אינטרעסאנטע שאלה

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
299
רעאקציע ראטע
1,014
פונקטן
223
ס'טוט זיך!
ס'אי דא שמחות ב"ה מגייט זאגן מזל טוב.
קום איך אריין צו זאל צום תנאים, געדעקטע טישן, סערווירט ברבורים ושליו, אדער קוגעל און הערינג, און די עולם - נערים וזקנים - זיצן און האקן שטיקער. און עס וואונדערט זיך מיר, האט דער עולם נישט געגעסן נאכטמאל אינדערהיים???
בשלמא ביי א חתונה וואס מקומט עסן א סעודה, ניחא. אבער א תנאים און עס קען זיין אזוי שפעט ווי כמעט כחצות הלילה ויאכלו האנשים כאילו לא אכלו מתמול שלשום.
(איי וועסטו פרעגן האסט נישט בעסערע דאגות? אויב דאס זענען דיינע דאגות שטייסטו גאנץ גוט, די תירוץ אויץ דעם איז אזוי ווי מאמר העולם "אויף יענע וועלט אויב מען וועט מיר שמייסען פאר דעם וועל איך וויסען אז איך האלט שוין ביים סוף...אדער.. שטיי איך גאנץ גוט" והתירוץ על זה איז, קען זיין מען וועט אנהייבן פון דארט ודו"ק)
 
דער תירוץ ווייסן אונז ביידע, אז יא מען האט געגעסן און מ׳עסט נאכאמאל, יעצט צו ווי צולסטו דא אנצוקומען דאס איז דער אינטרעסאנטע שאלה.
 
א שטיקל קוגל? מ'האט שוין געהערט אזאנס. מ'קען עסען א סלייס קוגל און א שטיקל מזונות צוויי דריי שעה נאך נאכטמאל. נישט אז ס'איז אזוי געזונט צו עסען בעפאָרען זיך לייגען, אבער מ'קען שוין זיין עטוואס הונגעריג ביי די צייט מ'גייט צי א תנאים אדער וואכנאכט.

וויאזוי מענטשען גייען צו דריי וואכנאכטס און ביי יעדע וואכנאכט עסט מען פולע פליישן איינגעמאכטס (שטיקער בשר, דזשערקי וכדומה) און אלע צוגאבען (פרענקס נ' בלענקס, טשולענט און וואס אימער), דאס איז מיר א גרעסערע חידוש.
 
דער תירוץ ווייסן אונז ביידע, אז יא מען האט געגעסן און מ׳עסט נאכאמאל, יעצט צו ווי צולסטו דא אנצוקומען דאס איז דער אינטרעסאנטע שאלה.
ני צו וואס ווילסטו צוקומען?
איך וויל פשוט פארשטיין....
תורה היא וללמוד אני צריך....
אני הקטן למשל, איך קום צו א שמחה איך נעם אפשר א גלעזל לחיים און שוין. איך שפיר מיך אביסל פאני זיך צו זעצן עסן כאילו אחזו בולמוס וכאילו לא אכלתי. ולכן וואנדער איך מיר צו די אנדערע וואס זיצן און האקן שטיקער האבן שוין בעצם געגעסן נאכטמאל אין שטוב און מקיימים בעצמם אכלתי ואוכל עוד אדער בליל שיש שמחה אומרים לבני ביתם הלילה לא בעית לבשלא
 
אסאך מאל קומט מען אריין צו א שלום זכר אדער וואכנאכט און מען עסט בלויז פ]אר אקיופעישן
די עצה איז צו עסן פאפקארן....
 
דער אלגעמיינער נישט-איד באגעגנט זיך מיט סעקסואלע רעפערנסעס און אימפאלסעס דורכ'ן טאג בערך אזויפיל וויפיל מיר אידן עסן, יעדער האט זייער שוואכקייט...
 
דער אלגעמיינער נישט-איד באגעגנט זיך מיט סעקסואלע רעפערנסעס און אימפאלסעס דורכ'ן טאג בערך אזויפיל וויפיל מיר אידן עסן, יעדער האט זייער שוואכקייט...
ככתוב "כי אם הלחם אשר הוא אוכל" עייש ברשי
 
דער אלגעמיינער נישט-איד באגעגנט זיך מיט סעקסואלע רעפערנסעס און אימפאלסעס דורכ'ן טאג בערך אזויפיל וויפיל מיר אידן עסן, יעדער האט זייער שוואכקייט...
די האלטס אז די גוי טרעפט זיך מער ווי א יוד? איך בין נישט זיכער אז די קלעים איז אמת
 
די האלטס אז די גוי טרעפט זיך מער ווי א יוד? איך בין נישט זיכער אז די קלעים איז אמת
זיינע רבי'ס אין חדר האבן געזאגט אז א גוי ליגט א גאנצע טאג און שמוץ. פון ווי זאל ער וויסן אנדערש?
 
Back
Top