ירושלים להט"ב מארש

סאו לויט דיר אויב איינער איז א ריכטיגער גלויביגער אין די תורה, איז גארנישט שלעכט אויב ער האט קנעכט?
אוודאי איז שלעכט. ווי האב איך געזאגט פארקערט? מיין נקודה איז איבער גלויביגער וואס פראבירן פארווישן אוממאראלישע זאכן אין די תורה
 
אקעי, סאו אזוי ווי דו פארשטייסט זיכער אז ס'איז דא גלויביגע, וואס האלטן אז היינטיגע צייטן איז האלטן א קנעכט פסול. הגם אין תורה איז עס נישט פסול, ווייל די וועלט האט זיך געטוישט, און גענוג זאכן אין די תורה איז נאר לפי יענע מצב.
אויב אזוי קען מען אויך האלטן אזוי לגבי משכב זכר, וואס האט זיך אויך געטוישט במשך די יארן. סיי אז מער מענטשן מוזן צוקומען צו דעם. און סיי, אז היינטיגע צייטן הייסט דאס נישט קיין אומאראלישע אקט (אזוי ווי בין המשפחה).
 
אבער פאר די תורה און פארן באשעפער בלייבט דאס אן אוממאראלישע אקט חוץ אויב זיין השקפה טוישט זיך אויך מיט די צייט
 
איך פארשטיי אז הארקארד בעליווערס, וואס האלטן אז די השקפה פון די תורה טוישט זיך קיינמאל נישט, און בעצם איז האבן א קנעכט אדער חתונה מאכן קינדער ביי די 7 מאראליש, האבן א פראבלעם מיט די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט משכב זכר.

אבער ס'איז דא גענוג אידן וואס גלייבן אין תורה משמים, וואס פארענטפערן קנעכט וכדו', אלס זייענדיג אמת לשעתה. און די תירוצים נעמסטו לכאורה יא אן, אויב אזוי איז די זעלבע זאך ביי משכב זכר.
 
פריוואטע מענטשן טרעפן אייביג פשטלעך וויאזוי בארואיגן די קאגניטיוו דיסאנענס וויאזוי פראקטיש אנהאלטן ביידע. איך רעד אינטעלעקטואליש לפי האמת, זאגן אז האמאסעקסואליטי איז נישט קיין פראבלעם לפי התורה ובאשעפער איז נישט האנעסט לדעתי
 
ריכטיגע נקודה, נאר חז"ל קען זיין זיי האבן באמת געגלייבט אין די אלע פשטים אין די מסורת פון י'ג מידות וכדומה, דער רמב"ם אבער איז טאקע א ריזיגע גונב דעת לכאורה
פארוואס טראכסטו אז די רמב"ם האט עס נישט עכט געגלייבט?
 
פריוואטע מענטשן טרעפן אייביג פשטלעך וויאזוי בארואיגן די קאגניטיוו דיסאנענס וויאזוי פראקטיש אנהאלטן ביידע. איך רעד אינטעלעקטואליש לפי האמת, זאגן אז האמאסעקסואליטי איז נישט קיין פראבלעם לפי התורה ובאשעפער איז נישט האנעסט לדעתי
סאו לדעתך איז אינטעלעקטואליש לפי האמת אויך נישט ריכטיג צו זאגן, אז היינטיגע צייטן איז אומאראליש צו האבן קנעכט?
 
צו זאגן אז ס'איז אוממאראליש לפי התורה
 
עס איז דא א חילוק
ביי עבדים רעדט מען נישט פון א חיוב צו האבען א עבדים-,מען זאגט נישט אז עס איז דא חיוב צו פארקויפען א טאכטער ווען זי איז א קטנה-, די זענען זכותים און פריווילעגיעס וואס די תורה האט גיגעבן לויט די אומשטענדען אין די דענסטמאהליגע תהלוכות העולם, און די תורה זארגט זיך פאר די רעכטן פון עבדים ווי למשל לא תסגיר עבד אל אדוניו, און ביי אמה העבריה אשר לו יעדה, און לא תרדה בו בפרך, פארשטייט מען אז איז די היינטיגע וועלט ווי עס האט זיך דעוועלאפט און מען האט מבטל גיוועהן סלעיווערי, איז אוודאי אז די דיני התורה זענען נישט גילטיג אין פראקטיק. אבער ביי משכב זכר האט די תורה גיגעבן א פארבאט, מיט א עונש, איז אפילו מען ווייסט אז מיתות בית דין בטלו אבער דין מיתות בית דין לא בטלו, און דער איסור בלייבט, אויסער דעם איסור, איז אויך דא א מאראלישע אישו, ביי די זעלבע גישלעכט
באציהונגען,און אויף דעם קען מען טאקע עפלייען אז היינטיגע צייט איז די מאראלישע פראבלעם נישט שייך,אין די מערב לענדער, אבער דער איסור איז במקומו עומדת , פונקט אזוי ווי חילול שבת.
 
איך האב נאר גערעדט פון די מאראלישע חלק, נישט פון די איסור.
 
מסכים אויף די מאראלישע אויפפאסונג, ווענדט זיך ווי אזוי די וועלט קוקט עס אהן, לויט די סטאטיסטיק זענען און אמריקא איבער 10% פון LGBTQ קאמיוניטי, און זיי זענען עקסעפטעט מאראליש .
 
דעיע גאנצע חרדי'שע באבל פון להטבי"ם גייט אזוי מיועס פלאצן וואן דעי, אז גאט זאל העלפן ס'זאל בלייבן עפעס סטרעיט חברה...

איך פערזענליך ווייס פון אינגערלייט וואס זענען געהעריג געי, כאפ נאר א בליק אויף די אייוועלט אשכול וועגן קראש...ס'שרייט פאר זיך אליין

די מאדערנע זענען כאטשיג ווייניגער אפגעטיילט מענער און פרויען, און בכלל זעהען זייערע נשים אויס שענער...ביינונז גייט דאס באסטען לייק נעווער ביפאר
 
ביי אונז פאושט מען עס , אונטער די קארפעט און מען גייט אהן כאילו לא היה. דער גלוסטעניש איז נישט א לעצטע פענאמענאן עס איז אלץ גיוועהן די וואס זענען עטרעקטעט צו די זעלבע גענדערס , און דרך כלל גימענעדשזט צו עס האלטען בסתר, און נישט עקטין אויף עס. על כל פשעים תכסה אהבה
 
Back
Top