עיון בהלכה - עגונה קריזיס

וואס וואלט געווען אויב מ׳פירט איין חתונה האבן אן חופה וקידושין, און אן עדי יחוד, אזוי אז קיינער איז נישט געבונדן! א פילגש איז בפשטות מותר מן התורה, און דער יעב"ץ האט געוואלט עס צוריק מתיר זיין אויב וואלט ער ווען געהאט נאך איינעם מיט זיך. מען שאפט א פראבלעם מיט קידושין און דערנאך מוטשעט מען זיך פאר א גט. סטאפ דעם פראבלעם ביים ווארצל. – זיי מבטל די חופה צערעמאניע וואס פלאנצט איין דעם פראבלעם מעיקרא, אזוי האסטו נישט קיין פראבלעם שפעטער.
 
לעצט רעדאגירט:
מען קען עס לכא' נישט ניצן אויב דער מאן איז זיך מייחד נאכן שרייבן
איך האב שוין לאנג נישט געלערנט מס’ גיטין, אפשר שרייב איך עם הארצות. איך מיין אז נאר ביי א גט ישן האט מען מורא שמא נתפייס עמה, אבער דא אז מען שרייבט עס נאר להוציא מעיגון, קומט נישט אריין קיין פיוס.
 
וואס וואלט געווען אויב מ׳פירט איין חתונה האבן אן חופה וקידושין, און אן עדי יחוד, אזוי אז קיינער איז נישט געבונדן! א פילגש איז בפשטות מותר מן התורה, און דער יעב"ץ האט געוואלט עס צוריק מתיר זיין אויב וואלט ער ווען געהאט נאך איינעם מיט זיך. מען שאפט א פראבלעם מיט קידושין און דערנאך מוטשעט מען זיך פאר א גט. סטאפ דעם פראבלעם ביים ווארצל. – זיי מבטל די חופה צערעמאניע וואס פלאנצט איין דעם פראבלעם מעיקרא, אזוי האסטו נישט קיין פראבלעם שפעטער.
עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א מדובר אין די פוסקים צו חרם דרבינו גרשום גייט אן ביי א פלגש.
 
איך ווייס נישט אויב דאס קומט אריין דא, אבער עס איז אויך דא א מער ערנסטע עגונה פראבלעם ווען די מאן איז אין א קאומא וכדומה און עס קען זיך ציען פאר יארן לאנג און די פרוי איז ממש א עגונה. מען קען ניטאמאל צווינגען די מאן.
אין די גמרא אין גיטין טרעפט מען אסאך אז די מענער פלעגן געבן א גט פארן גיין למדינת הים וכדומה. דאס וואלט געווען א גוטע זאך אויב מען קען עס אויך מאכן היינט עס צו נוצן על כל צרה שלא תבוא.
דאס איז נישט קיין טעאריע נאר אזעלכע מעשיות עקזיסטירן, איינס דערפון קען איך אביסל.

א תנאי אויפן קידושין וואלט לכאורה געווען די בעסטע אפציע, אבער עס האט לכאורה שטערקערע שטערונגען ווי א פרינאפ (וואס העלפט בכלל נישט אויף דעם פאל)
תנאי בקידושין - החזרת עטרה ליושנה הרב פרופסור דניאל שפרבר
 
מ'קען שרייבן ס'זאל חל זיין שפעטער, כמו שעה אחת קודם מיתתי
 
עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א מדובר אין די פוסקים צו חרם דרבינו גרשום גייט אן ביי א פלגש.
מען רעדט דא צי מ'דארף א גט, אבער איך ווייס נישט אויב ס'איז גיט צו אזוי שוואך מאכן די ענין הנישואין, ס'האט אסאך תועלת, מ'מוז אבער פרובירן צו פיקסן די פראבלעמען די מערסטע וואס איז שייך
 
מען רעדט דא צי מ'דארף א גט, אבער איך ווייס נישט אויב ס'איז גיט צו אזוי שוואך מאכן די ענין הנישואין, ס'האט אסאך תועלת, מ'מוז אבער פרובירן צו פיקסן די פראבלעמען די מערסטע וואס איז שייך
אבער אויב חדרג”ש גייט אן ביי צוויי פלגשים, האסטו גארנישט אויפגעטון.
 
אבער אויב חדרג”ש גייט אן ביי צוויי פלגשים, האסטו גארנישט אויפגעטון.
טרעף מיך א פרוי וואס איז גרייט צי זיין א צווייטע פילגש

ס'איז עניוועי נישט די ריכטיגע מהלך לפענ"ד, אזויווי איך האב שוין געשריבן, נישואין איז א וויכטיגע זאך אין מיינע אויגן
 
מ’רעדט דאך העטעך פעטעך אז מען גייט צוריק צו די אמאליגע נארמע וואס מען האט געהאט אפאר פלגשים.
 
לפענ"ד גייט מען מוזן עפעס טון, ס'איז שוין כמעט כלו כל הקיצין, ואין לך יום שאין קללתה מחברתה

די פראבלעם איז, אז געוויסע מנהיגים זענען שב ואל תעשה רבנים, (זיץ אויפן שטיהל, און טו "גארנישט"), און ממילא פרובירן זיי ווייטער מיט די מהלך פין שב ואל תעשה, כאטש ס'איז דא מהלכים וואס מ'קען אויסארבעטן, אויב מ'וויל, איז דאך אבער שב ואל תעשה עדיף

איז אזוי, אדער וועט זיין גענוג רבנים וואס וועלן איינזען אז ס'איז נישט קיין תכלית אזוי, פשוט פאר די קאפוויי פין יעדן טאג א נייע פרשה
אדער האב איך מורא, אין איך האב געהערט אז ס'איז שוין דא אזא פענאמענאן, אז די מיידלעך, וואס האלטן דעס אלעס מיט, גייען זיך כאפן ביים קאפ, אז מיט זיי קען געשען רח"ל די זעלבע זאך, אין זיי גייען פאדערען עפעס א מהלך

די שאלה איז נאר, וויפיל קרבנות ס'וועט דארפן קאסטן, כדי מ'זאל איינזען אז מ'מוז עפעס טון
 
לעצט רעדאגירט:
די ארטאדאקסישע רבנים זענען בערך דרייסיג יאר אונטערשטעליג פון די מאדערנע רבנים ווען ס'קומט צו די זאכן. איז וועט מען דארפן זעהן וואס וועט ווערן פון די פרינאפס.

די פראבלעם איז אז אפילו ביי די מער מאדערנע קרייזן, וואס ביי זיי איז א פרינאפ פולשטענדיק געבעקט ביי די רבנים, איז נאכאלץ דא א געוויסע קולטור פראבלעם. אסאך פרויען טראכטן נישט אדער פילן ווי ס'פאסט נישט ארויפצוברענגען צום חתן די געדאנק.

אזעלכע ארגעניזאציעס ווי אורה פרובירן שטארק צו מאכן א מאוומענט אין די היי-סקולס אז ס'זאל ווערן אן אנגענומענער זאך וואס יעדער טוט פאר די חתונה.
 
זיי זענען נישט אזוי פרום, ווען אונז וועלן עס בעז"ה מקבל זיין, גייט עס ווערן א תקנת הגאונים, מיט די גאנצע פרומקייט, אז ס'וועט זיין א שאלה אויף די קידושין אן דעם...
 
לעצט רעדאגירט:
לפענ"ד גייט מען מוזן עפעס טון, ס'איז שוין כמעט כלו כל הקיצין, ואין לך יום שאין קללתה מחברתה

די פראבלעם איז אז געוויסע מנהיגים זענען שב ואל תעשה רבנים, (זיץ אויפן שטיהל, און טו גארנישט), און ממילא פרובירן זיי ווייטער מיט די מהלך פין שב ואל תעשה, כאטש ס'איז דא מהלכים וואס מ'קען אויסארבעטן, אויב מ'וויל, איז דאך אבער שב ואל תעשה עדיף

איז אזוי, אדער וועט זיין גענוג רבנים וואס וועלן איינזען אז ס'איז נישט קיין תכלית אזוי, פשוט פאר די קאפוויי פין יעדן טאג א נייע פרשה
אדער האב איך מורא, אין איך האב געהערט אז ס'איז שוין דא אזא פענאמענאן, אז די מיידלעך, וואס האלטן דעס אלעס מיט, גייען זיך כאפן ביים קאפ, אז מיט זיי קען געשען רח"ל די זעלבע זאך, אין זיי גייען פאדערען עפעס א מהלך

די שאלה איז נאר, וויפיל קרבנות ס'וועט דארפן קאסטן, כדי מ'זאל איינזען אז מ'מוז עפעס טון
קענסט האפן סזאל באטרעפן אפאר פאורפעול רבנים אין זייער משפחה, בעפאר דעם גייט גארנישט געשען, סטאפ דריעמיענג,

וועגען די מיידלעך, א שידוכים קריזיס בייי די בחורים איז שוין לאנג דא, מיט אזוי פיל וואס זיצן און ווארטען אויף אייביג, און סגשענט נישט גארנישט,
 
let's hope for the best
 
The Prenup - The most effective solution To the Agunah problem איז עפעס וואס איז איינגעפירט ביי די מער מאדערענע אבער האט אויך הסכמות פון מער היימישערע (ווי ר' אשר ווייס), פון די אנדערע זייט האט עס אן התנגדות פון ר' משה שטרנבוך
איינער קען זיך מטריח זיין אין מסביר זיין וואס א פרינאפ איז ? ווי אזוי עס ארבעט אין די צדדים לכאן ולכאן ?
 
איינער קען זיך מטריח זיין אין מסביר זיין וואס א פרינאפ איז ? ווי אזוי עס ארבעט אין די צדדים לכאן ולכאן ?
די צד פארוואס נישט איז געווענליך אז סברענגט אריין די ראונג ווייב
די הייבסט אן דיין לעבן מיט איין פיס ארויס
נישט אז ס'טאקע אזוי נאר אזוי קען זיך עס פילן
דאס איז די סיבה פארוואס אסאך גוים ווילן נישט מאכן אז פּרינאפ
 
איינער קען זיך מטריח זיין אין מסביר זיין וואס א פרינאפ איז ? ווי אזוי עס ארבעט אין די צדדים לכאן ולכאן ?
וואס ס'איז איז זייער פשוט
צוויי מענטשן פלאנען צו וואױנען צוזאמען זייער גאנצע לעבן
וואס טוט מען אבער אויב עפעס גייט ראונג
ווער באקומט וואס/וויפיל
וואס איז אויב ער/זי איז אינגאנצן שולדיג לדוגמה טשידן

ס'איז א קאנטראקט
פונקט ווי מסיינט א תנאים אלץ א קאנטראקט בשעת די מערידזש
איז דא מענטשן וואס מאכן אז קאנטראקט פאר אויב עפעס גייט ראונג
 
ישר כח יעצט פארשטיי איך
סא דעיס איז נישט קיין עצה אויב די מאן איז צידרייט אין וויל נישט געבען קיין גט דעיס איז גיט אז זאכען זאלען נישט ווערען פארהאנקעט
 
זעה דא
פאר א שיינע באשרייבונג

אז איינער קען נישט ליינען ענגליש וועט מען דארפן א וואלונטיר צו איבערזעצן.

דא איז די פרינאפ פארם פון בי"ד אוו אמעריקע.
און דא קענט איר טרעפן די ישראלדיקע.
 
לעצט רעדאגירט:
זעה דא
פאר א שיינע באשרייבונג
זייער א שיינע מהלך פארוואס טאקע טיט מען עס נישט ביי די חסודישע עולם ?
אז איינער קען נישט ליינען ענגליש וועט מען דארפן א וואלונטיר צו איבערזעצן.
מקען עס קאפיען אין אריין לייגען אין גוגעל טרענסעלעט מעשה רב אזוי האב איך געטיען
 
Back
Top