- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 248
- רעאקציע ראטע
- 693
יעדע פארעם פון ארויפצווינגען אויף יענעם עפעס איז שוין נישט אויסגעהאלטן. ווער רעדט נאך ווען יענער שטייט אויס קאנסעקווענצן אויב פאלגט ער נישט איז עס ניט נאר נישט אויסגעהאלטן, נאר אויך 'טעראר'. יענער וויל מ'זאל איהם אזוי רופן, נו, ער 'מעג' וועלן. אבער חס ושלום פון ארויפצווינגען אויף אנדערע. אין קאנאדע איז כמעט געווארן א געזעץ אז מ'זאל אויסשטיין טורמע פארן נישט קאמפלייען מיט וויאזוי יענער מאכט אפ אז מ'מוז איהם רופן.אויב איינער הייסט יעקב און ער וויל דו זאלסט אים רופן יעקל, טעראריזירט ער דיך? פאר עפעס א סיבה זענען דא מענער וואס האלטן אז זיי זענען פרויען. וואס שטערט דיך צו רופן די פארשוין "זי." אה, האסט אים נישט ליב, דאן רעדט נישט צו אים. כ'זעה נישט וויאזוי דו ווערסט טעראריזירט.
נאכמער, ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט אין די נושא פון ל....? קען זיין אז דו פארשטייסט אנדערש, אבער ווער גיבט דיך א רעכט אנצורופן די וואס האלטן אנדערש ווי דיך טעראזירער? סך הכל ווילן די חברה זיך צוזאמנעמען און שטארקן איינער די אנדערע טראץ די אלע שוועריקייטן וואס זיי גייען דארך.
איך זאג "דיך" אבער כ'מיין נישט דיך פערזענליך, כ'זאג עס נאר אין א וועג זאלסט עס פארשטיין.
אין אנדערע ווערטער, זייער ציל דא איז נישט פרייהייט, נאר דווקא דאס פארקערטע.