטעס מיט גענוג היץ דיר צו מאכן איבערטראכטן אלעס. פאקטן זענען נישט אלעמאל זיינע פרייינט, אבער הו קעירס, נישט אזוי?. דער בחור געט דיר א מיקראפאן, לאזט דיר רעדן, און קוקט צו מיט א שמייכל ווי דו בויעסט אויף דעם פערפעקטן "gotcha" מאמענט. ער לאזט דיר צוגרייטן דיין אייגן נעץ, גרייט צו כאפן א גוטן פישל “Hook, line, and sinker" אזש דו וואונדערסטו זיך ווי אזוי דו ביסט אריינגעפאלן.
 
ווי טרעפסטו צייט צו הערן אזוי פיל?
 
א גאון וואלט איך געווען אויב איך מאך ווען די אלע ווידעאס. ווי לאנג זיי מאכן עס און איך הער עס בין איך ס"ה א וואנעבי..
פעם שמעתי, אז מען וויל מאכן א רושם ווי א תלמיד חכם לערנט מען אדורך די מפתחות פון די תשובה ספרים א שטייגער ווי נודע ביהודה וכדומה אזוי אז ווען עס מאכט זיך א שאלה קען מען זאגן "יא די אחרונים קלערן די שאלה.. נודע ביהודה מהדורא תנינא..."
 
א קאנאל פון א קאנאדער 'עקספערט' וואס צייגט אין פאקט, וויאזוי ער טוהט אוועקפירן חיות און זייערע נעסטן, פון פריוואטע היימען
בעיקר ראקקון פאמיליעס, אבער אויך אנדערע באשעפענישן, ווי פוקסן, פייגלעך, סקאנקס, א.א.ווי.

View: https://www.youtube.com/watch?v=8FU2CDToZTw
 
א רוסישער פארפאלק'ס קאנאל, ווי זיי צייגן דאס לעבן מיט זייערע צוויי ווילד-באשעפענישן - פעטס; א טשיטא - ברדלס, און א פומא - בארג-לייב

איין קאנאל פונעם פומא
I_am_puma

צווייטע קאנאל פונעם טשיטא
I_am_cheetah
 
Back
Top