יובל נח הררי - ניי בוך Nexus

מעגליך אז ביל מאהער איז מער מחובר צו די מציאות ווי די אינטעלעקטואל יובל נוח הררי?
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 461245051_851114943826700_787072216640866854_n.mp4
    1.7 MB
לעצט רעדאגירט:
איך בין אביסל שפעט און איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען אבער איך מיז אנהייבן שרייבן אז נישט וועל איך קיינמאל נישט אנקומען
@אלפא האט שוין גוט צונימען די געדאנקען, און בעצם האלט איך אז הררי טיט א גוטע ארבעט אין די בוך אבער איך בין מחולק מיט אפאר פונקטן
ער באשילדיגט די אלגאריטמס אבער די אלגאריטמס ארבעטן אויף מענטשן, ווען מענטשן זאלן אויפהערן פאלן פאר קליק בעיט וועלן די אלגאריטמס נישט האבן אזא השפעה
ער לייגט אסאך האפענונג אויף אינסטיטוציעס (אין זיינע ווערטער, self correcting institutions) עס קוקט אויס ווי ער האלט אז עס איז מעגליך צי אויפבויען אזעלכע אינסטיטוציעס אבער איך בין זייער סקעפטיש, אינסטיטוציעס האבן א בייעס פונקט ווי יעדעם און ווען עס קומט צו סכנות אזוי ווי AI קענען זיי פונקט אזוי דורכפאלן
די איינציגסטע וועג ארויס איז צו פטור ווערן פון social media אינגאנצן, דעס איז לכאורה נישט מעגליך אבער אונז דארפן געדענקען אז אלעס אנדערש איז בוחר הרע במיעטו
 
יובל נח הררי - א בעסט סעללינג author פון די ביכער 'סעפיענס' 'האמא דעאס' און '21 לעססאנס פאר די 21'סטע יאר-הונדערט', האט נארוואס ארויסגעגעבן א פרישע בוך 'Nexus'!

ברייטער איבער אים האב איך געהאט אן אשכול אין קאווע שטיבל (חבל על דאבדין..)

שכויעך הרב @אלפא פאר אייער אינפארמאטיווע און ברייט ב'ארבייט אשכול. דא איז דיין אשכול אויף קאווע שטיבל. ס'איז נישט פארלוירן.
יובל נח הררי - קאווע שטיבל
 
ער האט נישט לאנג צירוק געהאט א שמועס אויף Ted talks daily.
 
Back
Top