כ'קען נישט יום טוב
אבער אהרן גראסמאן און אביחי כהן קען איך גוט
לאמיר פרובירן צו מסביר זיין.
יעדער האט געפילן!
רובא דרובא מענטשן ווערן רוב צייט געפירט און קאנטראלירט ביי זייערע געפילן.
די ארבעט איז, און יעדע מצב אין לעבן, טרעפן וואס איז די אינערליכע טיפע געפיל און 'זיצן דערמיט' ווי כאילו א טאטע זיצט מיט זיין קינד (אינער טשיילד).
געווענליך ווען מ'זיצט מיט די געפיל פאר א משך זמן, בארואיגט ער זיך און מ'קען אנגיין מיטן לעבן, און מאכן החלטות וואס זענען נישט אזוי אימאשינע"ל דריווע"ן.
צ.ב.ש. א מענטש יאגט זיך צום ארבעט, און א באבע פארט 10 מפש פארנט פון אים, ווערט ער זייער אויפגערעגט און ער קען טון ווילדע שריט. אויב אבער גייט ער נעמען א מינוט און אריינקוקן וואס ליגט אינטער די אויפגערעגטקייט קען ארויפקומען 'פחד' פון זיין בא"ס, זיין בעה"ב גייט זיך רעגן אויף אים, און ווען איינער רעגט זיך אויף אים פילט ער 'דזשאדזש"ט', און ער פילט ווי א 'לאזע"ר.
אויב גייט ער זיצן אביסל מיט די קליינע 'לאזע"ר' גייט אים זיין גרינגער צו טון זאכן מער מיט ישוב הדעת, און אויך גייט ער וויסן וואס באדערט אים באמת, און די פראבלעם איז נישט די אלטע באבע וואס פארט שטייט.
דו קענסט טון די עקסערסייז יעצט...
טראכט פון עפעס וואס האט דיר געמאכט פילן שלעכט היינט, און גיי טיפער, וואס ליגט אונטער די געפיל, למשל פארשעמט, דערשראקן, פארלוירן, קאנטראלירט וכדומה און זיץ מיט די געפיל פאר 20 מינוט, ס'קען דיך געבן קלארקייט און אפשר אפילו מער פון דעם
די אויבערדערמאנטע קורסעס זענען א צוזאמשטעל פון מערערע טערעפי מאדעלן, און ששש לכאורה געוויסע שיטות וואס כהן האט געלערנט אינעם ווייטן מזרח ווען ער איז געווען פארוואגלט דארטן....
און ניין, ס'נישט דא קיין קווי"ק פיק"ס, מ'דארף ארבעטן שווער צו זיך היילן און צו וואקסן...
מיין POV