ירידת הדורות - בעפאר ענד עפטער

איך פארשטיי נישט
דו ווילסט איינער זאל פּאוסטן יענעם׳ס פריוואטע בילדער?

ס׳דאך היפך די פּאליסי פון קרעמל, קעגן גילוי
 
דא קען מען זעהן מלכי ווייס, א בארא פארקע היימישע וואס האט שוין לאנג פארלאזט די פרומע וועלט, און איז היינט א באוואוסטע אקטיארין
(זי האט געשפילט מיט אלעזר טווערסקי אין א פילם: Romeo & Juliet in Yiddish ווי אויך אין די קאנאדישע פילם Felix and Meira און נאך אנדערע)
אויב דו קליקסט אויפ'ן arrow אויף יענעם בלאט, וועסטו זעהן וויאזוי זי קוקט אויס היינט.
Photographs — Gillian Laub
 
איך האב נישט יעצט דורכגעליינט זיין געשיכטע, אבער אויב ס'דיר אינטרעסאנט, קענסטו עס דא זעהן, צוזאמען מיט די קאמענטארן און קריטיק וואס מענטשן האבן געלאזט Aryeh’s Story – Off the Derech

*דו קענסט אויך זעהן דא מער געשיכטעס אויב דו ווילסט דורכגיין די בלעטער, דא הייבט זיך עס אן. איך האב ליב געהאט יונה'ס געשיכטע (אבער ער איז גראדע נישט ארויס, נאר רעדט פון זיין א באהאלטענער אפיקורס Off the Derech – Page 9 – On our own Path
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2024-12-09 at 10.25.02 PM.png
    Screen Shot 2024-12-09 at 10.25.02 PM.png
    155.8 KB · געזען: 48
איך קלער אריין א לענגערע צייט, אוועקגעפארענע איז דא איבעראל, איז דא א גרעסערע פראצענט ביי די עקסטרעמע פרומע, צו ביי די מער מאדערענע/אויפגעקלערטע
צו אלעס איז די זעלבע?

אויך איז דא א חילוק ביז ווי זיי גייען?


איך האב שוין געהערט די אויסדריקן

.זיינע עלטערן זענען געווען זייער עקסטרעם.

.אויב זיינע עלטערן זענען אזוי , וואס האסטו ערווארטעט פון די קינדער.

.אפענע אינטערנעט איך וואלט מיר געווינדערט אויב זיינע קינדער וואלטן נישט אפגעפארן.
 
עס האט נישט ממש שייכות מיט די גאנצע קעפל, אבער מיט די אנפאנג יא (און עס א געוויסע מענין לענין באותו בנין)
פארוואס האט מען געווארפן דעם בחור פון ישיבה?

תרנ"ז: ווייל ער איז אנגעשטעקט געווארן מיט השכלה.

תרס"ח: ווייל ער איז פון די חובבי ציון באוועגונג.

תרפ"ב: ווייל ער איז מחלל שבת בפרסיה.

תשי"ז: ווייל ער צאלט נישט שכר לימוד.

תשכ"ח: ווייל ער איז געוועהן א מחוצף.

תשמ"ג: ווייל ער איז פון די שונאים[מתנגדים].

תשנ"ב: ווייל ער איז א ברסלבע'ר.

תשס"א: ווייל ער עסט אן א הוט.

תשס"ח: ווייל ער מאכט בל תשחית.

תשע"א: ווייל ער הערט מיכאל שניצלער.

תשע"ג: ווייל ער האט א ראק באקס סענסע.

תשע"ה: ווייל ער קומט נישט צום דאווענען.

תשע"ז: ווייל מהאט אים געכאפט מיט א סעל פאון.

תש"פ: ווייל ער האט א אפענע סעל פאון.

תשפ"ב: ווייל ער האט נישט גענומען די וואקסין.

תשפ"ג: ווייל ער האט געקאלט עי איי.

תשפ"ד: ווייל ער ברענגט זיין סמארטפאון אין ישיבה.

ן🔽🔽🔽ן

תשפ"ה: ווייל ער ניצט זיין סמארטפאון אום שבת.

תשפ"ז: ווייל ער רייכערט דראג'ס.

תשפ"ט: ווייל ער איז over דאזע.

תשצ"א: ווייל ער נעמט נישט קיין פילן.

תשצ"ג: ווייל ער איז פארכאפט אין די 'Black Lives Matter' באוועגונג.

תשצ"ה: ווייל ער איז אנגעשלאסן אין די 'Proud Boys'.

תשצ"ז: ווייל ער שטיצט די פאלאסטינער.

תשצ"ח: ווייל ער איז געוועהן פארמישט אין א שיסעריי.

תשצ"ט: ווייל ער האט פארמאסערט די ראש ישיבה פאר די FBI.

ת"ת: די גאנצע ישיבה גייט געהעריג אן צווישן די תפיסה ווענט. און מ'ווארפט נישט קיינעם אפילו אויף בעיל..
 
Back
Top