ירידת הדורות אין ווייבער שול

די קענסט נישט ווילי אדער ווייסטו נישט וויאזוי פאלם זעט אויס

איך קען ווילי און איך ווייס וואס פאלם איז.

נאר ס'איז דא אסאך וואס באלאנגען נישט צו סאטמער און זיי זענען קיינמאל נישט געגאנגען מיט פאלם. איך האב גערעדט נאר פון סאטמאר.
 
די ערמל האלוועגס ארויפגעצויגן כמעט ביזן עלנבויגן כאפ איך נישט די שיינקייט דערפון... ס'איז נישט אהער און נישט אהין אין מיינע אויגן (עפעס ווי די דריי-פערטל רעקל...) ווילסט זען סקין? דאס איז די זאך? כ'מיין, ס'דארף דאך זיין קלאסיש אדער כאטש סטייליש

געהעריגע קורצע ערמל וואלט איך אויך הנאה געהאט. אבער אז דו גייסט יא מיט לאנגע ערמל, גיי עס ביזן האנטפלאך. ס'איז שענער און מער סטייליש (אין מיינע אויגן)
 
די קענסט נישט ווילי אדער ווייסטו נישט וויאזוי פאלם זעט אויס
איך הער... איך ווייס ביידע גאר גוט...

קודם כל איז דא א שיינע פראצענט וו"ב נישט סאטמאר. איך רעד לאו דווקא נאר פון פאפא וויזניץ וכו אפילו מיידלעך וואס לערנען אין וויען נייטרא סקווירא וכו גייען נישט קיין פאלם טייטס.

אין אפילו די סאטמערע מיידלעך איינמאל זיי האבן חתונה איז דא א שיינע פאר פראצענט וואס הערן אויף צו גיין מיט פאלם טייטס.
ובפרט פרויען פון 40 אין ארויף איז דא נאר א קליינע פראצענט וואס גייען מיט פאלם טייטס
 
די ערמל האלוועגס ארויפגעצויגן כמעט ביזן עלנבויגן כאפ איך נישט די שיינקייט דערפון...
ווער זאגט אז זיי מיינען שיינקייט? ס'איז פשוט וועגען די היץ, קורץ ווילען זיי נישט און אין לאנג שוויצט מען. זהו
 
ס'איז נישט דא קיין איין מיידל אין קאנטרי (חוץ לפידות) וואס גייט נישט מיט די נייע סטייל, וואס דאס איז 'טייטע טאפס' א טייטע טאפ מיינט אז עס איז דא אביסל עקסטערע ארט פאר די ברוסטן אבער עס איז שיין איינגעצויגן פון אונטער די ברוסטן אזױ אז עס שטארט ארויס מיטן פולן פארעם, די איינציגסטע וואס גייען נישט דערמיט זענען די גרעבערע מיידלעך וואס געפאסטע קליידער שטייט זיי נישט גוט צוליב וואס עס ברענגט ארויס די פארעם, אבער די דארע מיידלעך איז דאך ממש א נחת צו קוקן, יעדער גייט דערמיט, די מעלה דערפון איז אז אזא טאפ קומט געווענליך מיט אן אויסגעשניטן האלז אויך , אזוי להנות מזיו הודה, ווער רעדט נאך אויב טראגט זי א פאקעט בוק, אזויווי די רעבעצין וויינט 'איבער'ס קערפער' דאן איז דאך ממש, עס שניידט אזוי אריין אינדערמיט שאפנדיג א הבדלה בין שדים לשדים ס'זאל זיך ח"ו נישט אויסמישן, מ'קען דאן זעהן פון מיילן ווייט שדים נכונו ושעריך צימח, זה הקטן גדול יהיה.
די מעשה איז אבער אז דאס איז בלויז ביי די מיידלעך, די לעידיס גייען נישט אזוי שנעל זיך אנטבלויזן, אבער נישט געזארגט, די היינטיגע מיידלעך זענען מארגן ווייבלעך, און זיי גייען נישט אזוי שנעל ארויסלאזן די שני עפרים פונעם געפאסטן קאסטן...
 
Back
Top