טריגער ווארענונג יראת שמים

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער

וחי בהם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 1, 2025
מעסעדזשעס
90
רעאקציע ראטע
323
פונקטן
53
איך האב מתבונן גיווען אויף דעם באגריף פון "יראת שמים".

אַמאָל, אויב אַ מענטש האָט געזען דעם הימל, פלעגט ער גלייך באַקומען "יראת שמים"
.
אמר רבי חייא בר אבא: לעולם יתפלל אדם בבית שיש בו חלונות". רש"י כתב, שהחלונות "גורמין לו שיכוין לבו שהוא מסתכל כלפי שמים ולבו נכנע".

וזה לכאורה הטעם שהלכו עם פתיל תכלת בציצית, שגם כשהוא בביתו ייזכר מהשמים..
מה נשתנה התכלת מכל מיני צבעונין, שאמרה התורה פתיל תכלת. אלא שהתכלת דומה לים, והים דומה לרקיע, והרקיע דומה לכסא הכבוד.


אין אלטע צייטן איז דאס געווען א באגריף פון גרויס באדייטונג. דער מענטש האט זיך פארגעשטעלט די וועלט אויף דעם אופן: גאט האט אפגעטיילט די אויבערשטע און אונטערשטע וואסערן, און אין מיטן האט ער געשטעלט דעם אָרעמען מענטש. דער מענטש זעט ארום דער פלאַכער וועלט א ריזיקן און שרעקלעכן אָקעאַן וואו די מעכטיקע קראָקאָדילן און וואַלפישן זענען, מיט וועלכע גאט קעמפט נאך אלץ. און פון אויבן הייבט איר אויף אייערע אויגן און זעט מיט אייערע אייגענע אויגן א מעכטיקן אָקעאַן פון אויבן וואָס קען אַראָפּגיסן אויף אייך, און מלאכים וואָס דרייען די רעדער פון די שטערן. און גאט אין זיין רחמנות דרייט די זון דורך די פֿענצטער פון הימל אַזוי אַז איר זאָלט האָבן ליכט.

און דער רחמנותדיקער און שרעקלעכער גאט אליין זיצט מיט דער כסא הכבוד האף די הימלען אויבן און מיר בעטן אים צו מאַכן אַ קליין לאָך און אַראָפּשיקן רעגן און טוי אין דער ריכטיקער צייט, און צו באַשיצן אונדז פון אַלע קראַנקייטן וואָס האָבן נישט קיין היילמיטל, און פון אַלע גרויזאַמע מלכים וואָס אין יעדן געגעבענעם מאָמענט קענען אָנרייצן מלחמות און פּאָגראָמען, און דער אָרעמער מענטש וואָלט פּרובירט צו באַפרידיקן זיין גאָט מיט מענטשלעכע קרבנות, ווי באַקאַנט.

ואמנם בזמננו בקע הקב"ה לפנינו את כל הרקיעים וראתה שפחה על השמים מה שלא ראו תנאים ואמוראים . די הימלען זענען לופֿט און אַטמאָספֿערע, און עס זענען דאָ אומצאָליקע גאַלאַקסיעס און זונען, און אונדזער וועלט איז אַ קערנדל שטויב קאַמפּערד צו אַלע וועלטן, און די רשעים באַווײַזן נאָך אַז מיר זענען באַשאַפֿן געוואָרן פֿון אַן אַפֿ, ומה יעשה הבן ולא יחטא?

“תנו רבנן: מעשה ברבי יהושע בן חנניה שהיה עומד על גב מעלה בהר הבית, וראהו בן זומא ולא עמד מלפניו. אמר לו: מאין ולאין בן זומא? – אמר לו: צופה הייתי בין מים העליונים למים התחתונים, ואין בין זה לזה אלא שלוש אצבעות בלבד, שנאמר: ורוח אלהים מרחפת על פני המים – כיונה שמרחפת על בניה ואינה נוגעת. אמר להן רבי יהושע לתלמידיו: עדיין בן זומא מבחוץ"


ולעניינו מדברי הגר"א זי"ע:
"הרקיע הוא חצי כדור עם מים התחתונים. ויהי מבדיל בין מים למים בין מים העליוני׳. הוא חצי כדור העליון. למים - הוא חצי כדור ממים התחתונים וההבדל הוא בעצמו מה שארז״ל ככסא דסחיפי הדדי. כזה פרקיע הוא הנקרא פרגוד מפני שבו נכלל רקיע הנק׳ וילון והוא נגלל כפרכת. וזהו משרז"ל שמעתי מאחורי הפרגוד. הם השוכנים באויר תחת הכוכבים סרים למשמעתם וארז״ל מה שנברא מאש ומים הוא הרקיע שנברא ביום ב׳ והוא נעשה מאש שעליו וממים שתחתיו והפליסופים לא ידעו מאלו מים העליוני׳ שהוא למעלה משכלם. והנמשכין אחריהם הקשו הלא סדר של ד׳ יסודות הוא הן מאר״ע והחוש מעיד שהן ארמ׳׳ע וכבר ביארתי בס״י. והרקיע הוא כחצי כדור נקובה בתוך מים עליונים כמ״ש בברייתא דשמואל. ומגיע עד מים התחתונים שהוא ים אוקיינוס כמ״ש יקוו המים אל מקום א׳ שהוא אוקיינוס. והגלגלים הולכין ברקיע עד שמגיעין בים אוקיינוס ואז הולכין בים וכן אמרו בפר״א שבלילה השמש הולכת בים אוקיינוס והרקיע הזה אינו הולך רק במים העליונים. והמים שעליו הולכין עד מים התחתונים ושם מתחברין יחד וזהו ויהי מבדיל בין מים למים וארז״ל כתרי כסי דסחיפי אהדדי כשני חצאי כדו׳ ומעט אויר מפסיק ביניה׳ וזהו שאמרו שמים העליונים תליין במאמרו של הקב"ה" (אדרת אליהו, בראשית א, ו)
 
לעצט רעדאגירט:
וועלו מיר מוסיף זיין על יופי דבריך, וואס מאהלט אפ
די יראה פון ה׳, ווי די מורא פון א מאנסטער,פון א בוגי מען ,וואס איז גרייט צו אטאקירן דעם קליינעם מענטש פאר די קלענסטע טרענסגרעשן, און עהם אריינדשליידערן אין די טיפעניש פון שאול תחתית,און דער גאנצער דורכגאנג פון די טעג עלי אדמות איז מלא פחד און טעראר.
אז מען קוקט אריין אין פסוק פון יראה ,זאגט ער
מה ה׳ אלהיך שואל מעמך כי אם ליראה , גאט בעהט יראה,אויב מיינט מען מורא און פחד וואס בעהט ער, האב איך פחד , האב איך מורא , אז נישט וואס בעהט ער , רש״י ברענגט אויף דעם
פסוק די מאמר - הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים-
( דאס איז דער מקור פון דעם טערם ׳יראת שמים׳)
יראת שמים בעהט גאט פון מענטש, סאו, דאס מיינט נישט פחד און טרעמאר דאס מיינט ״ -רעספעקט און אהה- אזוי ווי מען קען זיך פארשטעלן
אז טראמפ וועט דיך קומען באזוכען אין דיין הויז
פריוואט , וואלט וועהן שורר גיוועהן א יראה און אהה- דאס פארלאנגט גאט - דאס איז ה׳ אלהיך
שואל מעמך , נישט קיין סטראשע פון שאול , נישט
קיין פחד פון א גיהנום , ( רוב פון די פחדים איז מאנופעקטשורט פון אחרונים ) .
דאס מיינט דער נביא ישעיה,ווען ער זאגט
ואל מי תדמיוני ואשוה , צווועמען ווילט איהר מיך
צוגלייכן זאגט גאט , שאו מרום עיניכם וראו מי ברא
אלה , קוק זיך אום, ווער האט באשאפן די אלע גאלאקסיס , - מער ווי דער מח פון מענטש באגרייפט- און פון די אלע מעכטיגע פילע וועלטן
רעדט גאט צו דיר,אויף דער קליינער ערד,צו דיר קליינער גרויסער מענטש,
ער פארלאנגט רעספעקט ״ יראה - דאס איז
שאקק אין אההה- וועגן דעם זאגט ער מה ה׳ אלהיך
שואל -
נאכדעם ווי מען פארשטייט וואס ער בעהט און ווער עס בעהט פון דיר -משה א שליח פון גאט -יראה , איז עס דבר קטן א ״מה״
זאגט טאקע דער תלמוד - אין לגבי משה מילתא זוטרתא-
עס איז דא פלענטי געשריבן וועגן יראה , נאר איך
האב גיהאט אן אורדזש , מוסיף צוזיין צו דיינע ווערטער וואס איז א שיינע צוזאמענשטעל פון פראזן און פאעטיש מחובר , אבער עס גייט אין די מהלך אז יראה איז שרעק און אומבאקוועם , און לפי דעתי דער אמת איז דער היפך , אז תבין יראת אלהים ודעת ה׳ תמצא.
 
מען קען שוין מיינען וויפיל דער מענטשהייט האט מגלה געווען - 5 פראצענט פון די חומר וואס פולט אן די הימלען הייסט אסאך? וואס טוט זיך מיט טונקעלע ענערגיע און מאטעריע? נאך פארהאן אן ארט מורא צו האבן פון גאט וואס רוהט צווישן די מים עליונים ותחתונים.
איך מאך נישט אוועק די פארשריט פון סייענס, אבער אויב היינט האסטו ווייניגער מורא פון דער הימל ווי אמאל, גיי הער אויס ווי אסטרא פיזיקער רעדן פון די ערשיינונגען. @אלפא האט שוין אמאל געשריבן אז עס הערט זיך ווי שיר היחוד יום כיפור.

אט זענען זיינע רייד:
זאגענדיג די שיר היחוד דעם יום הקדוש ביינאכט האט זיך עס געפילט ווי איך ליין אן אסטראפיזיקער מסביר זיין די פענאמינאן פון Dark energy.

מיר קענען וויסן וואס עס טוט,
מיר ווייסן איבער וואס עס איז פאראנטווארטליך,
מיר האבן די לעקסיקאן ארויסצוברענגען אירע תוצאות,
עס איז די בעסטע הייפאטעזיע באטראכטענדיג די מציאות,
עס איז די פאסיגסטע הסבר לויט די עמפירישע קאלקולאציעס,
עס איז מוכרח על פי אונזער פארשטאנד פון רעאליטעט,

און יעצט -

מיר ווייסן נישט וואס דאס איז,
וויאזוי עס זעט אויס,
פון וואס עס באשטייט,
וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען,
וויאזוי עס אנצוכאפן אדער מעסטן,
ניטאמאל די ווערטער עס צו באצייכענען,
אדער די פארשטאנד צו ארויסהאבן איר עקזיסטענס
 
Back
Top