ירידת הדורות אין ווייבער שול

אין אייוועלט איז דא אזא שנירל ווי מען איז מוחה אויף די נייע פירצות אין דער עולם איז דארט מקיים ונשלמה פרים שפתינו, אז מען רעדט דערפון איז אזוי ווישפוּל טינקינג אז ס׳וועט מקוים ווערן ביי זיי.

אבער דער אמת איז אז דאס איז טבע האדם, אז יענעם׳ס ווייב וועט אלעמאל זיין שענער ווי דאס אייגענע.
הד"ד "יענעמס גראז איז גרינער"...
 
אין אייוועלט איז דא אזא שנירל ווי מען איז מוחה אויף די נייע פירצות אין דער עולם איז דארט מקיים ונשלמה פרים שפתינו, אז מען רעדט דערפון איז אזוי ווישפוּל טינקינג אז ס׳וועט מקוים ווערן ביי זיי.

אבער דער אמת איז אז דאס איז טבע האדם, אז יענעם׳ס ווייב וועט אלעמאל זיין שענער ווי דאס אייגענע.
ווי האט יענער געזאגט, פארוואס האבן אזוי פיל מענטשען א קראש אויף די שוועגערין? ווייל זי דערמאנט דיר פון דיין ווייב אהן די חסרונות...
 
עס זענען דא אפילו פרויען מיט א טיכל וואס גייען שוין מיט דעם ווייל עס איז גרינגער צו באהאלטן ווי lip stick or eye liner
מען דארף נאר אראפציען די ערמל...
א טיעף ווארט...
 
וואס הייסט?
פונקט די וואך זאגט מיך מיין ווייב אז זי האט באמערקט אז היימישע חסידישע (סאטמאר - וויליאמסבורג) פרוי (גייט א שפיצל מיט א טיכל) מיט פינקע נעיל פאליש

סא יא, ביי די היימישע גייט מען שוין!
 
שווערע ירידות הדורות דאס....

זאגט מיר איינער אויכעט אז לעצטענס זענען דא אפאר פרויען אין טאהש וואס האבן אנגעפאנגען צו לייגן פערפיום....

נעע נישט ממש, נאר אזא ספעציעלע פערפיום וואס גיבט נישט ארויס קיין גערוך.....
.....

מה הועילי פעשאן דעזיינערס בתקנתן?
סתם אזוי פארשטינקענע פיש פאר זייערע מענער, געלט קאסט עס זיי, און קיין רווחים באקומען זיי נישט.
 
לגבי שווארצע טייץ פארשטיי איך אז די מוסדות זענען אויך געווארן לייכטער דערמיט, איינער מיט מער עקספיריענס, איך האלט נאך נישט דארט דערפאר בין איך נייגעריג
 
לגבי שווארצע טייץ פארשטיי איך אז די מוסדות זענען אויך געווארן לייכטער דערמיט, איינער מיט מער עקספיריענס, איך האלט נאך נישט דארט דערפאר בין איך נייגעריג
נאך אזויפיהל יאהרן האלסטו נאכנישט דארט?

וויזוי האבן זיי נאר געזאגט. ווען זיי וועלן לאזן וועסטו שוין נישט קענען.......
 
עס זענען דא אפילו פרויען מיט א טיכל וואס גייען שוין מיט דעם ווייל עס איז גרינגער צו באהאלטן ווי lip stick or eye liner
מען דארף נאר אראפציען די ערמל...
שווער אנצוקומען צו די מאמע/שוויגער אין שטוב מיט אראפגצויגענע ערמל....
 
איך בין אין מיטן א שידוך מיט מיין טאכטער און די אנדערע זייט וויל אז מיין טאכטער זאל טוישן פון שווארצע טייץ צו בייזש טייץ,
איז דאס א נארמאלע בקשה?
 
איך בין אין מיטן א שידוך מיט מיין טאכטער און די אנדערע זייט וויל אז מיין טאכטער זאל טוישן פון שווארצע טייץ צו בייזש טייץ,
איז דאס א נארמאלע בקשה?
בשו"א
אז דו ווילסט ממילא, אבער יענער זאל פארלאנגען אזא זאך מיינט אז אז עס מעאר מאטיריאליסטיש. ער קען זאגן איך וויל נישט קיין שווארצע שטרימפ און דו קענסט ענטפערן אז איך בין מסכים צו טוישען אבער דאס פארלאנגען איז נישט קיין אפציע. אזוי מיין איך.
 
איז שווארצע טייץ נאך מאדערן היינטיגע צייטן?
איך טריי צו פארשטיין די פארלאנג
 
איז שווארצע טייץ נאך מאדערן היינטיגע צייטן?
איך טריי צו פארשטיין די פארלאנג
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון גאר פרומע שווארצע שטרימפ, נישט די ליטווישע שווארצע שטרימפ.
 
און אויב נאך די חתונה טוישט זי צוריק צו שווארצע טייץ גייט מען זיך גט'ן? האט די קידושין נישט חל געוועהן? נעמט מען איר אוועק די קינדער? וואס הייסט זיי פארלאנגען?

אני הקטן האט דער שווער פארלאנגט אז איך זאל זיצן אין כולל לאורך ימים ושנים און ער וועט מיר אויסהאלטן, למעשה האב איך געפלאצט נאך בערך צוויי יאר און געגאנגען ארבייטן, און מיין שווער בלאזט נאך עד היום הזה, ווייל ער האט זיך אויסגענומען.
די אויסנעמען מיינט נישט גארנישט, רוף מיך אין דין תורה, לאל, חוץ מאכן דעם איידעם אדער שניר דיך פיינט האבן פאר'ן מעדאלירן אין זייער לעבן טוט עס גארנישט אויף.
 
איך בין אין מיטן א שידוך מיט מיין טאכטער און די אנדערע זייט וויל אז מיין טאכטער זאל טוישן פון שווארצע טייץ צו בייזש טייץ,
איז דאס א נארמאלע בקשה?
פרעג די טאכטער וואס זי וויל.
 
Back
Top