ירושלים להט"ב מארש

אויב איינער הייסט יעקב און ער וויל דו זאלסט אים רופן יעקל, טעראריזירט ער דיך? פאר עפעס א סיבה זענען דא מענער וואס האלטן אז זיי זענען פרויען. וואס שטערט דיך צו רופן די פארשוין "זי." אה, האסט אים נישט ליב, דאן רעדט נישט צו אים. כ'זעה נישט וויאזוי דו ווערסט טעראריזירט.

נאכמער, ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט אין די נושא פון ל....? קען זיין אז דו פארשטייסט אנדערש, אבער ווער גיבט דיך א רעכט אנצורופן די וואס האלטן אנדערש ווי דיך טעראזירער? סך הכל ווילן די חברה זיך צוזאמנעמען און שטארקן איינער די אנדערע טראץ די אלע שוועריקייטן וואס זיי גייען דארך.

איך זאג "דיך" אבער כ'מיין נישט דיך פערזענליך, כ'זאג עס נאר אין א וועג זאלסט עס פארשטיין.
יעדע פארעם פון ארויפצווינגען אויף יענעם עפעס איז שוין נישט אויסגעהאלטן. ווער רעדט נאך ווען יענער שטייט אויס קאנסעקווענצן אויב פאלגט ער נישט איז עס ניט נאר נישט אויסגעהאלטן, נאר אויך 'טעראר'. יענער וויל מ'זאל איהם אזוי רופן, נו, ער 'מעג' וועלן. אבער חס ושלום פון ארויפצווינגען אויף אנדערע. אין קאנאדע איז כמעט געווארן א געזעץ אז מ'זאל אויסשטיין טורמע פארן נישט קאמפלייען מיט וויאזוי יענער מאכט אפ אז מ'מוז איהם רופן.

אין אנדערע ווערטער, זייער ציל דא איז נישט פרייהייט, נאר דווקא דאס פארקערטע.
 
די מארטש איז פאר דיר?
מ'וויל גארנישט פון דיר. קענסט רואיגערהייט צו מאכן די אויגן ווען די פאראדע פארט דורך.

די מארטש איז פאר זיך, פאר זייער אייגענע גוט פול. בעסער געזאגט, פאר pride...
ס'איז ממש קלאר אז ער מאכט עס יא פאר מיר. ווארום קענסט איהם גיין פרעגן און קלארשטעלן. אבער, מיר זענען אין א פרייע לאנד און אזויווי איך קען מאכן א הכנסת ס''ת קען ער מארשירן מיט זיינע תועבה. דעריבער, טראץ וואס זייערע מארשירן זענען נאך אזוי אומווערדיג און עקלהאפטיג ווי דער וואס וויל מיט זיי נישט קאמפלייען קען מען זיך נישט שטעלן אין וועג.

אבער פונקט ווי איך וואלט נישט מחזק געווען א נאצי ראלי מיט אזעלכע נארישע אויסרייד אז איך טוה עס נאר צו עקספרעסן מיין שטיצע פאר פרייהייט פון ווארט. גיי איך פונקט אזוי נישט ארויסברענגן דער פוינט דא.
 
א גרויסען יישר כוח פאר די ערנסטער משא ומתן, משמיא קא זכי לי. איך בין אין עירפארט, אויפן וועג צו א תלמיד׳ס קהילה אבער איך האף צו ריספאנדען נאך שבת, אי״ה.

צוישנצייט, א קליינע הערה צו @טעלעפאן.

די ווייסט אז די זעלבע געזעצן וואס דיקטאטירן וואס מ׳זאל זיי רופן אדער נישט רופן אויכעט דיקטאטירט וויאזוי מ׳מעג רופן אידן. די געזעץ פארבאט צו רופן אונז kikes, Shylocks וכדומה. ביזטו אוך קעגן די געזעצן?

(דרך אגב איך בי נישט א ראביי. ס׳איז נישט אומגעזעצליך מיך אזוי צו רופן ;) אבער אעדיף שלא תשתשמש בביטוי המזלזל.

בידידות,
יששכר
 
ווי ווייט איך פארשטיי איז עס (ב''ה) נישט אילעגאל צו פאררופען אידן מיט די אויבן דערמאנטע טערמינען. ס'געפעלט מיר טאקע נישט אויב איינער וואלט מיר אזוי גערופן און ס'געפעלט מיר אויך נישט די קאנצעפט פון רופן א שחור מיט די נ ווארט. אבער חס מלהזכיר פון עס מאכן אילעגאל. קען זיין איך בין זיך טועה אין געזעץ. אבער דאס איז מיין אויבן אויף פארשטאנד און אדרבא אויב האט איר מער אינפארמאציע ביטע שעירט.

בנוגע די טיטל וואס איך האב רעפערירט. איך האב נישט אזוי גערופן מצד זילזול אין סיי וועלכע פארעם. און איך בעט שוין מחילה אויב איך האב אייך וויי געטוהן. איך פערזענליך האב פאר אייך (פון וואס איך האב אלס געזען פון אייך עד היום) משוגע אסאך רעספעקט און איך קוק אייך שטארק ארויף מער פון כמעט אלע רבנים. און לדעתי איז דאס מער בכבוד'יגע לשון יתכן מער א זילזול. טראץ וואס איך האב געהאט א קליין צד אין מיין קאפ אז איך קען זיין א טראפקעלע ציניש מיט די טערמין, איז מיין כוונה געווען די פארקערטע.

נ.ב. איך קען נישט זעהן די מאמר אויף פעיסבוק. אויב איינער קען עס אריינקאפירן דא וואלט געווען פאר מיר א טובה. אזוי אויב ס'פעחט אויס וועל איך קענען קאמענטירן אויף די מאמר זעלבסט אויך.
 
הבנתי. איך בין מקבל :)

מאר אימפארטענטלי, איך בין אויך נישט אזוי באהאווענט מיט די געזעצען אבער ברור אז הרי זה כהרי זה. דין מכנה שם לLGBT כדין מכנה שם ליהודים אדער סיי וועלכע מיינארעטי.
 
יעצט געליינט די מאמר. און ס'טאקע באווארענט זיך פון מיין געשריבענע קריטיק.

ס'בלייבט נאר צו קריטיקירן די בעיסיק סתירה פון וואס שטייט אין די תורה צו וואס די חברה אדוואקירן, אבער דא גייט עס ווערן קאמפליצירט. און פארן רעדן/שרייבן מיינעך וואלט געווען א גוטע עצה איך זאל באיזה אופן קענען ליינען יענע SSM תשובה וואס גייט יא אדער נישט ארויסקומען.

אמווייניגסטנס וועט מען קודם אויסווארטן ביז מוצאי שבת צו קריגן אביסל מער קלארקייט.
 
אט איז די הקדמה:

Kedusha-Hebrew.docx

און די תשובה:

Marriage proposal with intro. (1).pdf

זעלבסטפארשטענדליך, קיינער ״מיז״ עס נישט ליינען, אבער ווער עס איז איטרעסערט, הרי שלי לפניך.

איך שיהיה בעט איך בכל לשון של בקשה: חס ושלום נישט דאס מיטיילען מיט סיי וועמעו חוץ פין די ד׳ אמות פון די כותלי הקרעמל. אדם אוסר שלו, ואע״ג דתורה לאו דיליה היא.

בואי נלחם מלחמתה של תורה
האטס מיר אלע א זיסן און לעכטיגן שבת
 
הבנתי. איך בין מקבל :)

מאר אימפארטענטלי, איך בין אויך נישט אזוי באהאווענט מיט די געזעצען אבער ברור אז הרי זה כהרי זה. דין מכנה שם לLGBT כדין מכנה שם ליהודים אדער סיי וועלכע מיינארעטי.

ס'איז אבער דא א גרויסע חילוק צווישן א אנגענומענע שמוץ-נאמען, צו רופן איינעם מיסטער, ווייל ער זעט אויס ווי א מיסטער, און א האלבע וועלט זענען זכרים. ס'ליגט נישט גארנישט נעגעטיוו אונטער דעם.

דאס אז יענער איז גאר סענסעטיוו, און אז ער ווערט אפענדעדט, איז אזוי ווי איך זאל ווערן באליידיגט ווען איינער הוסט אין מיין געגנווארט, איך קען נישט בעטן די גאנצע סאסייעטי זאל מיט טאנצען מיט מיינע פרעפרענצן און האקעלישקייטן.
 
איך גיי נישט קאממענטירן איבער די עצם שמועס ווייל ס'שוין אן אויסגעדראשענע נושא, וואס כ'האב יא הנאה געהאט אז דאס איז לכאורה די איינציגסטע אידישע פלאטפארמע וואס איז נישט גענצליך דאמינירט דורך right-wing חברה. אין קאוועשטיבל איז אמאל געוועהן א שמועס איבער אבארשען און ס'ממש נישט געוועהן מיט וועם צו גיין צום טיש, האלטס אן די קאממאן סענס ווייב דא.
 
מילא אבארשאן זעה איך די קאמאן סענס פון ביידע צדדים. אבער דא?
 
מילא אבארשאן זעה איך די קאמאן סענס פון ביידע צדדים. אבער דא?
לייק צו קאפ. כ'האלט אז דו וועסט קענען זעהן די אנדערע צד אויך.
איך פערזענליך פלעג אויך מיינען אז כ'קען נישט פארשטיין די אנדערע, אבער היינט קען איך עס הערן.

וואס איז זיכער איז אז ס'נישט קיין וואנילע אייזקרעם און ס'אויך נישט אזויווי איינער וואס הײסט. ס'איז מער אן עימאשינעל זאך און מ'דארף קענען קוקן פון די גלעזער פון איינער וואס איז ל.... עס צו פארשטיין
 
איך האב נאכאלץ נישט ארויס וויאזוי מען קען שטיצן ביידע, סיי רעכטן פאר להטבי"ם, און סיי די תורה.

די תורה איז קלאר קעגן געי און טיילט צו טויט שטראף דערפאר. איך זע נאר צוויי אפציעס, אדער אויסמעקן די פסוק חומש, אדער זיין קעגן להטבי"ם, ביידע גייען נישט אינאיינעם.

לויט ווי איך פארשטיי פראבירט הרב כ"ץ דאס צו פארענטפערן אין די 12 פעידזש לאנג תשובה וואס איך האב נאכנישט געליינט. איז דא א מהלך אויף דעם? אפשר קען איינער אריינקומען אין קורצן?
 
אפי' איינער וואס איז יוצא ליסקל ע"י בי"ד האט אויכעט רעכטן און כבוד הבריות, עיין חז"ל.

ס'האט נישט איינס אונז מיטן צווייטען, פארקערט די חכמה איז יא צו זיין א מענטש אפילו כלפי א חוטא

----------
נישט געוויסט אז אויסמעקן א פסוק אין תורה איז אן אפציע...
 
אויב ס'איז דא א מהלך פאר עין תחת עין וכדו'
עין תחת עין קען מען טאקע זאגן אז ס'מיינט געלט, אבער וואס גייסטו זאגן מיינט מות יומת? אז מען זאל מאכן א שיינע מארש אין תל אביב?
 
עין תחת עין קען מען טאקע זאגן אז ס'מיינט געלט, אבער וואס גייסטו זאגן מיינט מות יומת? אז מען זאל מאכן א שיינע מארש אין תל אביב?
די מות יומת איז דיין פערזענליכער תפקיד?
עונשים איז נישט דיין געשעפט.
וועגען דעם קענסטו נישט זיך אויף פירן ווי א מענטש און געבן פלאץ פאר יענעם'ס עקזיסטענץ?
 
Back
Top