עיון בהלכה - עגונה קריזיס

די ארטאדאקסישע רבנים זענען בערך דרייסיג יאר אונטערשטעליג פון די מאדערנע רבנים ווען ס'קומט צו די זאכן. איז וועט מען דארפן זעהן וואס וועט ווערן פון די פרינאפס.

די פראבלעם איז אז אפילו ביי די מער מאדערנע קרייזן, וואס ביי זיי איז א פרינאפ פולשטענדיק געבעקט ביי די רבנים, איז נאכאלץ דא א געוויסע קולטור פראבלעם. אסאך פרויען טראכטן נישט אדער פילן ווי ס'פאסט נישט ארויפצוברענגען צום חתן די געדאנק.

אזעלכע ארגעניזאציעס ווי אורה פרובירן שטארק צו מאכן א מאוומענט אין די היי-סקולס אז ס'זאל ווערן אן אנגענומענער זאך וואס יעדער טוט פאר די חתונה.
די פרינאפ איז טאקע נאך נישט שטארק אריין געקומען דארט אבער וואס יא, זייער אסאך מאכן אן agreement צוזאמען מיט די עלטערן אדער בעסער די עלטערן זענען אין דעם אינוואלווד און די קאפל לאזט מען לעבן אין לאלא לענד, סיי וויאזוי מען וועט צוטיילן די נכסים אויב וועט זיין א גט, ווי אויך ווילאנג מען דארף זיין אויף די פי"ל פארן זעהן אז עס ארבעט זיך אויס... דאס איז שוין נאכן זיים פרעינד'ס און דעיטען פאר יארן
 
די צד פארוואס נישט איז געווענליך אז סברענגט אריין די ראונג ווייב
די הייבסט אן דיין לעבן מיט איין פיס ארויס
נישט אז ס'טאקע אזוי נאר אזוי קען זיך עס פילן
דאס איז די סיבה פארוואס אסאך גוים ווילן נישט מאכן אז פּרינאפ
איי געס זיי האבן קיינמאל נישט געליינט צי פארשטאנען וואס מען שרייבט אין די כתובה
 
איי געס זיי האבן קיינמאל נישט געליינט צי פארשטאנען וואס מען שרייבט אין די כתובה
מ'ווערט שוין צוגעוואונט אז יעדער סיינט עס ברענגט עס נישט אריין אזא ווייב
ווייל ס'נישט אז איך חתם'ע ווייל איך טראסט דיך נישט ס'איז פשוט אז די תורה הייסט סא נאו טשאוס
 
מ'ווערט שוין צוגעוואונט אז יעדער סיינט עס ברענגט עס נישט אריין אזא ווייב
ווייל ס'נישט אז איך חתם'ע ווייל איך טראסט דיך נישט ס'איז פשוט אז די תורה הייסט סא נאו טשאוס
סא פארוואס קען עס נישט ווערען א תקנת חכמים צי מיזען מאכען א פּרינאפ ?
 
איי געס זיי האבן קיינמאל נישט געליינט צי פארשטאנען וואס מען שרייבט אין די כתובה
די כתובה איז קליין געלד און ס׳נישט מעלה און מוריד, מען הערט נישט כמעט אז מען זאל זיך קריגען איבער א כתובה ווייל ס׳נישט מער פון אפאר טויזענט דאלער.
און אויב א פרוי וויל זיך דוקא שטעלן אויף באקומען כתובה שטעלט זי איין אז די מאן וועט זאגן ישקינו, ווי לאנג ביסט נישט מוותר אויף די כתובה באקומסט נישט קיין גט, ס׳פשוט נעריש צי איינשטעלן א גט פאר אזאלכע קליין געלט.
 
מען רעדט פונעם געדאנק כאילו עס איז א חסרון אין די ראמענס אויסצוהאמערן א קאנטראקט בעפאר די חתונה אין קעיס זאכן גייען סיידוועיס
 
מען רעדט פונעם געדאנק כאילו עס איז א חסרון אין די ראמענס אויסצוהאמערן א קאנטראקט בעפאר די חתונה אין קעיס זאכן גייען סיידוועיס
כאילו ביי אונז איז דא ראומענס to begin with😂
 
דא האב איך געשריבן:

לענ״ד אַן אמת׳ע שאד אז מ׳האט אפגענויגט באה״ע סימן עז סעיף ב (וע״ש בחל״מ ס״ק ה ובב״ש ס״ק ז) מדעת הרמב״ם (הל׳ אישות פי״ד ה״ח) וועלכע לערענט אפ די סוגיא פון מורדת במס׳ כתובות אז אם אמרה מאסתיהו ואיני יכולה להבעל לו מדעתי כופין אותו לשעתו לגרשה לפי שאינה כשבויה שתבעל לשנוא לה ע״ש (וע״ש במעשה רוקח דהוא בפרט כשמפסדת כתובתה עי״ז). און די טעם זאגט דארט דער מ״מ, וג"כ הלבוש שם באה"ע, איז ווייל חיישינן שמא נתנה עיניה באחר ע״ש. אבער הא גופא? אז זי וויל ארויס, מאיזה טעם שיהיה, קען זי ארויס אלס דעם אז זי איז נישט כשבויה ונכס. (הגם אז ביי א מאן טרעפט מען אויך כהיום, להלן ברמ״א בסימן קעח סעיף ט, אז מ׳געבט אים נישט קיין נאמנות אויף דעם אז ער איז מאמין אַן עד אחד שאשתו זינתה להוציאה, ווייל שמא נתן עיניו באחרת און ער וויל זיך ארויסדרייען פונעם חרם דרבינו גרשום איר דאדורך צו מגרש זיין בע״כ ע״ש. אבער, הגם מ׳פסק׳נט בעצם ווי דער רמב״ם (ועיין בהל׳ גירושין פ״י הכ״א) בסימן קיט סעיף ג אז לא יגרש אדם אשתו ראשונה, אלא אם כן מצא בה ערות דבר, שרייבט דאך דער ב״ש בס״ק ג אז דער מאן קען למעשה מעיקר הדין מגרש זיין בכל אופן ע״ש, וממילא אף אם נתן עיניו באחר.)

און דאס איז על אף דאס וואס דער רמב״ם האט געהאלטן (הל׳ אישות פכ״א ה״י) אז דער מאן קען בעצם שלאגן זיין ווייב בשוט כשמנעה את עצמה מלעשות מלאכה מן המלאכות שהיא חייבת לעשותן לו (וכן סבר הרמב״ן) ע״ש ובראב״ד שם (וע״ש במגדל עוז שכתב דהרמב״ם השווה אותה למקום שבי״ד כופין את האיש להוציא שהוא ג״כ בשוט וכדומה, וכעין באבה״ע סימן קנד סעיף כא). ועיין בדברי הרב דר. מלך שפירא. הגם אז דר. יואל קרעמער טענה׳ט אז דער רמב״ם האט נישט געמיינט דערמיט אז דער מאן זאל איר כופה זיין בשוט; נאר אז בי״ד איז איר כופה. און דאס איז טאקע די לשון רבים פון כופין. (ער זאגט אויך אז דער ראב״ד׳ס שיטה פון איר אויסהונגערן איז נישט קיין סאך בעסער ווי שלאגן.)

א שאד. ונצמח מזה אז די פרוי איז כהיום ווי א שבויה ונכס פון איר מאן, (פי כמה) מער ווי דער מאן צום פרוי.
:(


הרב דר. אברהם ריינר זאגט היסטארישע טעמים פארוואס דער ר״ת האט זיך געדינגען (שו״ת ספר הישר סימן כד) אויף זיין ברודער דער רשב״ם וואס האט אויך געהאלטן אז כופין להוציא: אלס די רינון מעירעור על הגט וואס דער געצווינגענער וועט ארויסשטעלן לאח״כ, וכלשונו בהתשובה ״כי טוב להניח אותה בעיגונה מלהוציא לעז על בניה״ (הגם אז אויב איז דאס די הלכה געהעריג אז מ׳מעג אים כופה זיין, איז דאך לכאורה נישט שייך קיין עירעור; ובפרט אז ער אליין האט מחרים געווען על מי שמערער על הגט לאחר נתינתו, ועיין באבה״ע סימן קנד סעיף כב, אבל עיין בשו״ת מהרי״ק סימן לז ובתשובות הרמ״א סימן נו). ווי אויך איז א סיבה דערצו געווען די נארמעס פון די פרומקייט בענין זה פון די קאטוילישע גוים רינגסט ארום זיי. כמובן, אז כהיום איז דא די רינון הגוים אויף פונקט פארקערט. כהיום שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אַן אָנפאָרטשונעט ריגרעשאן בהלכה וועלכע שטימט נישט מיט נארמאטיוו מאראליטעט און איז אַן ענין נבל ברשות התורה וחילול ה', און איז נותן פתחון פה לשונאי הלכה האורתודוקסית לרדות בנו. (וכבר כתבתי אז איך ווייס נישט פארוואס מ׳טרעפט נישט קיינע מהלכים בהלכה, אפילו מיט׳ן אָננעמען דעם ר״ת להלכה, זיך ארויסצוזעהן פון די הלכה פראבלעם און פארמיידן בנות ישראל מלהיות בכבלי עיגון. ואולי איז אט דאס טאקע בתוך די געדאנק וואס הרב דר. אליעזר ברקוביץ ברענגט אראפ.) א פרוי איז ליידער טאקע כהיום להלכה כשבויה ונכס של בעלה; אט דאס וואס דער רמב״ם האט געוואלט שולל זיין און פארמיידן.
:(


ווי הרב דר. ריינר ענדיגט צו:

עס איז אויך מן הראוי לציין אז רבינו גרשום אליינס (שו״ת סימן מ-מב) האט אויך בעצם געהאלטן ווי שיטת הרמב״ם בזה, ״וכדי שלא יצאו בנות ישראל לתרבות רעה״, והגם אבער אז קיין כתובה געבט מען נישט ע״ש. און די טעם איז זיכער נוגע כהיום; א סארט "מה יעשה הבת שלא יחטא". וממילא יש מקום לטעון אז עס איז דא דערין, ובפרט כהיום אין אַן אפענער ליבעראלע וועלט, א גדר פון לפני עוור לא תתן מכשול צום הארבן חטא פון זנות אשת איש. (אבל עיין בריטב״א בע״ז סג. דכל שאין אנו נותנין לו האיסור עצמו ממש, והדבר ספק אם יקח איסור אם לאו, אין בו משום לפני עוור אפילו לגבי ישראל ע״ש. וזה נוגע לתשובתי בכלל, כשדנתי אודות הגדר של לפני עוור לא תתן מכשול בתמונות נשים בעיתונות.) דאס איז פארקערט ממה דמצינו ביבמות קיג: וברמ"א באבהע"ז סימן קיט סעיף ו, באשה שנשתטית דדוקא אינה יכול להוציאה, אף דאינו חייב בעונתה, והוא מחמת כדי שלא ינהגו בה מנהג הפקר ע"ש. אבער כמובן איז דארט מער די געדאנק ווי מחמת האשה עצמה האט מען נישט אזוי מורא, ווי איידער מחמת שינהגו בה אנשים אחרים מנהג הפקר וואו אינשי דלא מעלי וועלן עדווענטעדזש נעמען פון אירע לימיטעד קאגניטיוו קעפּעסיטיס לשם זנות. משא"כ ביי א פקחית דיש החשש שהאשה עצמה תרצה ותצא מדעתה לתרבות רעה וזנות, ואפילו כשהיא עדיין אשת איש לדינא, כשתראה אז זי איז א שבויה און די לייפסטייל ברענגט איר נאר צער עיגון ובידוד. שבי קשה מכולם (ב"ב ח ע"ב) און די גמרא איז דער וואס האלט אז ביי א פרוי איז טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו. וממילא טאמער קען זי נישט מיט איינעם משום דמאיס עליה, איז דא א שטארקע חשש אז זי וועט זוכן בכל אופן א צווייטן ואפילו וואו זי איז טעקניקעלי תחתיו, ועיין ביבמות קיח: ובכתובות עה. - ובפרט כהיום וואו זי קען זיך אסאך גרינגער אפהיטן אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין הריון ע"י הבעילה או אפילו אח"כ ע"י הפלה, וואו זי דארף דערנאך נישט צוצוקומען לתלות הולד בבעל.

ועוד אגב בענין זה, האט מיר א חשוב׳ער מיטגליד געשריבן באישי:

און דאס איז וואס איך האב גע׳ענטפערט:

ועיין באגרות משה (אבה"ע ח"ד סימן קז), ובמה שרצה לתקן הג"ר שאול ליעבערמאן.
הריני מוכן ומזומן לקיים מצות לשמוע דברי חכמים, "מר שושני", אין אביסל לערנען די ווערטער פונ'ם חכם הרזים "מי אני"

די עיקר נקודה וואס מ'קען ארויסנעמען פונ'ם רמב"ם, איז די יסוד, אז א פרוי קען זאגן מאיס עלי, "שאינה כשבויה תחתיו"

יא, די מהלך המחשבה איז נישט קיין מאדערענע, ס'קומט גאר פונ'ם הייליגן רמב"ם אין די גאונים, די זעלבע רמב"ם וואס האט געמאכט די אני מאמין'ס, און אוועקגעשטעלט השקפת היהדות, די זעלבע רמב"ם שרייבט "שאינה כשבויה תחת בעלה", אין זי קען זאגן מאיס עלי, און מ'צווינגט עים צי געבן א גט

און ס'איז נישט נאר די רמב"ם, די גאונים, די רי"ף, אלע האבן אזוי געהאלטן, און געטין למעשה, איז אפילו אז למעשה בזמנינו, איז מען מחמיר דלא כהרמב"ם, משום חשש גט מעושה, איז זיכער אז די חלק מחשבה און השקפה שבו איז א יידישע און ריכטיגע

איז נעקסטע מאל, ווען דיין געפיל זאגט דיר, ס'איז נישט נארמאל אין ריכטיג אין מאראליש, אז א פרוי זאל זיין כשבוי' תחת בעלה, זאלסטי וויסן אז די ביסט אן די רייט טרעק
 
לעצט רעדאגירט:
מ'דארף לכאורה זיין א גביר אז ס'זאל גוט ציפן א פרינאפ עגרימענט, ניין?


ס'זעט מיר אויס אז א פשוט'ע אינגערמאן וואס די איינציגסטע זאך וואס ער האט אויף זיין נאמען איז א הויז מיט א קאר, מיט א פערטל ביטקוין, און ס'כאפט אים אן א תמות נפשי עם פלישתים סיטועישען, וואס גייט העלפן אויב ער איז זיך מתחייב צו באצאלען געלט וואס ער האט נישט?

די אלע מתעגנים היינט צו טאג'ס באצאלען אויכעט אין די הויזן פאר לויער'ס, מארקעטינג, מיט אסאך בושות, כ'זע נישט אז געלט זאל זיין אזא גרויסע פאקטאר ווען רוב פון זיי זענען שוין סייווי טיף אין די ערד פיינענשעלי, רעפיוטעישן, און קאפוויי.
 
מ'דארף לכאורה זיין א גביר אז ס'זאל גוט ציפן א פרינאפ עגרימענט, ניין?


ס'זעט מיר אויס אז א פשוט'ע אינגערמאן וואס די איינציגסטע זאך וואס ער האט אויף זיין נאמען איז א הויז מיט א קאר, מיט א פערטל ביטקוין, און ס'כאפט אים אן א תמות נפשי עם פלישתים סיטועישען, וואס גייט העלפן אויב ער איז זיך מתחייב צו באצאלען געלט וואס ער האט נישט?

די אלע מתעגנים היינט צו טאג'ס באצאלען אויכעט אין די הויזן פאר לויער'ס, מארקעטינג, מיט אסאך בושות, כ'זע נישט אז געלט זאל זיין אזא גרויסע פאקטאר ווען רוב פון זיי זענען שוין סייווי טיף אין די ערד פיינענשעלי, רעפיוטעישן, און קאפוויי.
אויב איז דא א פרינאפ שפארט מען זיך שוין די אלע עגמ"נ, קאורט, בי"ד, טוענים, לאויערס נישט גענוג אופטו פארדעם אליין?
חוץ פון דעם איז דא נאך בענעפיטן
 
ס'איז נישט שייך סתם ארומצושלעפן פאר א להכעסנ'יק וואס וויל אפטון זיין ווייב?


כהיום איז די פראבלעם נאר ביי די משגאים, רוב גיטין שלעפן זיך נישט מער ווי א יאר
 
ס'איז נישט שייך סתם ארומצושלעפן פאר א להכעסנ'יק וואס וויל אפטון זיין ווייב?
everyone can out smart the system, however with a legal document it becomes much harder
כהיום איז די פראבלעם נאר ביי די משגאים,
אסאך ווערן משוגע דעמאלטס.. ודו"ק
רוב גיטין שלעפן זיך נישט מער ווי א יאר
 
דאס איז נישט קיין טעאריע נאר אזעלכע מעשיות עקזיסטירן, איינס דערפון קען איך אביסל.

א תנאי אויפן קידושין וואלט לכאורה געווען די בעסטע אפציע, אבער עס האט לכאורה שטערקערע שטערונגען ווי א פרינאפ (וואס העלפט בכלל נישט אויף דעם פאל)
תנאי בקידושין - החזרת עטרה ליושנה הרב פרופסור דניאל שפרבר
הלוואי זאל זיך טאקע קענען אויסארבעטן, מ'זאל מאכן זיין אזא שילוב פין א פרי-נאפ אין א תנאי, אזוי אז אין געהעריגע מצבים זאל די פרי-נאפ זיין געניג, אבער just in case זאל אייביג זיין א תנאי, וואס בדיעבד, און בצירוף נאך זאכן, זאל מען עס קענען ניצן

דאס איז לכאורה די בעסטע מהלך, אין ע"פ הלכה קען מען עס אויסארבעטן, די שאלה איז נאר......
 
Back
Top