יאנואר דעם ערשטן, מזל טוב צום נייעם יאר!

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
כ'מיין אז די חסידישע ספרים און מגידים פונעם היינטיגן דור וואלטן שוין געמעגט אויפקומען מיט פרישע משלים וועלכעס שטימט ענדערש מיט היינטיגע פירערשאפט
איך האב אויך אזוי געמיינט ביזן מיטהאלטן די פרשה מיט פרינץ אנדרו פון לאנדאן וואס איז צוגעגאנגען געהעריג וואו די אלטע משלים

אמאל איז געווען א מלכה (קווין עליזאבעט) און איר זון (פרינץ אנדרו) האט זיך נעבעך פארזינדיגט (נישט אזוי פשוט מעגליך עס איז גארנישט געווען) און אפי' די מלכה האט אזוי ליב געהאט איר זון האט זי געמוזט זיך פירן בתכסיסי מלוכה און געמוזט פארשיקן די זון וואס האט פארשעמט די מלוכה און די זון האט געהאפט אז די מלכה וועט אים נאך איין טאג צוריקנעמען אבער ליידער איז זי געשטארבן בעפאר און דער ברודער וואס איז געווארן קעניג האט אים נאך מער דערווייטערט פון די מלוכה און צוגענומען זיין היים און פארמעגנס פון די מלוכה וואס ער האט נאך געהאט און דא הייבט די מגיד אן וויינענדיג לאמיר נישט אויסקוקן וואו פרינץ אנדרו לאז מיר נישט פארשפילן וואו לאנג מען קען נאך אריינכאפן זיך צו איבערבעטן און צוריקומען
 
אבער דאס איז נישט קיין אויסגעהאלטענע מנהג, ס'איז אנטקעגן א קלארע נביא
נו מילא א נביא, וועט ער דיך ענטפערן אז מ'קען נישט פסק'נן פון א נביא, ס'איז אבער קעגן דעם שו"ע
 
לעצט רעדאגירט:
ויאמר נחמיה הוא התרשתא ועזרא הכהן הספר והלוים המבינים את העם לכל העם היום קדש הוא ליהוה אלהיכם אל תתאבלו ואל תבכו כי בוכים כל העם כשמעם את דברי התורה ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדנינו ואל תעצבו כי חדות יהוה היא מעזכם
גראדע פון די פסוקים איז משמע אז די קאלטור און פארשטאנד פון פשוטי המון עם איז געווען צו וויינען און צו קלאגן אזויווי מ'זעהט דארט וואו דער נביא זאגט זיי אן "אל תתאבלו ואל תבכו כי בוכים כל העם" און ווייטער זאגט דער נביא "ואל תעצבו" קען זיין אז דאס וויינען און זיין אנגעזויערט איז אויך עפּעס א גלות מענטעליטעיט
 
קען זיין אז דאס וויינען און זיין אנגעזויערט איז אויך עפּעס א גלות מענטעליטעיט
זיכער אזוי, אונז זעמער פגעי חרדה, אין די גוישע וועלט איז אויך דא אסאך משלים פון א מלך און א בן מלך און א בת מלך וכו', אבער ס'איז אין א גאנץ אנדערע ליכט פון וואס אונז פארציילן,

די גלות ייד איז א טראומא וואס אויב מען שטעלט עס נישט אפ בכח, איז מען עס מנחיל א ירושה לדורות, און ס'איז אויך גורם צו א self fulfilling prophecy פון עשיו שונא ליעקב,

קיצור א גלגל החוזר חלילה, אבער נעה! נו!!! ווי רעדסטו!!! ח"ו!!! די גוי האט אונז פיינט סתם אזוי ס'איז דאך א הלכה בידוע ..... און אויך אונז דארפן דאך זיי פיינט האבן .. זיי זענען נישט קיין מענטשן, זיי זענען ערגער ווי די הונט, דיע שמוציגע גוים, און ברוך שלא עשני גוי, ווי פאלט דעך בכלל איין צו זיך גיין היילן פון דעם, אזוי קומט עס, און אזוי דראף זיין , און אויב מ'וועט זעך חבר'ן מיט זיי רחמנא ליצלן וועט נאר קומען שלעכטס...

שוין א שיטה געווארן, און אן אידיאלאג, ס'נישטא וואס, נישטא מיט וועם צו רעדן, מ'וועט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, אז אזוי זאל ווייטער אנגיין, נאר דערמאנען דעם ווארט "גלות ייד" שרייט מען שוין ציוני!!!! כופר!!!!

ווי זאגט מען קודם דארף יענער זיך "וועלן" היילן.

ס'איז שוין מער נישט א self fulfilling prophecy ס'איז א self fulfilling אידיאלאג......
 
לעצט רעדאגירט:
גראדע פון די פסוקים איז משמע אז די קאלטור און פארשטאנד פון פשוטי המון עם איז געווען צו וויינען און צו קלאגן אזויווי מ'זעהט דארט וואו דער נביא זאגט זיי אן "אל תתאבלו ואל תבכו כי בוכים כל העם" און ווייטער זאגט דער נביא "ואל תעצבו" קען זיין אז דאס וויינען און זיין אנגעזויערט איז אויך עפּעס א גלות מענטעליטעיט
דארט איז געווען א special occasion

זיי האבן תשובה געטון אויף א גרויסע עבירה
 
Back
Top