איז די איסור פון פלייש אין די ניין טעג, געבוירן געווארן פון א דיסלעקסיע טעות?

Lio

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 16, 2024
מעסעדזשעס
137
רעאקציע ראטע
601
פונקטן
123
הרב דר. דניאל שפערבער (אן אייניקל פון בראשעווער רב) האט געשריבן א גרויסע פרק דערוועגן, אין זיין ספר מנהגי ישראל, וואו ער איז מוכיח אז די פארבאטענע פלייש אין די ניין טעג איז פשוט א תוצאה פון א טעות.
ס'דא א ברייתא וואס ווייזט קלאר אז מ'האט געגעסן פלייש און געטרינקען וויין אפילו ערב תשעה באב! אין די צייטן פון די תנאים

ס'פשוט געשעהן א דיסלעקסיע צווישן א ח' און אן ע' -
פונקט ווי היינטיגע צייטן קענען אשכנזים נישט ריכטיג ארויסזאגן די קלאנג פון אן ע'
און ס'דא אסך מענטשן וואס קענען נישט ארויסזאגן א ח' (נישט נאר די אונגארישע)

די ארגינעלע טעקסט - די מקור פון אזא געדאנק אז מ'זאל נישט עסן פלייש אין די ניין טעג, איז פון די תקופת הגאונים, און דארטן רעדט מען נאר וועגן טרינקען וויין. אין שפעטערע נוסחאות איז געווארן צוגעלייגט פלייש.
נאך שפעטער האבן די אשכנזים צוגעלייגט, אז נישט נאר די וואך פון תשעה באב דארף מען פארמיידן פלייש און וויין, נאר מ'זאל שוין אנהייבן פון ראש חודש אב.

וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט אזא אפענע סתירה?
האט רב שפערבער דערויף א לאנגע פרק, ווי ער טענה'ט קלאר אז די גאנצע זאך איז באזירט אויף א טעות צווישן א ח' און אן ע'

האסט שוין זיכער געהערט די אויסדריק:
ס'ווענדט זיך וואו די חמר שטייט איין... אדער: מ'דארף וויסן וואו די חמר שטייט איין...
פון וואו שטאמט עס? ווייל ווען מ'לערנט גמרא, שטויסט מען זיך אן אין די ווארט חמר, וואס אמאל מיינט עס אן אייזל (אויף אראמיש), און אמאל מיינט עס וויין. און נאר לויט די קאנטעקסט קענען מיר וויסן אויב מ'רעדט פון אן אייזל אדער פון וויין.

ערקלערט רב שפערבער:
די ארגינעלע טעקסט האט נישט גערעדט בכלל וועגן וויין וואס איז "חמר" (אין אראמיש)
נאר ס'האט גערעדט וועגן וואל: "עמר" (אויף אראמיש)
מ'שפינדט נישט קיין וואלענע קלייד, אין די וואך פון ת''ב
ד.מ. מ'נייט נישט קיין נייע קליידער אין די וואך פון תשעה באב

https://simania.co.il/searchBooks.php?searchType=tabAll&query=מנהגי+ישראל+/+דניאל+שפרבר

און היינט איז מען פארנומען מאכן מילכיגע קאמפעטישנס לכבוד די ניין טעג...

א דאנק @שעפטאל פאר'ן מיר אינספירירן מיטצוטיילן דאס מיט'ן עולם - מיט דיין שנירל:
 
לעצט רעדאגירט:
א חבר האט מיר יעצט מעורר געווען אז אסך אידישע ביזנעסער וואלטן געגאנגען לאיבוד ווען נישט דעי טעות...
 
Back
Top