עיון בהלכה - עגונה קריזיס

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
313
רעאקציע ראטע
1,819
אזוי ווי פלעטבוש גירל און אירע מערכות צו העלפן עלענדע פרויען אין זייער נויט (לדידה) איז א שמועס וואס גייט נישט אראפ פון טיש, און קוקט אויס צו זיין די מקוה שמועס אין די צוקונפֿט פאר א שטיק צייט, איז וויל איך דא עפענען א שנירל פאר יעדעם צו דיסקוסירן די עוואלוציע און היסטאריע פון עגונות בהלכה.

וואס זענען די הלכות וואס שאפן די קריזיס?

וויאזוי איז מען אנגעקומען אהער?

וויאזוי געבן זיך אנדערע קרייזן אן עצה?

צו איז דא בכלל עפעס וואס קען געטוישט ווערן ביי אונז אן מאכן פשרות אין אונזער (רבנים'ס) אידישקייט?

(דאס שנירל איז דווקא פארן עצם נושא און נישט פאר די פאליטיק און גאסיפ איבער די פערזענליכקייטן.)
 
The Prenup - The most effective solution To the Agunah problem איז עפעס וואס איז איינגעפירט ביי די מער מאדערענע אבער האט אויך הסכמות פון מער היימישערע (ווי ר' אשר ווייס), פון די אנדערע זייט האט עס אן התנגדות פון ר' משה שטרנבוך
 
דא האב איך געשריבן:

לענ״ד אַן אמת׳ע שאד אז מ׳האט אפגענויגט באה״ע סימן עז סעיף ב (וע״ש בחל״מ ס״ק ה ובב״ש ס״ק ז) מדעת הרמב״ם (הל׳ אישות פי״ד ה״ח) וועלכע לערענט אפ די סוגיא פון מורדת במס׳ כתובות אז אם אמרה מאסתיהו ואיני יכולה להבעל לו מדעתי כופין אותו לשעתו לגרשה לפי שאינה כשבויה שתבעל לשנוא לה ע״ש (וע״ש במעשה רוקח דהוא בפרט כשמפסדת כתובתה עי״ז). און די טעם זאגט דארט דער מ״מ, וג"כ הלבוש שם באה"ע, איז ווייל חיישינן שמא נתנה עיניה באחר ע״ש. אבער הא גופא? אז זי וויל ארויס, מאיזה טעם שיהיה, קען זי ארויס אלס דעם אז זי איז נישט כשבויה ונכס. (הגם אז ביי א מאן טרעפט מען אויך כהיום, להלן ברמ״א בסימן קעח סעיף ט, אז מ׳געבט אים נישט קיין נאמנות אויף דעם אז ער איז מאמין אַן עד אחד שאשתו זינתה להוציאה, ווייל שמא נתן עיניו באחרת און ער וויל זיך ארויסדרייען פונעם חרם דרבינו גרשום איר דאדורך צו מגרש זיין בע״כ ע״ש. אבער, הגם מ׳פסק׳נט בעצם ווי דער רמב״ם (ועיין בהל׳ גירושין פ״י הכ״א) בסימן קיט סעיף ג אז לא יגרש אדם אשתו ראשונה, אלא אם כן מצא בה ערות דבר, שרייבט דאך דער ב״ש בס״ק ג אז דער מאן קען למעשה מעיקר הדין מגרש זיין בכל אופן ע״ש, וממילא אף אם נתן עיניו באחר.)

און דאס איז על אף דאס וואס דער רמב״ם האט געהאלטן (הל׳ אישות פכ״א ה״י) אז דער מאן קען בעצם שלאגן זיין ווייב בשוט כשמנעה את עצמה מלעשות מלאכה מן המלאכות שהיא חייבת לעשותן לו (וכן סבר הרמב״ן) ע״ש ובראב״ד שם (וע״ש במגדל עוז שכתב דהרמב״ם השווה אותה למקום שבי״ד כופין את האיש להוציא שהוא ג״כ בשוט וכדומה, וכעין באבה״ע סימן קנד סעיף כא). ועיין בדברי הרב דר. מלך שפירא. הגם אז דר. יואל קרעמער טענה׳ט אז דער רמב״ם האט נישט געמיינט דערמיט אז דער מאן זאל איר כופה זיין בשוט; נאר אז בי״ד איז איר כופה. און דאס איז טאקע די לשון רבים פון כופין. (ער זאגט אויך אז דער ראב״ד׳ס שיטה פון איר אויסהונגערן איז נישט קיין סאך בעסער ווי שלאגן.)

א שאד. ונצמח מזה אז די פרוי איז כהיום ווי א שבויה ונכס פון איר מאן, (פי כמה) מער ווי דער מאן צום פרוי.
:(

הרב דר. אברהם ריינר זאגט היסטארישע טעמים פארוואס דער ר״ת האט זיך געדינגען (שו״ת ספר הישר סימן כד) אויף זיין ברודער דער רשב״ם וואס האט אויך געהאלטן אז כופין להוציא: אלס די רינון מעירעור על הגט וואס דער געצווינגענער וועט ארויסשטעלן לאח״כ, וכלשונו בהתשובה ״כי טוב להניח אותה בעיגונה מלהוציא לעז על בניה״ (הגם אז אויב איז דאס די הלכה געהעריג אז מ׳מעג אים כופה זיין, איז דאך לכאורה נישט שייך קיין עירעור; ובפרט אז ער אליין האט מחרים געווען על מי שמערער על הגט לאחר נתינתו, ועיין באבה״ע סימן קנד סעיף כב, אבל עיין בשו״ת מהרי״ק סימן לז ובתשובות הרמ״א סימן נו). ווי אויך איז א סיבה דערצו געווען די נארמעס פון די פרומקייט בענין זה פון די קאטוילישע גוים רינגסט ארום זיי. כמובן, אז כהיום איז דא די רינון הגוים אויף פונקט פארקערט. כהיום שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אַן אָנפאָרטשונעט ריגרעשאן בהלכה וועלכע שטימט נישט מיט נארמאטיוו מאראליטעט און איז אַן ענין נבל ברשות התורה וחילול ה', און איז נותן פתחון פה לשונאי הלכה האורתודוקסית לרדות בנו. (וכבר כתבתי אז איך ווייס נישט פארוואס מ׳טרעפט נישט קיינע מהלכים בהלכה, אפילו מיט׳ן אָננעמען דעם ר״ת להלכה, זיך ארויסצוזעהן פון די הלכה פראבלעם און פארמיידן בנות ישראל מלהיות בכבלי עיגון. ואולי איז אט דאס טאקע בתוך די געדאנק וואס הרב דר. אליעזר ברקוביץ ברענגט אראפ.) א פרוי איז ליידער טאקע כהיום להלכה כשבויה ונכס של בעלה; אט דאס וואס דער רמב״ם האט געוואלט שולל זיין און פארמיידן.
:(

ווי הרב דר. ריינר ענדיגט צו:
הלכה זו של ר״ת דאין כופין הייתה לדרך המלך בתפוצות ישראל, ועם השנים – ועד ימינו ממש - הייתה הבסיס להימנעותם של בתי דין מלכפות גטין, לעתים אף מעבר למה ששלל רבנו תם עצמו. כדרכה של הלכה במקרים רבים, נסיבות חברתיות תלויות מקום (צרפת) וזמן (המאה השתים עשרה) הובילו את ההלכה בפרשה זו הרחק מעבר לסיבותיה הראשוניות.
עס איז אויך מן הראוי לציין אז רבינו גרשום אליינס (שו״ת סימן מ-מב) האט אויך בעצם געהאלטן ווי שיטת הרמב״ם בזה, ״וכדי שלא יצאו בנות ישראל לתרבות רעה״, והגם אבער אז קיין כתובה געבט מען נישט ע״ש. און די טעם איז זיכער נוגע כהיום; א סארט "מה יעשה הבת שלא יחטא". וממילא יש מקום לטעון אז עס איז דא דערין, ובפרט כהיום אין אַן אפענער ליבעראלע וועלט, א גדר פון לפני עוור לא תתן מכשול צום הארבן חטא פון זנות אשת איש. (אבל עיין בריטב״א בע״ז סג. דכל שאין אנו נותנין לו האיסור עצמו ממש, והדבר ספק אם יקח איסור אם לאו, אין בו משום לפני עוור אפילו לגבי ישראל ע״ש. וזה נוגע לתשובתי בכלל, כשדנתי אודות הגדר של לפני עוור לא תתן מכשול בתמונות נשים בעיתונות.) דאס איז פארקערט ממה דמצינו ביבמות קיג: וברמ"א באבהע"ז סימן קיט סעיף ו, באשה שנשתטית דדוקא אינה יכול להוציאה, אף דאינו חייב בעונתה, והוא מחמת כדי שלא ינהגו בה מנהג הפקר ע"ש. אבער כמובן איז דארט מער די געדאנק ווי מחמת האשה עצמה האט מען נישט אזוי מורא, ווי איידער מחמת שינהגו בה אנשים אחרים מנהג הפקר וואו אינשי דלא מעלי וועלן עדווענטעדזש נעמען פון אירע לימיטעד קאגניטיוו קעפּעסיטיס לשם זנות. משא"כ ביי א פקחית דיש החשש שהאשה עצמה תרצה ותצא מדעתה לתרבות רעה וזנות, ואפילו כשהיא עדיין אשת איש לדינא, כשתראה אז זי איז א שבויה און די לייפסטייל ברענגט איר נאר צער עיגון ובידוד. שבי קשה מכולם (ב"ב ח ע"ב) און די גמרא איז דער וואס האלט אז ביי א פרוי איז טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו. וממילא טאמער קען זי נישט מיט איינעם משום דמאיס עליה, איז דא א שטארקע חשש אז זי וועט זוכן בכל אופן א צווייטן ואפילו וואו זי איז טעקניקעלי תחתיו, ועיין ביבמות קיח: ובכתובות עה. - ובפרט כהיום וואו זי קען זיך אסאך גרינגער אפהיטן אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין הריון ע"י הבעילה או אפילו אח"כ ע"י הפלה, וואו זי דארף דערנאך נישט צוצוקומען לתלות הולד בבעל.

ועוד אגב בענין זה, האט מיר א חשוב׳ער מיטגליד געשריבן באישי:
חשוב׳ער מיטגליד האט געשריבן: יעדער וואס קען דער ליין ווייסט, אז די וואס זענן מקיל אין עגונות זענן גארנישט בעסער אין בין אדם לחבירו ווי די וואס זענן מחמיר. עס האט גארנישט מיט מיטלייד, עס האט בדרך כלל מיט צוגעשטעלטקייט צו הלכה. די ליין איז נישט פרעמד צו מיר, און איך ווייס וואס טוט זיך דארט. די גאס נייעס פארטרעט כמעט בכלל נישט די מציאות, וחזקה על הוועבסייטס אז רוב זייער רייד איז שקר אדער ארויסגענומן פון קאנטעקסט. איך בין געווען אינוואלווד אין א טייל באקאנטע עגונה קעיסעס.
און דאס איז וואס איך האב גע׳ענטפערט:
מי אני האט געשריבן: דאס איז whataboutism, א דזשענעטיק פאלאסי, און עד האמינעמס, בתפארתם. וואס א שייכות האט דאס אז די וואס פארפירן קעגן דעם זענען רשעים? און וואס א שייכות האט זייער מאָטיוועישאן דערונטער? דאס מאכט זייער טענה נישט גערעכט און אז דאס איז באמת יא אַן עטישע זאך?! אתמהה.

ועוד, האלטן איינעם בכבלי עיגון, וואס איז מאראליש נישט אויסגעהאלטן, ווייל זי איז שלעכט און כדי איר "מסדר צו זיין", איז לענ"ד ווי זאגן "איך גיי אים האלטן איינגעשפארט אין מיין בּעיסמענט כשבוי [וכמו שדימה בזה הרמב״ם], ביז ער פארבעסערט זיך און געבט זיך אונטער אין א סיכסוך איך האב מיט אים". איך האף אז דו פארשטייסט אז דאס איז מאראליש abhorrent און אז אזא סארט זאך טאר נישט זיין סיסטעמאטיש איינגעפירט צו קענען פאסירן. ובפרט במקום חילול ה׳ ולעג העמים על דיני התורה והלכה.
ועיין באגרות משה (אבה"ע ח"ד סימן קז), ובמה שרצה לתקן הג"ר שאול ליעבערמאן.
 
לעצט רעדאגירט:
בעצם האבען די רבנים די כוח מבטל צו זיין די קידושין למפרע, ווייל כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש (הרי את… כדת משה וישראל), און בימי הגמרא פלעגט מען עס ניצען אין גרויסען. אבער משנתקטנו הביצים און די רבנים וואס חוץ אויפקומען מיט נייע איסורים קענען זיי גארנישט נאר צו זאגען מי אני להכניס ראשי בין שני הרים וכו׳ און זיי פחד׳נען צו מאכען א ביטול קידושין, קאwערדס.
 
לעצט רעדאגירט:
לפענ"ד בזמנינו איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר די פרינאפ, פסקנ'ן דלא כר"ת וועט נישט ארבעט'ן

והלוואי שמחמת צורך ותקנת הדור זאל זיך אויסארבעטן די ענין פין פרינאפ, אפילו אז די פריערדיגע היימישע רבנים האבן עס נישט אזוי ליב געהאט, אבער ע"פ די אנגענומענע הלכה איז עס די בעסטע [און איינציגסטע] עצה
 
וואס מיינט עס? וויאזוי ארבייט עס? פארוואס האבן די רבנים נישט געהאלטן פון דעם? וויאזוי קען מען עס אימפלעמנטען?
 
דא האב איך געשריבן:

לענ״ד אַן אמת׳ע שאד אז מ׳האט אפגענויגט באה״ע סימן עז סעיף ב (וע״ש בחל״מ ס״ק ה ובב״ש ס״ק ז) מדעת הרמב״ם (הל׳ אישות פי״ד ה״ח) וועלכע לערענט אפ די סוגיא פון מורדת במס׳ כתובות אז אם אמרה מאסתיהו ואיני יכולה להבעל לו מדעתי כופין אותו לשעתו לגרשה לפי שאינה כשבויה שתבעל לשנוא לה ע״ש (וע״ש במעשה רוקח דהוא בפרט כשמפסדת כתובתה עי״ז). און די טעם זאגט דארט דער מ״מ, וג"כ הלבוש שם באה"ע, איז ווייל חיישינן שמא נתנה עיניה באחר ע״ש. אבער הא גופא? אז זי וויל ארויס, מאיזה טעם שיהיה, קען זי ארויס אלס דעם אז זי איז נישט כשבויה ונכס. (הגם אז ביי א מאן טרעפט מען אויך כהיום, להלן ברמ״א בסימן קעח סעיף ט, אז מ׳געבט אים נישט קיין נאמנות אויף דעם אז ער איז מאמין אַן עד אחד שאשתו זינתה להוציאה, ווייל שמא נתן עיניו באחרת און ער וויל זיך ארויסדרייען פונעם חרם דרבינו גרשום איר דאדורך צו מגרש זיין בע״כ ע״ש. אבער, הגם מ׳פסק׳נט בעצם ווי דער רמב״ם (ועיין בהל׳ גירושין פ״י הכ״א) בסימן קיט סעיף ג אז לא יגרש אדם אשתו ראשונה, אלא אם כן מצא בה ערות דבר, שרייבט דאך דער ב״ש בס״ק ג אז דער מאן קען למעשה מעיקר הדין מגרש זיין בכל אופן ע״ש, וממילא אף אם נתן עיניו באחר.)

און דאס איז על אף דאס וואס דער רמב״ם האט געהאלטן (הל׳ אישות פכ״א ה״י) אז דער מאן קען בעצם שלאגן זיין ווייב בשוט כשמנעה את עצמה מלעשות מלאכה מן המלאכות שהיא חייבת לעשותן לו (וכן סבר הרמב״ן) ע״ש ובראב״ד שם (וע״ש במגדל עוז שכתב דהרמב״ם השווה אותה למקום שבי״ד כופין את האיש להוציא שהוא ג״כ בשוט וכדומה, וכעין באבה״ע סימן קנד סעיף כא). ועיין בדברי הרב דר. מלך שפירא. הגם אז דר. יואל קרעמער טענה׳ט אז דער רמב״ם האט נישט געמיינט דערמיט אז דער מאן זאל איר כופה זיין בשוט; נאר אז בי״ד איז איר כופה. און דאס איז טאקע די לשון רבים פון כופין. (ער זאגט אויך אז דער ראב״ד׳ס שיטה פון איר אויסהונגערן איז נישט קיין סאך בעסער ווי שלאגן.)

א שאד. ונצמח מזה אז די פרוי איז כהיום ווי א שבויה ונכס פון איר מאן, (פי כמה) מער ווי דער מאן צום פרוי.
:(

הרב דר. אברהם ריינר זאגט היסטארישע טעמים פארוואס דער ר״ת האט זיך געדינגען (שו״ת ספר הישר סימן כד) אויף זיין ברודער דער רשב״ם וואס האט אויך געהאלטן אז כופין להוציא: אלס די רינון מעירעור על הגט וואס דער געצווינגענער וועט ארויסשטעלן לאח״כ, וכלשונו בהתשובה ״כי טוב להניח אותה בעיגונה מלהוציא לעז על בניה״ (הגם אז אויב איז דאס די הלכה געהעריג אז מ׳מעג אים כופה זיין, איז דאך לכאורה נישט שייך קיין עירעור; ובפרט אז ער אליין האט מחרים געווען על מי שמערער על הגט לאחר נתינתו, ועיין באבה״ע סימן קנד סעיף כב, אבל עיין בשו״ת מהרי״ק סימן לז ובתשובות הרמ״א סימן נו). ווי אויך איז א סיבה דערצו געווען די נארמעס פון די פרומקייט בענין זה פון די קאטוילישע גוים רינגסט ארום זיי. כמובן, אז כהיום איז דא די רינון הגוים אויף פונקט פארקערט. כהיום שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אַן אָנפאָרטשונעט ריגרעשאן בהלכה וועלכע שטימט נישט מיט נארמאטיוו מאראליטעט און איז אַן ענין נבל ברשות התורה וחילול ה', און איז נותן פתחון פה לשונאי הלכה האורתודוקסית לרדות בנו. (וכבר כתבתי אז איך ווייס נישט פארוואס מ׳טרעפט נישט קיינע מהלכים בהלכה, אפילו מיט׳ן אָננעמען דעם ר״ת להלכה, זיך ארויסצוזעהן פון די הלכה פראבלעם און פארמיידן בנות ישראל מלהיות בכבלי עיגון. ואולי איז אט דאס טאקע בתוך די געדאנק וואס הרב דר. אליעזר ברקוביץ ברענגט אראפ.) א פרוי איז ליידער טאקע כהיום להלכה כשבויה ונכס של בעלה; אט דאס וואס דער רמב״ם האט געוואלט שולל זיין און פארמיידן.
:(

ווי הרב דר. ריינר ענדיגט צו:

עס איז אויך מן הראוי לציין אז רבינו גרשום אליינס (שו״ת סימן מ-מב) האט אויך בעצם געהאלטן ווי שיטת הרמב״ם בזה, ״וכדי שלא יצאו בנות ישראל לתרבות רעה״, והגם אבער אז קיין כתובה געבט מען נישט ע״ש. און די טעם איז זיכער נוגע כהיום; א סארט "מה יעשה הבת שלא יחטא". וממילא יש מקום לטעון אז עס איז דא דערין, ובפרט כהיום אין אַן אפענער ליבעראלע וועלט, א גדר פון לפני עוור לא תתן מכשול צום הארבן חטא פון זנות אשת איש. (אבל עיין בריטב״א בע״ז סג. דכל שאין אנו נותנין לו האיסור עצמו ממש, והדבר ספק אם יקח איסור אם לאו, אין בו משום לפני עוור אפילו לגבי ישראל ע״ש. וזה נוגע לתשובתי בכלל, כשדנתי אודות הגדר של לפני עוור לא תתן מכשול בתמונות נשים בעיתונות.) דאס איז פארקערט ממה דמצינו ביבמות קיג: וברמ"א באבהע"ז סימן קיט סעיף ו, באשה שנשתטית דדוקא אינה יכול להוציאה, אף דאינו חייב בעונתה, והוא מחמת כדי שלא ינהגו בה מנהג הפקר ע"ש. אבער כמובן איז דארט מער די געדאנק ווי מחמת האשה עצמה האט מען נישט אזוי מורא, ווי איידער מחמת שינהגו בה אנשים אחרים מנהג הפקר וואו אינשי דלא מעלי וועלן עדווענטעדזש נעמען פון אירע לימיטעד קאגניטיוו קעפּעסיטיס לשם זנות. משא"כ ביי א פקחית דיש החשש שהאשה עצמה תרצה ותצא מדעתה לתרבות רעה וזנות, ואפילו כשהיא עדיין אשת איש לדינא, כשתראה אז זי איז א שבויה און די לייפסטייל ברענגט איר נאר צער עיגון ובידוד. שבי קשה מכולם (ב"ב ח ע"ב) און די גמרא איז דער וואס האלט אז ביי א פרוי איז טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו. וממילא טאמער קען זי נישט מיט איינעם משום דמאיס עליה, איז דא א שטארקע חשש אז זי וועט זוכן בכל אופן א צווייטן ואפילו וואו זי איז טעקניקעלי תחתיו, ועיין ביבמות קיח: ובכתובות עה. - ובפרט כהיום וואו זי קען זיך אסאך גרינגער אפהיטן אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין הריון ע"י הבעילה או אפילו אח"כ ע"י הפלה, וואו זי דארף דערנאך נישט צוצוקומען לתלות הולד בבעל.

ועוד אגב בענין זה, האט מיר א חשוב׳ער מיטגליד געשריבן באישי:

און דאס איז וואס איך האב גע׳ענטפערט:

ועיין באגרות משה (אבה"ע ח"ד סימן קז), ובמה שרצה לתקן הג"ר שאול ליעבערמאן.
די שאלה איז צי איז עס טאקע אזוי מצוי אז א פרוי זאל נישט קענען באקומען א גט אפילו ווען זי איז גרייט איינצוגיין אויף נארמאלע דיווארס תנאים

געדענק אז אין קאורט קען מען אויך נישט פיינעלייזן א דיווארס ווי לאנג מען נעמט נישט קעיר פון אלע לוז ענדס צו די צופרידנהייט פון די שני הצדדים (אדער אמווייניגסטנס לויט די אומפארטייאישע הכרעה פונעם שופט לפי ראות עיניו ווער עס איז גערעכט)

איך ווייס נישט צי איינער פון די מקורות וואס דו האסט דערמאנט אין די תגובה בארירן די נושא, אבער פון א סאציאלאגישער שטאנדפונקט מאכט זייער אסאך סענס אז דוקא אין אשכנז זאל מען נישט גיין מיט די אנגענומענע מהלך אין די תורה וועלט פאר הונדערטער יארן, נעמליך די תקנות הגאונים, און שפעטער די פסקי הרי"ף והרמב"ם. די סיבה איז פשוט - די חרם דרבינו גרשום האט ענדליך געלעוועלט דעם פלעיאינג פיעלד, און בעצם שטייען דער מאן און די פרוי יעצט אויף איקוועל - פוטינג. ביידע קענען נישט פטור ווערן פון ביידע אן די הסכמת שני הצדדים. דער מאן קען נישט גט'ן בעל כרחה און די פרוי אבוויעסלי קען נישט אים צווינגען צו געבן א גט. רבינו גרשום האט נאך מוסיף געווען אז דער מאן קען נישט אויסשפילן דעם סיסטעם מיט'ן חתונה האבן מיט א צווייטע און לאזן די ערשטע הענגען, הענס דער איסור אויף 2 ווייבער.

איינמאל דאס איז דער מציאות, האט שוין נישט קיין הצדקה צו געבן פאר די פרוי אזא פאוערפול טול ווי שרייען מאיס עלי' און גאר אים כופה זיין בשוטים אז ער מוז גט'ן, דאס וואלט געסקיוט די גאנצע מעריזש אינסטיטוציע גאר שטארק לטובת די פרוי און עס איז בכלל נישט מן היושר.

אמת, לויטן יעצטיגן מציאות האט דער מאן א סלייט עדזש, ווייל ער קען 1) טשידן מיט ווייניגער (רעליגיעזע) קאנסעקווענצן און 2) ווייל אין זעלטענע פעלער קען ער קאנווינסן הונדערט בני תורה אז ער איז פולקאם גערעכט און די פרוי איז אים מעגן בעת די פרוי האט נישט די מעגליכקייט, איז אבער דאס למעשה די מערסט יושר'דיגע מהלך.

קענסט נישט סתם אננעמען ווי דעם רמב"ם ווען דו ווילסט און נאכדעם מאכן א 180 און אננעמען דעם רבינו גרשום. ווילסט גיין מיטן רמב"ם, מאך עס אלל די וועי, דער מאן קען גט'ן בעל כרחה פארן מקדיח זיין תבשילו (איך ווייס גראדע נישט די דעת הרמב"ם אויף די נקודה) און די פרוי קען טענה'ן מאיס עלי'. איז דאס טאקע א בעסערע מצב ווי היינט? קען זיין, אבער איך בין נישט זיכער

וואס עס דארף יא א תיקון איז אז מען טאר נישט לאזן פרשיות אנגיין אזוי לאנג. עס מוז קענען זיין עפעס א סארט אויטאריטעיטיוו קערפערשאפט וואס זאל קענען אזשודיקעיטן די דיפערענצן צווישן א פארפאלק לטב און למוטב און דערנאך צווינגען די צדדים באיזה אופן צו פאלגן דעם פסק, אזוי ווי דער אלגעמיינער געריכט סיסטעם.

אפשר זאל מען מתקן זיין א פרי-נאפ אין וועלכע די צדדים שרייבן ביידע אונטער ארביטרעישן ביי א רב המוסכם על שני הצדדים און אז מען וועט אויספאלגן זיין פסק אין פאל פון סיי וועלכע דיפערענצן. די פרוי זאל וועיוון אירע רעכטן קעגן א גט בעל כרחה און דער מאן זיינע קעגן א גט מעושה (איך רעד ווי אן עם הארץ דא, ווייל איך גלייב שווער מען קען אויסארבעטן אזא סארט זאך, אז די לומדות זאל שטימען אזוי אז אפילו דער חזון איש זאל נישט קענען האבן קיין טענות, עטליעסט דער גט מעושה חלק)
 
איך מיין אז ס'איז ליידער גאנץ מצוי
אזויווי די האסט אליין געשריבן, אז די קארט פאדערט אויך זאכן זאלן זיין מער ווייניגער מסודר, אין אעפ"כ זעט מען אז די גוישע דיווארס איז בדרך כלל מסודר, אין נאר די גט שלעפט זיך
 
נאך איין נקודה וואס די האסט פארפעלט, אויב מ'צוטיילט זיך, אין דער מאן איז סתם א שלעכטער וכדומה, קען ער האלטן זיין פרוי האסטעזש "לעולם ועד", זי האט נישט קיין שום וועג ארויס, בפרט בזמנינו שא"א לכוף, משא"כ א מאן קען אייביג באקומען א היתר מאה רבנים אין אזא פאל
דאס הייסט און איין ווארט, אויב א פרוי איז אריינגעפאלן מיט א מאן א משוגענער, האט זי נישט קיין וועג ארויס "קיינמאל"
 
דאס איז ווייל די קאורט קומט בכח הזרוע, דער צד וואס וויל זיך נישט מפשר זיין איז עלול צו פארלירן אלעס. ביים היימישן סיסטעם שלעפן זיך זאכן פארעווער, קיינער איז נישט אין א ראש, און ביז דערווייל שטייט דער ברך משה און זיין גבאי און האלטן נישט אויס וויפיל קינדער זענען לכבוד דעם נישט געבוירן געווארן
 
נאך איין נקודה וואס די האסט פארפעלט, אויב מ'צוטיילט זיך, אין דער מאן איז סתם א שלעכטער וכדומה, קען ער האלטן זיין פרוי האסטעזש "לעולם ועד", זי האט נישט קיין שום וועג ארויס, בפרט בזמנינו שא"א לכוף, משא"כ א מאן קען אייביג באקומען א היתר מאה רבנים אין אזא פאל
דאס הייסט און איין ווארט, אויב א פרוי איז אריינגעפאלן מיט א מאן א משוגענער, האט זי נישט קיין וועג ארויס "קיינמאל"

עס קומט אבער מיט א מיוטשעלי אשורד דיסטראקשען, זינט דער מאן קען אויך נישט גיין חתונה האבן מיט א צווייטע ווי לאנג די ערשטע איז אן עגונה אויב ער קען נישט אויפווייזן פאר די מאה רבנים אז זי איז קאמפלעטלי אין די ראנג
 
וואס איז, אויב ס'גייט אים נישט אן נישט חתונה צי האבן, אבי אפצוטון זיין ווייב, [ליידער איז דא אזא זאך], ער קען דיסטרויען איר לעבן פשוט לשם רשעות ונקמה, ער איז דער וואס דיסייד ווען זי קען חתונה האבן, זי קען גארנישט טין צי דעם
 
לעצט רעדאגירט:
אמת, איך האב דאס ארויסגעברענגט בתוך הדברים. נאר למעשה איז דאס לכאורה נישט די מערסטע מצוי אז ער זאל זיך אליין מקריב זיין כדי איר אונטערצוברענגען (פארקערט מאכט סאך מער סענס, א פרוי וועט במציאות ענדערש זיין אליינס (איך ווייס פון טב למיתב טו דו) און עס וועט איר ווייניגער באדערן בשעת דער מאן חלש'ט פאר ס---)

איך שטעל אבער אראפ די אלטערנאטיוו צו גיין פולי מיטן רמב"ם, ער קען איר אפ'גט'ן איינס צוויי (אפילו אויף דעם האבן די חכמים שוקד געווען על תקנות בנות ישראל און מחייב געווען כתובה און בענעפיטן וואס מאכט עס שוין שווערער), און זי קען אויך זייער גרינג טענה'ן מאיס עלי' און פטור אן עסק (בעיסיקלי זי איז מוותר אויף די כתובה אין אזא פאל, סאו עס גלייכט זיך ממש אויס)

ביידע קענען דאמפן דעם אנדערן אן קיינע לאנגע שהיות

אפשר איז דאס טאקע בעסער? קען זיין
 
עס איז ממילא נישט נוגע, ווייל ע"פ כללי ההלכה וועט זיין זייער שווער צוריקציגיין צום רמב"ם, א גוטע פרינאפ איז די איינציגסטע עצה
איך טראכט א הצעה, אז מ'זאל מאכן א פרי-נאפ אויף אראמיש, אזוי זאל עס נישט הייסן קיין מאדערענע זאך
 
הרב דר. ריינר ברענגט טאקע ארויס די קשר פון חרם דרבינו גרשום צום דין פונעם ר״ת בגט; אין א וועג זענען ביידע תוצאות פונעם ברייטערן הקשר היסטורי פונעם נוצרי׳שן סביבה בימיהם:
סיבות שונות הוצעו במחקר המודרני לשינוי שחולל רבנו תם בהלכה עקרונית זו ולהכרעתו למנוע מכול וכול אפשרות כפיית גט לאישה שטענה 'מאיס עלי'. לדברי אלימלך וסטרייך:

עמדת רבנו תם מתהווה בתקופה שבה החברה הנוצרית הפכה למונוגמית מלאה והושלטו בה דיני הגירושין הקתוליים ששללו מכל וכל אפשרות של גירושין. בסביבה כזו קשה מאוד להגן על תביעות גירושין מצד האיש – ואכן זהו השלב שבו חרם דרבנו גרשם [שלא לגרש אישה בעל כורחה] הופך להיות גורם משפטי רב עצמה – ועל אחת כמה וכמה על אפשרות של גירושין ללא אשמה מצד האישה. מכאן ואילך תנוע השחיקה [ביישומה של תקנת המורדת שתיקנו הגאונים] בקוים כלליים בצירי ההתקדמות של החברה הנוצרית ההולכת, כובשת ומשתלטת.
עס איז אינטרעסאנט אָנצומערקן אז רבינו גרשום אליינס האט זיך פארלאזט אויף תקנת הגאונים בכפיית גט.

אגב, דער דער רמב״ם האט טאקע נישט געהאלטן איבער דאס מגרש זיין מחמת שמצא אחרת נאה הימנה.
 
בעצם האבען די רבנים די כוח מבטל צו זיין די קידושין למפרע, ווייל כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש (הרי את… כדת משה וישראל), און בימי הגמרא פלעגט מען עס ניצען אין גרויסען. אבער משנתקטנו הביצים און די רבנים וואס חוץ אויפקומען מיט נייע איסורים קענען זיי גארנישט נאר צו זאגען מי אני להכניס ראשי בין שני הרים וכו׳ און זיי פחד׳נען צו מאכען א ביטול קידושין, קאwערדס.
You really think it’s because
זיי האבן נישט קיין בצים?

אדער זיי ווייסן גאנץ גוט אז זייער קאנטראל איז ארויסגעפלויגן פון פענסטער
once מענטשן האבן מער פרייהייט און זענען נישט סטאָק אין זייער מערידש
 
איך ווייס נישט אויב דאס קומט אריין דא, אבער עס איז אויך דא א מער ערנסטע עגונה פראבלעם ווען די מאן איז אין א קאומא וכדומה און עס קען זיך ציען פאר יארן לאנג און די פרוי איז ממש א עגונה. מען קען ניטאמאל צווינגען די מאן.
אין די גמרא אין גיטין טרעפט מען אסאך אז די מענער פלעגן געבן א גט פארן גיין למדינת הים וכדומה. דאס וואלט געווען א גוטע זאך אויב מען קען עס אויך מאכן היינט עס צו נוצן על כל צרה שלא תבוא.
 
מען קען עס לכא' נישט ניצן אויב דער מאן איז זיך מייחד נאכן שרייבן
 
Back
Top