יאנואר דעם ערשטן, מזל טוב צום נייעם יאר!

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
836
רעאקציע ראטע
3,513
נעכטן בין איך געפארן מיט מיין קאר און וואס קען דען א איד טראכטן אום סאמע ערב ראש השנה אויב נישט וועגן די שיינע דאווענען, די נוסחאות? און אזוי דרייווענדיג האב איך מיך אינטערגעזינגען דעם נוסח פונעם שליח ציבור פון איינע פון די תפילת עמידה, און אזוי זינגעדיג האב איך מיך טאקע דערמאנט פון ראש השנה, דעם פארכט און ציטער, ס'הייסט מ'איז ממליך א קעניג — א זאך וואס מאכט יעדן איד אויפציטערן. און וואס קומט נעקסט? ס'הייסט דו פרעגסט נאך? קוק אריין אין סידור און טייטל... דרימל נישט! ראש השנה דרימעלט מען נישט... אבער איך בין אויפגעשטאנען אזוי פרי... איך בין אויך, יעדער איז... זוכסט תירוצים אדער דו ווילסט זיין אן עהרליכער איד?!

אומגעפער צוועלף אזייגער אינמיטן די טונקעלע נאכט הערט זיך פייפערייען פון די שיפן, הערליכע פייערקרעקער פון אלע זייטן, מען זעהט הונדערטער און טויזענטער צוקוקער, ריזיגע קריסטאלענע בּאלליס ווערן אראפגעווארפן פון הויכע זוילן, ווער ווייסט דען נישט צו זאגן פונעם יערליכן-באקאנטן מעיסיס קריסטעל באלל פאראדע - ווען מ'לאזט אראפ דעם הערליכן בּאלל געמאכט פון קריסטאל אריינצופייערן דעם נייעם יאר. ערב דעם נייעם יאר, מעכטיגע סעילס קומען פאר אומעטום, די פארקינג לאטס זענען פול מיט איינקויפערס, מתנות מיט אלע צרכים אריין צו פייערן דעם נייעם יאר, וויין מיט שנאפּס גיסט זיך ווי וואסער, דער עולם איז לוסטיג לעבעדיג, די היימען באצירט מיט הערליכע דעקאראציע, לעקטערישע ביימער איינגעהילט אין ווייסע ציכטיגע שניי, מוזיק רייסט זיך פון אלע ווינקלן. דער עולם הוליעט ביזן פרי מארגן.

וואס אזוינס האט פאסירט אין שטאט? ס'הייסט? א נייעם יאר קלינגט מען אריין! און דו פרעגסט נאך קשיות?!

נעה, חס ושלום! וואס ווייסן שוין די גוים, א חרפּה און בושה! אזוי פייערט מען אריין דעם נייעם יאר? ס'דערקענט זיך אז זיי די גוים פארמאגן נישט קיין גמרא און מדרשים, קיין בני יששכר, אגרא דכלה מטה אפרים און נועם אלימלך, און ווער רעדט נאך פון א רעבּ שייעלע. וואויל איז פאר אונז אידן אז מיר זענען די עם הנבחר און מיר האבן די פונקטליכע אינסטרוקציעס וויאזוי אויסצוניצן א נייעם יאר פייערונג! מיר פארמאגן א דינא קשיא פאר בּיז חצות מיט א דינא רפיא לאחר חצות, אימה ויראה, פארכט מיט שרעק אויסגעמישט, מיט א ווער-ווייסט-וואס דער גרויסער פארכטיגער קעניג וועט אונז אנשרייבן. מיטן זיצן פאר לאנגע שעות אין ס'מדרש און קייען ווערטער וואס רוב עולם פארשטייט ניטאמאל און אויסהערן בנש"ק'לך מיט זייערע רויע קולות וועלכעס הערט זיך ווי נאכן זיך גערגלען מיט זאלץ וואסער און חרוסת... אבער למעשה זענען מיר דער אויסגעוועהלט פאלק והוא העיקר.


אלע וויצן (שוין גארנישט קיין וויצן) אין דער זייט, טראכט איך צו מיר אריין וועלכע פון די צוויי גרופעס פייערן אריין דעם נייעם יאר ווי ס'ברויך צו זיין?

יעצט, כ'ווייס נישט די היסטאריע ווי אזוי די גוים האבן געפייערט דעם נייעם יאר אינעם לויף פון די לעצטע 2025 יארן, אבער וואס כ'טראכט איז אז ס'האט מן הסתם אסאך צו טוהן מיטן קולטור פון יעדע צייט, דהיינו אינעם טונקעלן מיטל-אלטער איז עס מן הסתם נישט געווען אזא פרייליכע געשמאקע צייט, אדער קען זיין אז יא, כ'ווייס נישט. לויט ווי Dr Susan Weissman לייגט עס אראפ איז עס נישט אייביג געווען אזוי איי ייי ייי, די קריסטן אין די מיטל-אלטער זענען געווען היפש פארנומען מיט תעניתים און סיגופים ספעציעל אין דייטשלאנד, און האט זיך אויך אריינגעכאפט אין אונזער אידישן קולטור. וויאזוי זאגט די וועלט, "ווי ס'גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך", און זי גיבט א שיעור אין היסטאריע וועגן דעם ספר חסידים וועלכע איז ערשינען אין דייטשלאנד דאס ערשטע מאל (וועלכעס איז בכלל נישט אונזער ספר חסידים וועלכע מיר פארמאגן היינט-צו-טאגס, נאר אסאך מער) א ספר פון תעניתים און סיגופים.

עכ"פ די פוינט וואס איז נוגע צום שמועס איז, אז ס'קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס חז"ל האבן עס געמאכט אזוי שרעקעדיג וועלכעס ס'פונקט פארקערט פונעם היינטיגן פארשטאנד און קולטור קומט וויבאלד זיי האבן געלעבט אין א צייט וואס מ'האט מיט גוטן אדער מיט געוואלד ממליך געווען א קעניג, און דער פריש-געקרוינטער קעניג מיט זיין סוויטע האבן געברויכט ווייזן הערשאפט און שטארקייט האבן זיי דאס געוויזן מיט עקזעקוטיווע ארדערס, דורכ'ן הרג'נען מענטשן מיט שולד אדער אן שולד, ווענדט זיך ווי גענאדיג דער קעניג איז געווען. אין רוים צום ביישפיל איז הרג'נען מענטשן געווען א נארמאלע ערשיינונג.

און ס'קען טאקע זיין אז אין די הונדערטער יארן אין וועלכע ש"ס איז געלערנט געווארן דורך די תנאים און אמוראים נאך איידער ס'איז אראפגעשריבן געווארן ווען מ'האט געטראכט פון א קעניג, ווען מ'האט געמאכט א משל מיט א קעניג איז אלעס געווען ארום געדרייט מיט אימה ויראה, און פון אזא קולטור איז זייער גרינג צו פארשטיין פון וואנעט אזא שרעקעדיגע ונתנה תוקף'דיגע ראש השנה וואקסט ארויס. כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו, דער גאט שטייט דארט מיט זיין לאנגע שרעקעדיגע אויפגעקניפטע בארד מיט א שטעקן אין זיין האנט און צייגט אן רעכטס! לינקס! ווי מענגעלע-פאר אונז צו פארשטיין-אבער ווי א גרויזאמער פארכטיגער קעניג, א יוליוס קיסר א נבוכדנצר.

היינט-צו-טאגס אז מ'קוקט זיך אום זעהט מען גאר א נייעם בילד. קודם איז שוין כמעט מער נישט פארהאן קיין שרעקעדיגע קעניגן חוץ נאר אין די עטליכע צוריקגעבליבענע מוסלמענישע לענדער וועלכעס פאלן שוין אויך צוזאם. די סיסטעם פון אויפנעמען א פירער היינט-צו-טאגס איז דורך וואלן. און נאכדעם וואס די פירערשאפט טוישט זיך יעדע עטליכע יאר, ס'ווענדט זיך אין די ווילן פונעם פאלק ווען דער נייער פרעזידענט/פרעמיער נעמט איבער גייט עס אויך צו מיט עזעקוטיווע ארדערס, אבער בכלל נישט אויף א וועג פון האקן קעפ נאר פארקערט גאר, ארדערס וועלכע קענען העלפן דעם פאלק עקאנאמיש, אדער שטערקער מאכן די מדינה וכו'.

מיט דעם געדאנק איז מיר שוין פארענטפערט פארוואס מיר יהדות החרדית, דער עם הנבחר, די אויסדערוועלטע פאלק, נעמט אויף דעם נייעם יאר מיט אזא פארכט און יראת הרוממות און היפש דערשראקן פונעם ווער ווייסט, פונעם שרעקעדיגן ונתנה תוקף'דיגער גאט, ווייל מיט עטליכע זאכן איז מען נאך סטאק אינעם מיטל-אלטער, אדער נאך אסאך פריער אין די צייטן פון חז"ל ווי קעניגן האבן געסלייסט קעפ דזשאסט צו ווייזן ווי שטארק און מעכטיג זיי זענען. כ'מיין אז די חסידישע ספרים און מגידים פונעם היינטיגן דור וואלטן שוין געמעגט אויפקומען מיט פרישע משלים וועלכעס שטימט ענדערש מיט היינטיגע פירערשאפט.

א גוט יו"ט!
 
נעההה...
כ'מיין אז די חסידישע ספרים און מגידים פונעם היינטיגן דור וואלטן שוין געמעגט אויפקומען מיט פרישע משלים וועלכעס שטימט ענדערש מיט היינטיגע פירערשאפט
וויאזוי וואלט עס אויסגעזען אויב שטעלט מען ראש השנה אין יעדע בית מדרש שטים בודקעס... און וואס איז אויב גאט פארלירט??
אפשר וועט ער גאר צוזאמנעמען אלע רבנים פאר אזא "סטאפ די סטיל" ראלי...
 
נעההה...

וויאזוי וואלט עס אויסגעזען אויב שטעלט מען ראש השנה אין יעדע בית מדרש שטים בודקעס... און וואס איז אויב גאט פארלירט??
אפשר וועט ער גאר צוזאמנעמען אלע רבנים פאר אזא "סטאפ די סטיל" ראלי...
פארקערט, דאס וועט נאך ארויסברענגן וואספארא פרייע פאלק מיר זענען. וויאזוי שטייט דארט? שאין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה, נאך אלע מעשיות איז דאך פארט געווען א כפה עליהם הר כגיגית, איז ווי פריי זעמער שוין? זענען חז"ל אויפגעקומען מיט פרישע איידיע וואס פרייהייט מיינט, קען זיין לויטן דאמאלטסדיגען פארשטאנד און קאלטור איז לערנען תורה געווען די אלטימאט פרייהייט אבער גיי זיי עס היינט מסביר פאר די היינטיגע יונגווארג🤣 כ'מיין אז דיין עצה מיט די שטים בּודקעס ברענגט ענדערש ארויס דעם בן חורין
 
לעצט רעדאגירט:
איך אידענטיפיציר זיך יא מער מיט אונזער אייגענארטיגע אנגעצויגענע מהלך פון פייערן א נייע יאר, וואס איך פארשטיי נישט איז די גרויסע חינגאות פון די נארישע גוים, וואס פרייסטו זיך אזוי דו שמאק בן שמאק? וואס איז דאס די קרעקער געווארפעריי? דו וויייסט דען וואס פאר יאר עס קומט? די פארגאנגענע יאר איז דיר טאקע אזוי גוט געווען וויפיל שאמפעין דו האסט צוזאמגעטרינקן פארגאנגענע ניי-יאר?

ווען איך בין ווען א קריסט וואלט איך געמאכט פון דעם פריילאכן ניי-יאר א געהעריגע ערענסטע טאג, די אלע געטענצעריי פאסט זיך פאר האלאווין, נישט פאר אזא ערענסטע טאג ווי היינט.

און בכלל בין איך נישט קיין חסיד פון די קריסטליכע ניי-יאר, סתם ווייל איינער האט גע׳דמיונ׳ט אז אין דעם טאג האט מען גע׳מל׳ט א ממזר בן זונה. די אידישע ניי-יאר מאכט כאטש עפעס סענס, מען פייערט א פרישע יאר פון די וועלט באשאף, אפילו אויב דו האלטסט נישט דערפון, אבער אמווייניגסטענס די מעשה איז אסאך שענער און לייגט זיך מער אויפן שכל צו פייערן ווי די מילה פון א קליינע פּישער.

עניוועיס, אזויווי עס קריסטעלט זיך אזוי אידעלט זיך פלעגט דער זיידע צו זאגן, און טאקע ביינונז איז שוין אויך היבש פריילאך א׳ סליחות ביי די גיטאריסטן, ראש השנה אין אומאן, וכו׳ יעדער דארף זיך אויסוועלן א ניי-יאר פייערונג לויט זייער תכונת הנפש.
 
נעכטן בין איך געפארן מיט מיין קאר און וואס קען דען א איד טראכטן אום סאמע ערב ראש השנה אויב נישט וועגן די שיינע דאווענען, די נוסחאות? און אזוי דרייווענדיג האב איך מיך אינטערגעזינגן דעם נוסח פונעם שליח ציבור פון איינע פון די תפילת עמידה, און אזוי זינגעדיג האב איך מיך טאקע דערמאנט פון ראש השנה. דעם פארכט און ציטער ס'הייסט מ'איז ממליך א קעניג — א זאך וואס מאכט יעדן איד אויפציטערן. און וואס קומט נעקסט? ס'הייסט דו פרעגסט נאך? קוק אריין אין סידור און טייטל... דרימל נישט! ראש השנה דרימעלט מען נישט... אבער איך בין אויפגעשטאנען אזוי פרי... איך בין אויך, יעדער איז... זוכסט תירוצים אדער דו ווילסט זיין אן עהרליכער איד?!


אומגעפער צוועלעף אזייגער אין מיטן די טינקעלע נאכט הערט זיך פייפערייען פון די שיפן, הערליכע פייערקרעקער פון אלע זייטן, מען זעהט הונדערטער און טויזענטער צוקוקער, ריזיגע קריסטאלנע בּאלליס ווערן אראפ געווארפן פון הויכע זוילן, ווער ווייסט דען נישט צו זאגן פונעם יערליכן-באקאנטער מעיסיס קריסטעל באלל פאראדע- ווען מ'לאזט אראפ דעם הערליכן בּאלל געמאכט פון קריסטאל אריינצופייערן דעם נייעם יאר. ערב דעם נייעם יאר, מעכטיגע סעילס קומען פאר אומעטום, די פארקינג לאטס זענען פיל מיט איינקויפערס, מתנות מיט אלע צרכים אריין צו פייערן דעם נייעם יאר, וויין מיט שנאפּס גיסט זיך ווי וואסער, דער עולם איז ליסטיג לעבעדיג, די היימען באצירט מיט הערליכע דעקעראציע, לעקטערישע ביימער איינגעהילט אין ווייסע ציכטיגע שניי, מוזיק רייסט זיך פון אלע ווינקלן. דער עולם הוליעט ביזן פרי מארגן.


וואס האט פאסירט אזאנס אין שטאט? ס'הייסט? א נייעם יאר קלינגט מען אריין !און דו פרעגסט נאך קשיות?!


נעה חס ושלום! וואס ווייסן שוין די גוים, א חרפּה און בושה! אזוי פייערט מען אריין דעם נייעם יאר? ס'דערקענט זיך אז זיי די גוים פארמאגן נישט קיין גמרא און מדרשים, קיין בני יששכר, אגרא דכלה מטה אפרים און נועם אלימלך, און ווער רעדט נאך פון א רעבּ שייעלע. וואויל איז פאר אונז אידן אז מיר זענען די עם הנבחר און מיר האבן די פינקטלעכע אינסטראקציעס וויאזוי אויסצוניצן א נייעם יאר פייערונג, מיר פארמאגן א דינא קשיא פאר בּיז חצות מיט א דינא רפיא לאחר חצות, אימה ויראה, פארכט מיט שרעק אויסגעמישט, מיט א ווער ווייסט וואס דער גרויסער פארכטיגער קעניג וועט אונז אנשרייבן. מיטן זיצן פאר לאנגע שעות אין ס'מדרש און קייען ווערטער וואס רוב עולם פארשטייט ניטאמאל און אויסהערן בנש"ק'לך מיט זייערע רויע קולות וועלכעס הערט זיך ווי נאכן זיך גערגלען מיט זאלץ וואסער און חרוסת... אבער למעשה זענען מיר דער אויסגעוועהלט פאלק והוא העיקר.


אלע וויצן (שוין גארנישט קיין וויצן) אין דער זייט טראכט איך צו מיר אריין וועלכע פון די צוויי גרופעס פייערן אריין דעם נייעם יאר ווי ס'ברויך צו זיין?


יעצט, כ'ווייס נישט די היסטאריע ווי אזוי די גוים האבן געפייערט דעם נייעם יאר אינעם לויף פון די לעצטע 2025 יארן אבער וואס כ'טראכט איז אז ס'האט מן הסתם אסאך צו טוהן מיטן קאלטור פון יעדע צייט, דהיינו אינעם טינקעלען מיטל אלטער איז עס מן הסתם נישט געווען אזא פרייליכער געשמאקער צייט אדער קען זיין אז יא כ'ווייס נישט. לויט ווי Dr Susan weissman לייגט עס אראפ איז עס נישט אייביג געווען אזוי איי ייי ייי, די קריסטן אין די מיטל אלטער זענען געווען היפש פארנומען מיט תעניתים און סיגופים ספעציעל אין דייטשלאנד און האט זיך אויך אריין געכאפט אין אונזער אידישן קאלטור. וויאזוי זאגט די וועלט, "ווי ס'גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך" און זי גיבט א שיעור אין היסטאריע וועגן דעם ספר חסידים וועלכע האט ערשינען אין דייטשלאנד דאס ערשטע מאל (וועלכעס איז בכלל נישט אינזער ספר חסידים וועלכע מיר פארמאגן היינט צו טאגס נאר אסאך מער) א ספר פון תעניתים און סיגופים.


עכ"פ די פאוינט וואס איז נוגע צום שמועס איז, אז ס'קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס חז"ל האבן עס געמאכט אזוי שרעקעדיג וועלכעס ס'פונקט פארקערט פונעם היינטיגן פארשטאנד און קאלטור קומט וויבאלד זיי האבן געלעבט אין א צייט וואס מ'האט מיט גוטן אדער מיט געוואלד ממליך געווען א קעניג און דער פרישער געקרוינטער קעניג מיט זיין סוויטע האבן געברויכט ווייזן הערשאפט און שטארקייט האבן זיי דאס געוויזן מיט עקזעקוטיווע ארדערס מיט הרג'נן מענטשן מיט שולד אדער אן שולד ווענדט זיך ווי גענאדיג דער קעניג איז געווען. רוים צום ביישפיל איז הרג'נן מענטשן געווען א נארמאלער ערשיינונג.


און ס'קען טאקע זיין אז אין די הונדערטער יארן אין וועלכע ש"ס איז געלערענט געווארן דורך די תנאים און אמוראים נאך איידער ס'איז אראפגעשריבן געווארן ווען מ'האט געטראכט פון א קעניג, ווען מ'האט געמאכט א משל מיט א קעניג איז אלעס געווען ארום געדרייט מיט אימה ויראה, און פון אזא קאלטור איז זייער גרינג צו פארשטיין פון וואנעט אזא שרעקעדיגע ונתנה תוקף'דיגע ראש השנה וואקסט ארויס. כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו, דער גאט שטייט דארט מיט זיין לאנגע שרעקעדיגע אויפגעקניפטע בארד מיט א שטעקן אין זיין האנט און צייגט אן רעכט! לינקס! ווי מענגעלע-פאר אונז צו פארשטיין-אבער ווי א גרויזאמער פארכטיגער קעניג א יוליוס קיסר א נבוכדנצר.


היינט צו טאגס אז מ'קוקט זיך אום זעהט מען גאר א נייעם בילד, קודם איז שוין כמעט מער נישט פארהאן קיין שרעקעדיגע קעניגן חוץ נאר אין די עטליכע צוריק געבליבענע מוסלמענישער לענדער וועלכעס פאלן שוין אויך צוזאם. די סיסטעם פון אויפנעמען א פירער היינצוטאגס איז דורך וואלן. און נאכדעם וואס די פירערשאפט טוישט זיך יעדע עטליכע יאר, ס'ווענדט זיך אין די ווילן פונעם פאלק ווען דער נייער פרעזידענט/פּרעימעאר נעמט איבער גייט עס אויך צו מיט עזעקוטיווע ארדערס אבער בכלל נישט אויף א וועג פון האקן קעפ נאר פארקערט גאר, ארדערס וועלכע קענען העלפן דעם פאלק אקאנאמיש, אדער שטערקער מאכן די מדינה וכו'


מיט דעם געדאנק איז מיר שוין פארענטפערט פארוואס מיר יהדות החרדית, דער עם הנבחר פונעם אויסדערוועלטע פאלק נעמט אויף דעם נייעם יאר מיט אזא פארכט און יראת הרוממות און היפש דערשראקן פונעם ווער ווייסט, פונעם שרעקעדיגן ונתנה תוקף'דיגער גאט ווייל מיט עטליכע זאכן איז מען נאך סטאק אינעם מיטל אלטער אדער נאך אסאך פריער אין די צייטן פון חז"ל ווי קעניגן האבן געסלייסט קעפ דזשאסט צו ווייזן ווי שטארק און מעכטיג זיי זענען. כ'מיין אז די חסידישע ספרים און מגידים פונעם היינטיגן דור וואלטן שוין געמעגט אויפקומען מיט פרישע משלים וועלכעס שטימט ענדערש מיט היינטיגע פירערשאפט.

א גוט יו"ט!
נאך א דזשעי סיקס איז דיין גאנצע נפקותא מער נישט נוגע
 
איך אידענטיפיציר זיך יא מער מיט אונזער אייגענארטיגע אנגעצויגענע מהלך פון פייערן א נייע יאר, וואס איך פארשטיי נישט איז די גרויסע חינגאות פון די נארישע גוים, וואס פרייסטו זיך אזוי דו שמאק בן שמאק? וואס איז דאס די קרעקער געווארפעריי? דו וויייסט דען וואס פאר יאר עס קומט? די פארגאנגענע יאר איז דיר טאקע אזוי גוט געווען וויפיל שאמפעין דו האסט צוזאמגעטרינקן פארגאנגענע ניי-יאר?

ווען איך בין ווען א קריסט וואלט איך געמאכט פון דעם פריילאכן ניי-יאר א געהעריגע ערענסטע טאג, די אלע געטענצעריי פאסט זיך פאר האלאווין, נישט פאר אזא ערענסטע טאג ווי היינט.

און בכלל בין איך נישט קיין חסיד פון די קריסטליכע ניי-יאר, סתם ווייל איינער האט גע׳דמיונ׳ט אז אין דעם טאג האט מען גע׳מל׳ט א ממזר בן זונה. די אידישע ניי-יאר מאכט כאטש עפעס סענס, מען פייערט א פרישע יאר פון די וועלט באשאף, אפילו אויב דו האלטסט נישט דערפון, אבער אמווייניגסטענס די מעשה איז אסאך שענער און לייגט זיך מער אויפן שכל צו פייערן ווי די מילה פון א קליינע פּישער.

עניוועיס, אזויווי עס קריסטעלט זיך אזוי אידעלט זיך פלעגט דער זיידע צו זאגן, און טאקע ביינונז איז שוין אויך היבש פריילאך א׳ סליחות ביי די גיטאריסטן, ראש השנה אין אומאן, וכו׳ יעדער דארף זיך אויסוועלן א ניי-יאר פייערונג לויט זייער תכונת הנפש.
דאס גייט שוין אריין אין די אלטע מחלוקה צו אשרי אדם מפחד תמיד פונעם ווער ווייסט וואס גייט זיין מארגן, פונעם אוי לי מיוצרי אוי לי מיצרי, אדער פון די אנדערע זייט פשוט זיין גוט מוטיג שטענדיג ווייל יעצט אידאך למעשה גוט.

די שמחה, די טענץ, די שנאפּס איז אלעס פשוט פאר די פרישע ענערגיע וואס א נייע יאר ברענגט מיט זיך אפילו אן טראכטן וואס גייט זיין ווייסכעווען. ווען איינער בויעט זיך א שיינעם הויז און שיסט א הערליכן חנוכת הבית מיט קביעת מזוזה וואו רבי'ס און שיינע אידן ווערן געלאדענט, עקסייטמענט מיט גוטע ענערגיע פיהלט אן די לופט,דער באלעבאס ווייסט דען וואס גייט זיין מיט זיין הויז?

ווען איינער דרייווט ארויס א שפאגל נייעם קאר פונעם דילערשיפּ פריילעך, מלא פאזעטיוע ענערגיע ער איז עקסיידעט צו ווייזן זיין משפחה מיט זיינע חברים און הערן קאמפלימענטן. האלא, וואס פרייסטו דיך? דו ווייסט דען וואס ס'גייט זיין מיט דיין קאר ביים נעקסטן סטאפ סיין?

דער פרישער חתן שפאצירט אריין אין שול צום באווארפן מיט זיין נייעם צען טויזענט דאללער'דיגע שטריימל, שיינע גלאנציגע שיך, ער שמייכעלט צו זיך, די פיאות שיין געקרייזעלט, די בארד שיין געקעמט, ממש פון שיך באקס ארויס. שעפעלע וואס פרייסטו דיך אזוי? אונז האבן אלע חתונה געהאט, מיר זענען אלע געווען אינעם זעלבן פלאץ וואו דו ביסט יעצט און... דו ווייסט דען וואס עס גייט זיין?

ענד דע ליסט גאוס אן ענד אן... די שפיץ נקודה איז, חידוש! און טאקע חידוש אליינס אן וויסן וואס ס'גייט זיין מארגן דאס איז א געוואלדיגע ענערגיע און דערפאר און נאר דערפאר פרייט מען זיך. וויאזוי האט מען היינט געזאגט אין בּרכי נפשי לכבוד ר"ח? תשלח רוחך יבראון, ותחדש פני אדמה. דעם פסוק בּרענגט ארויס די ענערגיע וואס ליגט אין חידוש.

ווען ס'קומט צו א פרישע יאר אפּגעזעהן ווער ס'האט בּאשטעטיגט דעם נייעם יאר צו ב"ד צו יוליוס קיסר צו סיי ווער, אויב איז פארהאן א ציבור וועלכעס נעמט זיך צוזאם און פארשטייט זיך אז שטענדיג איז ברוב עם אסאך גרעסער די שמחה, די ווייבּס און די ענערגיע דאן פייערט מען עס מיט געשמאק און פריילעכקייט, מ'צולאזט זיך, מ'שפענדט מער געלט ווי סתם אזוי מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל גיין.

@חבקוק זיי נישט פויל און שיק מיר זיי מוחל ארויף דעם ברוינפן! ניין נישט די שליוואוויץ, דעם בוירבאן, יא יענע שכויעך. לחיים לחיים!
 
פארוואס ביזטו סטאק אין בראנפן? שוין דא היינט בעסערס. מען קען זיך הייבן!
ירא שמים יוצא ידי שניהם🤣 דו מיינסט טאקע כ'טוה נישט ביידע? נאר ברוינפן איז די אלטע טראדיציאנאלע געטראנק מיט וועלכע מ'האט פון שטענדיג אן ממשיך געווען עולמות. אידישע שטיבער האבן זיך נאר געבויעט אויף משקה
 
און בכלל בין איך נישט קיין חסיד פון די קריסטליכע ניי-יאר, סתם ווייל איינער האט גע׳דמיונ׳ט אז אין דעם טאג האט מען גע׳מל׳ט א ממזר בן זונה.
די נייע יאר איז סאך עלטער פון ישו הנוצרי, ווי דערמאנט דא
 
איך אידענטיפיציר זיך יא מער מיט אונזער אייגענארטיגע אנגעצויגענע מהלך פון פייערן א נייע יאר, וואס איך פארשטיי נישט איז די גרויסע חינגאות פון די נארישע גוים, וואס פרייסטו זיך אזוי דו שמאק בן שמאק? וואס איז דאס די קרעקער געווארפעריי? דו וויייסט דען וואס פאר יאר עס קומט? די פארגאנגענע יאר איז דיר טאקע אזוי גוט געווען וויפיל שאמפעין דו האסט צוזאמגעטרינקן פארגאנגענע ניי-יאר?

ווען איך בין ווען א קריסט וואלט איך געמאכט פון דעם פריילאכן ניי-יאר א געהעריגע ערענסטע טאג, די אלע געטענצעריי פאסט זיך פאר האלאווין, נישט פאר אזא ערענסטע טאג ווי היינט.

און בכלל בין איך נישט קיין חסיד פון די קריסטליכע ניי-יאר, סתם ווייל איינער האט גע׳דמיונ׳ט אז אין דעם טאג האט מען גע׳מל׳ט א ממזר בן זונה. די אידישע ניי-יאר מאכט כאטש עפעס סענס, מען פייערט א פרישע יאר פון די וועלט באשאף, אפילו אויב דו האלטסט נישט דערפון, אבער אמווייניגסטענס די מעשה איז אסאך שענער און לייגט זיך מער אויפן שכל צו פייערן ווי די מילה פון א קליינע פּישער.

עניוועיס, אזויווי עס קריסטעלט זיך אזוי אידעלט זיך פלעגט דער זיידע צו זאגן, און טאקע ביינונז איז שוין אויך היבש פריילאך א׳ סליחות ביי די גיטאריסטן, ראש השנה אין אומאן, וכו׳ יעדער דארף זיך אויסוועלן א ניי-יאר פייערונג לויט זייער תכונת הנפש.
ס'איז גראדע א מחלוקת אין די גמרא אויב די וועלט איז באשאפן געווארן ר"ה אדער ניסן.
 
די נייע יאר איז סאך עלטער פון ישו הנוצרי, ווי דערמאנט דא
ייש"כ.
און ס'האט גארנישט צוטוהן מיט ישו הנוצרי
 
ירא שמים יוצא ידי שניהם🤣 דו מיינסט טאקע כ'טוה נישט ביידע? נאר ברוינפן איז די אלטע טראדיציאנאלע געטראנק מיט וועלכע מ'האט פון שטענדיג אן ממשיך געווען עולמות. אידישע שטיבער האבן זיך נאר געבויעט אויף משקה
שוין, דא האסטו נאך איינער וואס איז סטאק אינעם טראדיציאנאלן מיטל-אלטער. א ירא שמים גאר! ווי דער נחתום איז אליין מעיד אויף זיך.
 
א ירא שמים גאר!
דאס איז נישט נאר אזוי ווי מ'האט דיר אויסגעלערענט אין חדר. א ירא שמים קען מיינען אן עושר אויך, ס'ע' פנים לתורה.
סטאק אינעם טראדיציאנאלן מיטל-אלטער.🤣
העי, די גוטע זאכן נעמט מען פון ווי מ'קען, מ'טאר נישט בּלייבן סטאק אין ערגעץ
 
וואלסט געקענט באשטיין צו עלעבארירן איבער דעם אביסל מער? :D
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט?🤣 ער קוקט פשוט אויס ווי א שטרענגער מנהל ביים פארהער פרשת משפטים אינמיטן די שווערע ווינטער פרעסטן, הקרח הגדול והנורא, ביים עק פון שובבי"ם, און ער ווארענט די קינדער, עטס מיינטס טאקע אז ס'שוין די סוף פון שובבי"ם און יעצט קען מען שוין נאכלאזן?! ווייזט ער מיט זיין גראבן האריגן פינגער, ניין! דאס וועט מען בשו"א נישט צו לאזן און האקט אויפן פארהער העפט מיט א שרעקעדיגער שטרענגער פנים, א שטילשווייגעניש הערשט אין קלאס, נאר די קלאפן פון די סטים הערט זיך אין צימער, די אינגלעך מיט אפענע מיילער מיט ציטער און פחד ווארטן שוין קוים דער זאל זיך שוין אפטראגן. ווילסט הערן נאך?
 
אינטערעסאנט צו צילייגן אז אין די צייטן פון די נביאים זעהט יא אויס אז ס'איז געווען א פריילעכע טאג

אזוי ווי ס'שטייט אין נחמיה

ויאמר נחמיה הוא התרשתא ועזרא הכהן הספר והלוים המבינים את העם לכל העם היום קדש הוא ליהוה אלהיכם אל תתאבלו ואל תבכו כי בוכים כל העם כשמעם את דברי התורה ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדנינו ואל תעצבו כי חדות יהוה היא מעזכם

אין א סייד ניוט איז דא וואס פירן זיך אז ראש השנה עסט מען נישט קיין בשר בהמה,
אבער דאס איז נישט קיין אויסגעהאלטענע מנהג, ס'איז אנטקעגן א קלארע נביא
 
ווי אויך איז דאס א מקור פאר צו שיקן שלח מנות אום ראש השנה...
ווייס איך טאקע נישט פארוואס די רבנים זענען נישט מעורר אויף א דירעקטע באפעל פונעם נביא.
 
אינטערעסאנט צו צילייגן אז אין די צייטן פון די נביאים זעהט יא אויס אז ס'איז געווען א פריילעכע טאג

אזוי ווי ס'שטייט אין נחמיה

ויאמר נחמיה הוא התרשתא ועזרא הכהן הספר והלוים המבינים את העם לכל העם היום קדש הוא ליהוה אלהיכם אל תתאבלו ואל תבכו כי בוכים כל העם כשמעם את דברי התורה ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדנינו ואל תעצבו כי חדות יהוה היא מעזכם

אין א סייד ניוט איז דא וואס פירן זיך אז ראש השנה עסט מען נישט קיין בשר בהמה,
אבער דאס איז נישט קיין אויסגעהאלטענע מנהג, ס'איז אנטקעגן א קלארע נביא
החכם הגדול והנורא יאיר נרו לעד ולנצח נצחים, רעדט שוין ארום איבער דעם דא:
מיין ראש השנה'דיגע געוויין - קאווע שטיבל
 
ס'איז גראדע א מחלוקת אין די גמרא אויב די וועלט איז באשאפן געווארן ר"ה אדער ניסן.
אבער תוספות איז שוי ןמסביר וויאזוי ביידע שטימען, נעמליך תשרי איז געווען דער הריון (דערפאר זאגט מען דאך היום 'הרת' עולם) און ניסן די לידה.
אפשר איז פון דא א מקור אז יאנואר איז געווען דער הימלישער הריון פון אותו הממזר, און נישט די לידה, וואס הריון איז דאך דער עיקר הנס...
 
Back
Top