אינטערנעט - סיסטעם - והמסעתף

איך וועל דא איבערשרייבן א זאך וואס איך האב געשריבן אין א צווייטע פלאץ אין ענגליש.
כ׳האב גענוצט AI עס צו איבערטייטשן

עס איז נישט דווקא די מענטשן אויף דער שפיץ, נאר Bad actors (ד.ה. עסקנים, רבנים) וואס שטופן און האבן השפעה מיט זייער אגענדע. זיי האבן אוודאי מאכט אבער נאר דורך influence השפעה. מיר אלס יחידים האבן גרעסערע מאכט דאס צו ענדערן, און זיי אפצושטעלן. מיר דארפן טאן וואס מיר טראכטן איז ריכטיג פאר אונז אויף אן אינדיווידועלן שטאפל, אבער זיין קלוג נישט צו זיך קליא מאכן אין דעם פראצעס.

עס איז דא פיל מער פלאץ ווי מען מיינט אז מען קען טאן, אן באקומען די נעגאטיווע רעאקציע וואס מען שטעלט זיך פאר, אזוי לאנג ווי מען טוט עס פאר זיך אליין, און מען קומט נישט צו באקעמפן דעם סיסטעם.

דער סיסטעם האט נאר מאכט איבער דיר, אזוי לאנג ווי עס איז אין דיין קאפ. ווען דו הייבסט אן צו פארשטיין אז דער סיסטעם איז עטוואס אילוזיאניש, ווערסטו פיל מער פריי צו טאן דיין אייגענע זאך.

בקיצור אזוי ווי @איל זאגט ס׳זיצן נישט קיין רבנים אין א קעלער אין און טראכטן "הבה נתחכמה" עסקנים איז טאקע יא דא אבער אחוץ פון influence טויגן זיי אויף כפרות.
אונז האמור אויך די כח פון influence, און דא אין קרעמל איז יעדער מעמבער א גרויסע @חסידיש משפיע
 
לעצט רעדאגירט:
היסטאריע ווייזט אונז אז ס'איז בדרך כלל דא צוויי וועגן וויאזוי סאסייעטי טוישט זיך, די ערשטע וועג איז בעסיקלי אז ס'טוישט זיך מיט די צייט כמו עוואלוציע און נאטירלעכע סעלעקציע, אדער אז ס'שטייט אויף א שטארקע פעסטע פירער וואס דורך זיין השפעה קען ער ריקען וועלטן א שטייגער ווי סאטמאר רבי זי"ע לובאוויטש אין נאך. אדער להבדיל טראמפ,. ביי אינז היימישע אידען גייט עס היינט בעיקר מיט די ערשטע וועג, וויבאלד ס'איז היינט נישטא ביי אונז אזא אזאנא פיגורן. נעם א משל די טענץ ביי חתונות היינט קעגן 15 יאר צוריק ס'איז ממש הימל און ערד, אבער קיינער קען נישט אנצייגן ביי וועמענס חתונה די טויש האט פאסירט. אזוי איז יעדע זאך ביג פיקטשער.
 
סאציאלאגיש גערעדט איז דאס נישט ממש קיין צוויי עקסטערע וועגן, וויבאלד די מעגליכקייט פאר 'א פירער' צו קענען 'טוישן' זאכן קומט אויך נאר אין זייער ספעציפישע ענווייראמענטס און מצבים - וועלכע זענען אטאמאטיש נשפע פון די כלליות'דיגע עוואלוציע.
סאטמאר רבי אדער לובאוויטשע רבי וואלטן נישט געווען האלב אזוי אינפלוענשעל פארן מלחמה.
טראמפ אן קיין סאשעל מידיע עקא-סיסטעם איז קיין טראמפ נישט.
און הגם עס איז נישט אייביג קלאר וויאזוי געוויסע זאכן שטעלן זיך אויס, פארוואס קאוויד האט נישט געהאט קיין השפעה אויף אונזער חתונה סטאנדארטן אבער די אינטערנעט האט יא אן השפעה אויף אונזער קולטור, אדער פארוואס פונקט סאטמאר רבי איז געווארן אויפגעכאפט און דער קלויזענבורגער (לדוגמא) איז געבליבן מיט זיין הייפעלע.
ווידער וועלן די תשובות אייביג ליגן אין 'עוואלוציע', און ס'פארלאנגט זיך צו ארויסהאבן פארוואס א ספעציפישע טרעיט איז אן עדוואנטעדזש אין א ספעציפישע ענווייראמענט, ואידך זיל גמור.
 
גערעכט! איך עגרי זייער שטארק מיט וואס דו ברענגט אזוי מייסטער מייסטערהאפטיג ארויס, א שטארקע פירער טוט עס סך שנעלער אין ס'זעט זיך מער אן, ס'איז אבער זיכער אז די אומשטענדן דארפן זיין רייף דערפאר. היטלער למשל, אדער טראמפ, אדער א וועלט מלחמה. גראדע איז שוין סאטמאר רבי געווען גאנץ באקאנט אין אונגארן פארן קריג מיין איך.
 
סאציאלאגיש גערעדט איז דאס נישט ממש קיין צוויי עקסטערע וועגן, וויבאלד די מעגליכקייט פאר 'א פירער' צו קענען 'טוישן' זאכן קומט אויך נאר אין זייער ספעציפישע ענווייראמענטס און מצבים - וועלכע זענען אטאמאטיש נשפע פון די כלליות'דיגע עוואלוציע.
סאטמאר רבי אדער לובאוויטשע רבי וואלטן נישט געווען האלב אזוי אינפלוענשעל פארן מלחמה.
טראמפ אן קיין סאשעל מידיע עקא-סיסטעם איז קיין טראמפ נישט.
און הגם עס איז נישט אייביג קלאר וויאזוי געוויסע זאכן שטעלן זיך אויס, פארוואס קאוויד האט נישט געהאט קיין השפעה אויף אונזער חתונה סטאנדארטן אבער די אינטערנעט האט יא אן השפעה אויף אונזער קולטור, אדער פארוואס פונקט סאטמאר רבי איז געווארן אויפגעכאפט און דער קלויזענבורגער (לדוגמא) איז געבליבן מיט זיין הייפעלע.
ווידער וועלן די תשובות אייביג ליגן אין 'עוואלוציע', און ס'פארלאנגט זיך צו ארויסהאבן פארוואס א ספעציפישע טרעיט איז אן עדוואנטעדזש אין א ספעציפישע ענווייראמענט, ואידך זיל גמור.
זייער ריכטיג, און נאכמער די סאטמער רבי אדער די ליובאוויטשער רבי אדער רב ש"ך וואלטן היינט נישט געהאט קיין גרויסע השפעה.

די וועלט (אויך די יידישע וועלט), יעצט אזוי ווי פאר די מלחמה האט ווייניג טראסט אין אטאריטעט, ממילא נאר א פירער אזוי ווי טראמפ אדער היטלר וואס איז אנטי עסטאבלישמענט, און קומט אלס הירא צו ראטעווען, איז מצליח.

אויב ווילסט מצליח זיין אלס א פירער האסטו די תשובה וויזוי צו עס טון
 
רוח הקודש? איך זעה ער האט עס נישט געלייקענט, סא שתיקה כהודאה
די קאנטענט פון די ארטיקל איז אינגאנצן מייינס! אבער פאר די אויסשטעל אין גראמער פונעם ארטיקל האב איך זיך טאקע באניצט מיט די הילף פון AI
 
די קאנטענט פון די ארטיקל איז אינגאנצן מייינס! אבער פאר די אויסשטעל אין גראמער פונעם ארטיקל האב איך זיך טאקע באניצט מיט די הילף פון AI
איך האב נישט געכאפט אז די אויסשטעל אין גראמער קומט פון AI, קודם בין איך רואיג אז ס'דא מענטשן וואס האבן עס יא געכאפט, סא אינז זענען נישט אינגאנצן אין די ערד מיט AI...ב"ה
 
Back
Top