אנקעטע איר האגט אדער קישט די ווייב ווען די קינדער זעען?

איר האגט אדער קישט די ווייב ווען די קינדער זעען?

  • ניין

    Votes: 39 50.6%
  • אונז כאפן זיך ניטאמאל אן

    Votes: 11 14.3%
  • יא, אבער נישט עפעס מורה'דיג

    Votes: 15 19.5%
  • יא, נאו פראבלעם

    Votes: 5 6.5%
  • אונז קישן זיך אפילו די מויל פראנט פון זיי

    Votes: 7 9.1%

  • Total voters
    77
שריי נישט אויף מיר :ROFLMAO:

ווארקינג אן איט, ציביסלעך
איך שריי נישט...
איך קען פשוט נישט פארשטיין ווי שווער איז צו געבן א קיש און האג פארן ארויסגיין צום ארבעט למשל, מ'דארף זיך נישט אויסטוהן פארדעם... 🤣
 
איך שריי נישט...
איך קען פשוט נישט פארשטיין ווי שווער איז צו געבן א קיש און האג פארן ארויסגיין צום ארבעט למשל, מ'דארף זיך נישט אויסטוהן פארדעם... 🤣
איך ווייס נישט ווי די ביזט אויפגעוואקסן... אבער ביינונז האט מען עס נישט געזען.. סא ס'זייער שווער
 
איך שריי נישט...
איך קען פשוט נישט פארשטיין ווי שווער איז צו געבן א קיש און האג פארן ארויסגיין צום ארבעט למשל, מ'דארף זיך נישט אויסטוהן פארדעם... 🤣
די סיבה פארוואס נישט, איז ווייל געוויסע לערנען אזוי אויס...
און די טעם איז טאקע ווייל מ'טוט עס נישט, זאל מען נישט ווערן אנגערייצט
ס'איז אפי' דא אין איינע פון די גאר פרומע לקוטים פון הלכות אז מ'טאר נישט

און זייער אסאך היימישע פירן זיך אזוי, פארשטייט זיך ביי די פרומע חלק
 
די חידוש איז אז די וואס קושן נישט אין פאבליק, זענען נישט מקפיד זיך נישט צו קריגן אין פאבליק...
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערעסאנט אז די איינציגסטע צייט אין יאר וואס מ'זעט מענטשן זיך האגן אן מורא האבן פון קיינעם, איז פורים (אפילו די נארמאלסטע מענטשן וועט מען זען פורים זיך האגן). איי געס ס'איז דא מענטשן וואס האבן זיך עכט ליב, אבער האבן מורא פון סוסייעטי מער ווי זיי ווילן ארויסווייזן זייער ליבשאפט. 😥
 
איך טריי צו זעהן א סיבה פארוואס נישט נישט צו האגן און קישן די ווייב אינפראנט פון די קינדער...

איך פארשטיי אז מהאט עס געמאכט פאר א טאבו אקט וואס מדארף טוהן מאחורי הפרגוד,
אבער פארוואס טאקע?

נישטא קיין סיבה
 
ס'דא אסאך סברות און סיבות פארוואס
ס'קוקט מיך נישט אויס ווי טאבו אדרבה זאל די עולם אריינקומען

איין סיבה קען זיין נישט צי אנאנסירן ימי נידתה

צוויי קען זיין אז דיינע עלטערען האבען עס נישט געטוהן און מ'זעהט נישט קיין מענטשן עס טוהן ברבים זאגט די פילינגס אז ס'איז ט זאך וואס באלאנגט צווישען פיר אויגען

א האג מיט אן לעבנס שותף מיינט אסאך טיפער ווי א האג ווען די טרעפסט א חבר און ביהמ"ד

ביי געוויסע קען עס ברענגען לידי קישי און ס'נישט אזוי און בעסטען ביי מענטשן וואס פירן זיך ע"פ הלכה
ס'קען ברענגען ביי געוויסע השז"ל

ועוד ועוד
 
איין סיבה קען זיין נישט צי אנאנסירן ימי נידתה
פארוואס זאל דעיס זיין א פראבלעם?

איך פארשטיי אז מהאט עס געמאכט פאר א דברים שהשתיקה יפה להם, אבער פארוואס טאקע?
צוויי קען זיין אז דיינע עלטערען האבען עס נישט געטוהן און מ'זעהט נישט קיין מענטשן עס טוהן ברבים זאגט די פילינגס אז ס'איז ט זאך וואס באלאנגט צווישען פיר אויגען
סאיז עפעס וואס איז נאר אזוי צווישן היימישע אידן, נישט ביי די מער מאדערן, און אבוויעסלי נישט צווישן עמך וועלט
א האג מיט אן לעבנס שותף מיינט אסאך טיפער ווי א האג ווען די טרעפסט א חבר און ביהמ"ד
מילא?
ביי געוויסע קען עס ברענגען לידי קישי און ס'נישט אזוי און בעסטען ביי מענטשן וואס פירן זיך ע"פ הלכה
ס'קען ברענגען ביי געוויסע השז"ל
מדארף עס ארויס רייסן מין השורש
די באקומסט א קישוי דערפון, גיי זעה א טעראפיסט

למען הקאטשקעס, דאס איז א נארמאלע אקט וואס יעדע (נארמאלע) קאפל אויפן וועלט טוט פאר די מאן אדער פרוי גייט ארויס צו די ארבעט....
 
מיינסט צי זאגן אז אויב מען באקומט נישט קיין קישוי זאל מען זען א טעראפיסט?
עכט דארף מען נישט באקומען

די סיבה פארוואס מ'באקומט יא, איז טאקע ווייל מ'איז נישט געוואוינט עס צו טוהן
(כל זה, איז מיין סברה, קען זיין איך בין נישט גערעכט)
 
Back
Top