איז דא א גערעכטיגקייט אין פילן שלעכט פאר די כפרות?

וואנדערער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 28, 2024
מעסעדזשעס
94
רעאקציע ראטע
311
כ'בין געווען היינט מיט די משפחה כפרות שלאגן אזוי ווי מ'פירט זעך, יעדעס יאר האב איך די זעלבע אויפשוידערישע געפילן פון רחמנות אויף די אומבאהאלפענע טשיקענס, און יעדעס מאל טראכט איך ווי שיין ס'וואלט געווען צי גיין ערגעץ אָפסטעיט צו א פעמילי פארם צו מקיים זיין דעם מנהג.

היינט אבער האט זיך מיר אנגעהויבן א שמועס אין מחשבה איבער דעי פילינג וואס כ'האב געהאט. פון איין זייט איז טאקע געפערליך די וועג וויזוי די באשעפענישן ווערן באהאנדלט, אבער כ'האב זיך געכאפט אז דעיס קומט ממילא פאר אין די טשיקן פעקטארי פארמס, און איך בין דער וואס קויפט כסדר די פלייש, סאָו די גאנצע זאך איז נאר אז יעצט זעה איך מיט די אויגן וואס ס'קומט פאר סאו פיל איך שלעכט פאר זיי, און כ'קען באשטיין נישט צוצוקוקן דע פּראסעס,

אויך האב איך געטראכט אז מיין גיין צו א פארם ערגעץ אפסטעיט גייט נישט העלפן קיין איין טשיקן עניוועי, סאו צו וואס זאלעך מיך מטריח זיין? נאר צו אוואוידען דעי געפיל פון רחמנות? נעע, סאיז יצא שכרו בהפסדו.

נאכדעם האב איך געהאט א שטיקל ראיה פון די נאציס, דעי נידריג ראנגיקע אפיצירן האבן באמת נישט געקענט טון קיין סאך אפצושטעלן די רציחות, מיט דעם אלעם באשולדיגט מען זיי אין זיין א חלק פון די קריים.

ס'איז ביי מיר געבליבן נאגן די שאלה אין קאפ, אויב איינער האט עפעס מחשבה צוצולייגן וואלט איך אפפרישיעטעד.
 
די נאציס, אפילו די נידריג ראנגיקע, האבן למעשה אויסגעפירט רציחות מיט זייערע אייגענע שמוציגע הענט, משא"כ דו (להבדיל!) טוסט נישט קיין רציחה אדער צער בעלי חיים מיט'ן דרייען דעם כפרה'לע, דו קוקסט נאר צו ווי אנדערע טוען.
 
געטראכט גענוי די זעלבע היינט! גענוג געווען מיט שלאגן כפרות. איך נוץ געלט, וואטעווער. וואס הייסט, צער בעלי חיים איז דאך א דאורייתא (ב"מ כז) און די גאנצע הייליגע מנהג פון שלאגן כפרות איז שוין אזוי אויך מפוקפק, איז שב ואל תעשה עדיף.

אבער כ'האב זיך געכאפט אז דעיס קומט ממילא פאר אין די טשיקן פעקטארי פארמס, און איך בין דער וואס קויפט כסדר די פלייש, סאָו די גאנצע זאך איז נאר אז יעצט זעה איך מיט די אויגן וואס ס'קומט פאר סאו פיל איך שלעכט פאר זיי, און כ'קען באשטיין נישט צוצוקוקן דע פּראסעס,
ס'איז זיכער אז טשיקענס ווערן שלעכט באהאנדלט אין פארמס, אבער ס'איז נישט קיין פארגלייך דאס זיי לאזן ליגן אין 90 דעגרי היצן און זיי פאשען בלויז דורך injection, זיי א בוחר הרע במיעוטו.
 
עט ליעסט דאס יאר איז נישט קיין 90 דעגרי... עס איז שיינע וועטערס ב"ה
 
יא די היפאקרעסי איז גרויס, אויף אזאלכע עניינים פון כל כבודה בת מלך פנימה צי וואס בויעט מען ארויף אויף דעים בניינים פון גזירות, אבער צער בעלי חיים וואס איז דאוריתיה געט מען נישט קיין שיט.
 
די נאציס, אפילו די נידריג ראנגיקע, האבן למעשה אויסגעפירט רציחות מיט זייערע אייגענע שמוציגע הענט, משא"כ דו (להבדיל!) טוסט נישט קיין רציחה אדער צער בעלי חיים מיט'ן דרייען דעם כפרה'לע, דו קוקסט נאר צו ווי אנדערע טוען.
אפשר אויב דו ניצט א אינגל צו ברענגן (ליין דערווערגן) דיין טשיקען אפשר איז עס יא דיין פראבלעם כאטש אביסל.....
 
עט ליעסט דאס יאר איז נישט קיין 90 דעגרי... עס איז שיינע וועטערס ב"ה
יא, ב"ה so far so good, אבער ווארט נאר ביז ערב יום כיפור פארטאגס די וועטערס וועלן זיין אין 45° פאר די סיטי און 40° פאר אפסטעיט, כ'ווייס נישט וועלכע טעמפעראטור א טשיקן קען פארטראגן, אבער א מענטש וואס שלאפט אויפן גאס אין אזא וועטער קען אויסגיין פון הייפאטערמיע ר"ל
 
לעצט רעדאגירט:
לגבי דעם קעפל, איז נישט קיין שום ספק ביי מיר אז פילן שלעכט פאר די כפרות איז הרי זה משובח, ווי די באקאנטע מעשה פון רבינו הקדוש מיט'ן קעלבל, וועמען'ס באהאנדלונג איז זיכער נישט געווען קיין פארגלייך צו די גרויזאמע טשיקן-דעפארטאציעס וואס קומען פאר ביי אונז.

דיין שאלה איז אבער לכאורה אינגאנצן עפעס אנדערש.
 
לויט קאנט'ס אניווערסאלע רול וואלסטו נישט געטארט מאכן דארט כפרות.

עס מוז דאך זיין די יחידים וואס טוען צום זאך איידער די קאלעקטיוו אדאפטירט עס. אין אנדערע ווערטער, אויב וועט יעדער טראכטן אז 'ער מאכט נישט אויס' איז נישטא קיין סיבה צו מאכן עלעקשאנס אויך נישט.
די נקודה איז אז יעדער דארף זיך פירן כאילו ער מאכט זייער שטארק אויס (כל העולם חצי זכאי וחצי חייב..), און נאר אזוי וועט עס פאטענציאל טאקע אויסמאכן.

פראקטיש אבער אויך, דיינע קינדער וועלן זען דיין החלטה און עס אדאפטירן ביי זיך און אולי ווייטער משפיע זיין, וחוזר חלילה.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'בין געווען היינט מיט די משפחה כפרות שלאגן אזוי ווי מ'פירט זעך, יעדעס יאר האב איך די זעלבע אויפשוידערישע געפילן פון רחמנות אויף די אומבאהאלפענע טשיקענס, און יעדעס מאל טראכט איך ווי שיין ס'וואלט געווען צי גיין ערגעץ אָפסטעיט צו א פעמילי פארם צו מקיים זיין דעם מנהג.

היינט אבער האט זיך מיר אנגעהויבן א שמועס אין מחשבה איבער דעי פילינג וואס כ'האב געהאט. פון איין זייט איז טאקע געפערליך די וועג וויזוי די באשעפענישן ווערן באהאנדלט, אבער כ'האב זיך געכאפט אז דעיס קומט ממילא פאר אין די טשיקן פעקטארי פארמס, און איך בין דער וואס קויפט כסדר די פלייש, סאָו די גאנצע זאך איז נאר אז יעצט זעה איך מיט די אויגן וואס ס'קומט פאר סאו פיל איך שלעכט פאר זיי, און כ'קען באשטיין נישט צוצוקוקן דע פּראסעס,

אויך האב איך געטראכט אז מיין גיין צו א פארם ערגעץ אפסטעיט גייט נישט העלפן קיין איין טשיקן עניוועי, סאו צו וואס זאלעך מיך מטריח זיין? נאר צו אוואוידען דעי געפיל פון רחמנות? נעע, סאיז יצא שכרו בהפסדו.

נאכדעם האב איך געהאט א שטיקל ראיה פון די נאציס, דעי נידריג ראנגיקע אפיצירן האבן באמת נישט געקענט טון קיין סאך אפצושטעלן די רציחות, מיט דעם אלעם באשולדיגט מען זיי אין זיין א חלק פון די קריים.

ס'איז ביי מיר געבליבן נאגן די שאלה אין קאפ, אויב איינער האט עפעס מחשבה צוצולייגן וואלט איך אפפרישיעטעד.
די נאציס זענען געווען באוואוסט אלס זייער רחמנות'דיג פאר בהמות וחיות ועופות, און טאקע אט זיי זענען געווען די וועלטסט גרעסטע רוצחים...
 
ס׳איז א גרעסערע רחמנות אויף די פרעגנעט פרוי וואס האט נישט קיין פרוטה און קומט מיט צען קינדער בשעת די מאן טרינקט קאווע אין כולל און קויפט דרייצן כפרות און האט מער מורא פון די כפרה ווי די כפרה אליינס.

ס׳איז דא א שטיקל פארבעסערונג ווי אזוי מגעט זיך אפ מיט די כפרות, רוב פלעצער שפריצען וואסער פאר די טשיקענס צופרי און באנאכט, רוב מענטשן וואס כאפן אן די פליגלען מיט די צוויי פיס איבערגעדרייט לעבן שוין נישט… איך האף ס׳גייט נאך ווערן בעסער ווייל די מצב מיט די כפרות איז נאך ביטער.
 
די נאציס זענען געווען באוואוסט אלס זייער רחמנות'דיג פאר בהמות וחיות ועופות, און טאקע אט זיי זענען געווען די וועלטסט גרעסטע רוצחים...
וואס איז דיין פוינט? אז רחמנות האבן אויף בעלי חיים איז א סימן/סיבה פאר רציחה?
 
אין די טשיקען פארם ווי מען פראדצירט אייער, אבער אין שטאל ווי מען מעלקט קיען איז נישט דא וויניגער abuse
 
לאמיך דא אריינווארפן מיינע 2 סענט:

פאקט: די וועלט האט פון אייביג אן אפערירט אויף א סיסטעם פון "כל דאלים גבר" און ווי ס'שיינט וועט עס ווייטער אזוי אנגיין לעולם ועד.

צום ביישפיל: "ארץ ישראל" איז געווען באזעצט דורך די 7 פעלקער, דאן זענען די אידן געקומען און מקיים געווען דעם "לא תחיה כל נשמה" און אויסגע'הרג'ט די אלע פעלקער אנשים נשים וטף, און זיך זעלבסט פראקלאמירט אלס די Indigenous People.

דאן אפאר הונדערט יאר שפעטער איז געקומען אלכסדר מוקדון און אקופירט ישראל, שפעטער האבן די חשמונאים עס צוריקגעכאפט, דערנאך האבן די רוימער עס אקופירט, דאן די מוסלעמענע, דאן די קרייציגלער, דאן די אטאמאנע אימפעריע, דאן די בריטישע, דאן די ציונים...

אצינד קומען די די פאלעסטינע און שרייען: FREE PALESTINE! מיר זענען די אריגינעלע איינוואוינער פון ס'לאנד, דאגעגן די ציונים פארפירן: מיר זענען די עכטע תושבים פון דעם לאנד, און אני הקטן שטייט פון דער זייט און שפעקוליר: ווער איז דא גערעכט? וועמען'ס זייט האט די מאראלישע אויבערהאנט? מ'רעדט דאך דא פון א לאנד וואס האט געטוישט הענט יעדע פאר יאר...

און באמת איז די זעלבע דילעמע רעלעוואנט כלפי אמעריקע אויכעט: די Indigenous People האבן מסתמא ארויסגעטראסקעט די וועלכע זענען דא געקומען פאר זיי, דאן די בריטישע און שפאנישע קאלאניסטן, דאן די פאראייניגטע שטאטן, נו ברויך מען דאך פארפירן: FREE AMERICA! (מאנכע טוען דאס טאקע).

און לכאורה איז דאס וואר ביי (כמעט) יעדע איינציגסטע לאנד וואס איז נאר פארהאן און האט שוין געטוישט הענט (ליין: קעפ) עטליכע מאל. דאן וויאזוי קענסטו גיין אין טיימס סקווער שרייען "באפריי פאלעסטינע" ווען דו זעלבסט וואוינסט אין א לאנד וואס איז בארויבט געווארן דורך דיינע עלטערן פון די Indigenous People, ביסט דאך ממש אומאראליש!

סא בעסיקלי האסטו 2 אפציעס: 1) טראג דיך אפ פון דעם דאזיגן אומ-מאראלישען וועלט, ווארום דו קענסט (דערווייל) נישט צוריקדרייען היסטאריע 2) מאך שלום מיט'ן מצב אז כך הוא דרכו של עולם: כל דאלים גבר! (ובלע"ז SURVIVAL OF THE FITTEST (קרעדיט: הערבערט ספענסער)), יא! אמת ס'וואלט געווען געשמאקער צו לעבן אין א וועלט פון "וגר זאב עם נמר", אבער די רעאליטעט איז נישט אזוי, און ס'איז אקעי.

גאט האט באשאפן די וועלט אויף א וועג אז דער שטערקערער הרג'ט און עסט אויף דעם שוואכער'ן, דער גרעסערער פיש שלינגט איין דעם קלענערעם. און טאקע אט די נעעבעכדיגע טשיקעלע - אויף וועלכע דו דערבארעמסט זיך אזוי הארציג - האט נארוואס געענדיגט אראפשלינגען א (לעבעדיגע) ווארעם אדער אנדערע שרצים. ס'דא אזא זאך וואס הייסט א FOOD CHAIN און ב"ה מיר זענען גליקליך צו זיין ביים שפיץ (זעה בייגעלייגט בלויז א קליינעם טייל פון די FOOD CHAIN)
Screenshot 2024-10-08 173423.jpg

און באמת אפילו מיר מענטשן צווישן זיך זענען אויכעט אויסגעשטעלט אויף א וועג פון זעלבסט-פרעזערוואציע, און סעלפישקייט, און מיר הומען'ס וועלן פריאריטיזירן אונזערע אייגענע אינטערעסן בעפאר איינעם אנדערשנ'ס, והיינו טעמא דקאניבאליזם, והיינו טעמא ד'סלעווערי, און באמת וואלט דער שטערקערער מענטש ווירקליך גע'הרג'ט און געגעסן די געבראטענע פלייש פון דעם שוואכערן מענטש (אדער אין א מאדערנע וועלט (וואו מ'וויל נישט זעהן ברוטאליטעט פאר די אויגן, נאר מ'וועט זיך ליבערשט פארהוילן דערפון און זיך איינרעדן אז די בהמה האט נישט קיין יסורים טאמער 'דו' האלטס עס נישט מיט) וואלט געווען אוועילעבל ארגעניק HUMAN MEAT אויף אלע בוטשער פאליצעס!, ווייל אזוי לויטעט דער כלל: כל דאלים גבר! ווער ס'שטערקער געווינט!

נאר וואזשע דען? זענען די שוואכערע - אבער קלוגע - HUMANS אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל וואס הייסט "רעגירונג" נעמליך אלע "שוואכע" מענטשן וועלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן א קאאליציע וואס הייסט "גאווערמענט", און אצינד וועלן זיי ביינאנזאם זיך קענען שטארקן איבער דעם שטארקערן. קומט אויס אז דער כלל פון "כל דאלים גבר" איז נאך פונקט אזוי גילטיג, נאר מ'האט אויפגעטראפן א היכי תמצי וויאזוי דער שוואכערער ווערט פארוואנדלט אינעם שטארקערער, און אזוי געווינט 'ער', און דאס איז ממש פשט אין די משנה (אבות): אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו! אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!

דעריבער וויל איך זאגן פאר דעם אינגערמאן: דו ברויכסט נישט פילן שלעכט פאר די כפרות! די כפרה האט זיך פונקט אזוי אויפגעסיינט צו דעם סיסטעם פון כל דאלים גבר, ער עסט ווערים, און דו עסט אים!

א גוטן אפעטיט!
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין טאקע זייער נישט פון די כל דאלום גבר קעמפ, און יעדעס מאל מליינט פון איינעמען א''י פארשטיי איך נישט וואס איז פשט דערפון,

און סקען טאקע זיין אז איך וואלט געווען פון דעי וואס ווערן אויפגעגעסן 😱
 
אבסעלוטלי! כ'האב דאס געוואלט אריינלייגן אין די אריגינאלע תגובה: טאמער שפירסטו אז עסן HUMAN MEAT איז אומ-מאראליש, דאן מסמתא ביסטו פון די "שוואכערע" וועלכן האבן מורא טיף אין אין הארצן פון ווערן אויפגעגעסן
 
לאמיך דא אריינווארפן מיינע 2 סענט:

פאקט: די וועלט האט פון אייביג אן אפערירט אויף א סיסטעם פון "כל דאלים גבר" און ווי ס'שיינט וועט עס ווייטער אזוי אנגיין לעולם ועד.

צום ביישפיל: "ארץ ישראל" איז געווען באזעצט דורך די 7 פעלקער, דאן זענען די אידן געקומען און מקיים געווען דעם "לא תחיה כל נשמה" און אויסגע'הרג'ט די אלע פעלקער אנשים נשים וטף, און זיך זעלבסט פראקלאמירט אלס די Indigenous People.

דאן אפאר הונדערט יאר שפעטער איז געקומען אלכסדר מוקדון און אקופירט ישראל, שפעטער האבן די חשמונאים עס צוריקגעכאפט, דערנאך האבן די רוימער עס אקופירט, דאן די מוסלעמענע, דאן די קרייציגלער, דאן די אטאמאנע אימפעריע, דאן די בריטישע, דאן די ציונים...

אצינד קומען די די פאלעסטינע און שרייען: FREE PALESTINE! מיר זענען די אריגינעלע איינוואוינער פון ס'לאנד, דאגעגן די ציונים פארפירן: מיר זענען די עכטע תושבים פון דעם לאנד, און אני הקטן שטייט פון דער זייט און שפעקוליר: ווער איז דא גערעכט? וועמען'ס זייט האט די מאראלישע אויבערהאנט? מ'רעדט דאך דא פון א לאנד וואס האט געטוישט הענט יעדע פאר יאר...

און באמת איז די זעלבע דילעמע רעלעוואנט כלפי אמעריקע אויכעט: די Indigenous People האבן מסתמא ארויסגעטראסקעט די וועלכע זענען דא געקומען פאר זיי, דאן די בריטישע און שפאנישע קאלאניסטן, דאן די פאראייניגטע שטאטן, נו ברויך מען דאך פארפירן: FREE AMERICA! (מאנכע טוען דאס טאקע).

און לכאורה איז דאס וואר ביי (כמעט) יעדע איינציגסטע לאנד וואס איז נאר פארהאן און האט שוין געטוישט הענט (ליין: קעפ) עטליכע מאל. דאן וויאזוי קענסטו גיין אין טיימס סקווער שרייען "באפריי פאלעסטינע" ווען דו זעלבסט וואוינסט אין א לאנד וואס איז בארויבט געווארן דורך דיינע עלטערן פון די Indigenous People, ביסט דאך ממש אומאראליש!

סא בעסיקלי האסטו 2 אפציעס: 1) טראג דיך אפ פון דעם דאזיגן אומ-מאראלישען וועלט, ווארום דו קענסט (דערווייל) נישט צוריקדרייען היסטאריע 2) מאך שלום מיט'ן מצב אז כך הוא דרכו של עולם: כל דאלים גבר! (ובלע"ז SURVIVAL OF THE FITTEST (קרעדיט: הערבערט ספענסער)), יא! אמת ס'וואלט געווען געשמאקער צו לעבן אין א וועלט פון "וגר זאב עם נמר", אבער די רעאליטעט איז נישט אזוי, און ס'איז אקעי.

גאט האט באשאפן די וועלט אויף א וועג אז דער שטערקערער הרג'ט און עסט אויף דעם שוואכער'ן, דער גרעסערער פיש שלינגט איין דעם קלענערעם. און טאקע אט די נעעבעכדיגע טשיקעלע - אויף וועלכע דו דערבארעמסט זיך אזוי הארציג - האט נארוואס געענדיגט אראפשלינגען א (לעבעדיגע) ווארעם אדער אנדערע שרצים. ס'דא אזא זאך וואס הייסט א FOOD CHAIN און ב"ה מיר זענען גליקליך צו זיין ביים שפיץ (זעה בייגעלייגט בלויז א קליינעם טייל פון די FOOD CHAIN) View attachment 754

און באמת אפילו מיר מענטשן צווישן זיך זענען אויכעט אויסגעשטעלט אויף א וועג פון זעלבסט-פרעזערוואציע, און סעלפישקייט, און מיר הומען'ס וועלן פריאריטיזירן אונזערע אייגענע אינטערעסן בעפאר איינעם אנדערשנ'ס, והיינו טעמא דקאניבאליזם, והיינו טעמא ד'סלעווערי, און באמת וואלט דער שטערקערער מענטש ווירקליך גע'הרג'ט און געגעסן די געבראטענע פלייש פון דעם שוואכערן מענטש (אדער אין א מאדערנע וועלט (וואו מ'וויל נישט זעהן ברוטאליטעט פאר די אויגן, נאר מ'וועט זיך ליבערשט פארהוילן דערפון און זיך איינרעדן אז די בהמה האט נישט קיין יסורים טאמער 'דו' האלטס עס נישט מיט) וואלט געווען אוועילעבל ארגעניק HUMAN MEAT אויף אלע בוטשער פאליצעס!, ווייל אזוי לויטעט דער כלל: כל דאלים גבר! ווער ס'שטערקער געווינט!

נאר וואזשע דען? זענען די שוואכערע - אבער קלוגע - HUMANS אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל וואס הייסט "רעגירונג" נעמליך אלע "שוואכע" מענטשן וועלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן א קאאליציע וואס הייסט "גאווערמענט", און אצינד וועלן זיי ביינאנזאם זיך קענען שטארקן איבער דעם שטארקערן. קומט אויס אז דער כלל פון "כל דאלים גבר" איז נאך פונקט אזוי גילטיג, נאר מ'האט אויפגעטראפן א היכי תמצי וויאזוי דער שוואכערער ווערט פארוואנדלט אינעם שטארקערער, און אזוי געווינט 'ער', און דאס איז ממש פשט אין די משנה (אבות): אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו! אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!

דעריבער וויל איך זאגן פאר דעם אינגערמאן: דו ברויכסט נישט פילן שלעכט פאר די כפרות! די כפרה האט זיך פונקט אזוי אויפגעסיינט צו דעם סיסטעם פון כל דאלים גבר, ער עסט ווערים, און דו עסט אים!

א גוטן אפעטעיט!
אויף די קאמישע זייט, צו דיין פוינט וועגן די פוד טשעין זעה דעי קליפ פון לואיס סי קעי

View: https://youtu.be/-wRrRWay3lE
 
אבסעלוטלי! כ'האב דאס געוואלט אריינלייגן אין די אריגינאלע תגובה: טאמער שפירסטו אז עסן HUMAN MEAT איז אומ-מאראליש, דאן מסמתא ביסטו פון די "שוואכערע" וועלכן האבן מורא טיף אין אין הארצן פון ווערן אויפגעגעסן
איי דיסעגרי מיט דעם פוינט, די שורש פון רחמנות איז נישט ווייל מהאט מורא אז מגייט עס טון צו מיר, כהאב געמיינט צי זאגן אז די מער רחמנותדיגע זענען יוז'עלי די שוואכערע טיפ
 
לאמיך דא אריינווארפן מיינע 2 סענט:

פאקט: די וועלט האט פון אייביג אן אפערירט אויף א סיסטעם פון "כל דאלים גבר" און ווי ס'שיינט וועט עס ווייטער אזוי אנגיין לעולם ועד.

צום ביישפיל: "ארץ ישראל" איז געווען באזעצט דורך די 7 פעלקער, דאן זענען די אידן געקומען און מקיים געווען דעם "לא תחיה כל נשמה" און אויסגע'הרג'ט די אלע פעלקער אנשים נשים וטף, און זיך זעלבסט פראקלאמירט אלס די Indigenous People.

דאן אפאר הונדערט יאר שפעטער איז געקומען אלכסדר מוקדון און אקופירט ישראל, שפעטער האבן די חשמונאים עס צוריקגעכאפט, דערנאך האבן די רוימער עס אקופירט, דאן די מוסלעמענע, דאן די קרייציגלער, דאן די אטאמאנע אימפעריע, דאן די בריטישע, דאן די ציונים...

אצינד קומען די די פאלעסטינע און שרייען: FREE PALESTINE! מיר זענען די אריגינעלע איינוואוינער פון ס'לאנד, דאגעגן די ציונים פארפירן: מיר זענען די עכטע תושבים פון דעם לאנד, און אני הקטן שטייט פון דער זייט און שפעקוליר: ווער איז דא גערעכט? וועמען'ס זייט האט די מאראלישע אויבערהאנט? מ'רעדט דאך דא פון א לאנד וואס האט געטוישט הענט יעדע פאר יאר...

און באמת איז די זעלבע דילעמע רעלעוואנט כלפי אמעריקע אויכעט: די Indigenous People האבן מסתמא ארויסגעטראסקעט די וועלכע זענען דא געקומען פאר זיי, דאן די בריטישע און שפאנישע קאלאניסטן, דאן די פאראייניגטע שטאטן, נו ברויך מען דאך פארפירן: FREE AMERICA! (מאנכע טוען דאס טאקע).

און לכאורה איז דאס וואר ביי (כמעט) יעדע איינציגסטע לאנד וואס איז נאר פארהאן און האט שוין געטוישט הענט (ליין: קעפ) עטליכע מאל. דאן וויאזוי קענסטו גיין אין טיימס סקווער שרייען "באפריי פאלעסטינע" ווען דו זעלבסט וואוינסט אין א לאנד וואס איז בארויבט געווארן דורך דיינע עלטערן פון די Indigenous People, ביסט דאך ממש אומאראליש!

סא בעסיקלי האסטו 2 אפציעס: 1) טראג דיך אפ פון דעם דאזיגן אומ-מאראלישען וועלט, ווארום דו קענסט (דערווייל) נישט צוריקדרייען היסטאריע 2) מאך שלום מיט'ן מצב אז כך הוא דרכו של עולם: כל דאלים גבר! (ובלע"ז SURVIVAL OF THE FITTEST (קרעדיט: הערבערט ספענסער)), יא! אמת ס'וואלט געווען געשמאקער צו לעבן אין א וועלט פון "וגר זאב עם נמר", אבער די רעאליטעט איז נישט אזוי, און ס'איז אקעי.

גאט האט באשאפן די וועלט אויף א וועג אז דער שטערקערער הרג'ט און עסט אויף דעם שוואכער'ן, דער גרעסערער פיש שלינגט איין דעם קלענערעם. און טאקע אט די נעעבעכדיגע טשיקעלע - אויף וועלכע דו דערבארעמסט זיך אזוי הארציג - האט נארוואס געענדיגט אראפשלינגען א (לעבעדיגע) ווארעם אדער אנדערע שרצים. ס'דא אזא זאך וואס הייסט א FOOD CHAIN און ב"ה מיר זענען גליקליך צו זיין ביים שפיץ (זעה בייגעלייגט בלויז א קליינעם טייל פון די FOOD CHAIN) View attachment 754

און באמת אפילו מיר מענטשן צווישן זיך זענען אויכעט אויסגעשטעלט אויף א וועג פון זעלבסט-פרעזערוואציע, און סעלפישקייט, און מיר הומען'ס וועלן פריאריטיזירן אונזערע אייגענע אינטערעסן בעפאר איינעם אנדערשנ'ס, והיינו טעמא דקאניבאליזם, והיינו טעמא ד'סלעווערי, און באמת וואלט דער שטערקערער מענטש ווירקליך גע'הרג'ט און געגעסן די געבראטענע פלייש פון דעם שוואכערן מענטש (אדער אין א מאדערנע וועלט (וואו מ'וויל נישט זעהן ברוטאליטעט פאר די אויגן, נאר מ'וועט זיך ליבערשט פארהוילן דערפון און זיך איינרעדן אז די בהמה האט נישט קיין יסורים טאמער 'דו' האלטס עס נישט מיט) וואלט געווען אוועילעבל ארגעניק HUMAN MEAT אויף אלע בוטשער פאליצעס!, ווייל אזוי לויטעט דער כלל: כל דאלים גבר! ווער ס'שטערקער געווינט!

נאר וואזשע דען? זענען די שוואכערע - אבער קלוגע - HUMANS אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל וואס הייסט "רעגירונג" נעמליך אלע "שוואכע" מענטשן וועלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן א קאאליציע וואס הייסט "גאווערמענט", און אצינד וועלן זיי ביינאנזאם זיך קענען שטארקן איבער דעם שטארקערן. קומט אויס אז דער כלל פון "כל דאלים גבר" איז נאך פונקט אזוי גילטיג, נאר מ'האט אויפגעטראפן א היכי תמצי וויאזוי דער שוואכערער ווערט פארוואנדלט אינעם שטארקערער, און אזוי געווינט 'ער', און דאס איז ממש פשט אין די משנה (אבות): אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו! אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!

דעריבער וויל איך זאגן פאר דעם אינגערמאן: דו ברויכסט נישט פילן שלעכט פאר די כפרות! די כפרה האט זיך פונקט אזוי אויפגעסיינט צו דעם סיסטעם פון כל דאלים גבר, ער עסט ווערים, און דו עסט אים!

א גוטן אפעטעיט!
און במאמר המוסגר קומט אויס לויט דעם אז די גאנצע באגריף פון "מאראל" איז אן אויסגעטראכטע רעליגיע, באזירט אויף רעלאטיווע אנשויאונגען, צו וועלכע (מיינסטנס) די "שוואכע" זענען גענויגט (מ'ברויך מער מאריך זיין דערין, ועוד חזון למועד)
 
Back
Top