איז קדם גרעיפ דזשוס א מענאפעלי?‎

ציצית קניפער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 9, 2026
מעסעדזשעס
53
רעאקציע ראטע
293
פונקטן
53
כיודוע האט קדם די מאנאפאלי אין די אמעריקאנע גרעיפ דזשוס מארקעט.
זענען זיי לעצטנס ארויס מיט א מסע הסברה מיט זייער סעילסמען יוסי בראך, צו בארואיגן די מצב.

פיין, האט ער לעצטנס אויף זיין בין פארן פאדקעסט כאילו אזוי נישט מיר נישט דיר גערעדט פון די נושא, כדי עס זאל נישט אויסזען ווי א באצאלטע אפ-עד.
ער רעדט דארט מאסן שקרים און ער געזלייט דעם עולם כאילו אונז זעמיר דער פראבלעם,

ער איז א געפערליכער שקרן און געזלייטער, אז איך האב מיך פארעקלט פון עם.
איז לאמיר דא אויסרעכענען די שקרים.

שקר 1. עס איז נישטא אזא זאך ווי א מאנאפאלי.

שקר 2. קדם איז נישט קיין מאנאפאלי (איך האב געמיינט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי מאנאפאלי?) ווייל מען קען קויפן גאולה אדער הדר. אבער ער זאגט נישט אז גאולה און הדר איז די זעלבע קדם גרעיפ דזשוס נאר מיט א אנדערע סטיקער.

שקר 3. קדם בעט אסאך געלט פאר זייער גרעיפ דזשוס ווייל זיי האבן נעבעך נישט קיין ברירה, טאמער וואלט זיי געבעטן ביליגער, וואלט געגאנגען מכות און דער עולם וואלט זיך גע'הארגעט איבער די גרעיפ דזשוס, ממילא אז מען מאכט עס טייער, רייסט מען זיך נישט איבער דעם (ממש לשם שמים).

שקר 4. ער זאגט נישט אז ער ווערט באצאלט פון קדם, ער לייגט עס אראפ ווי כאילו ער איז עפעס א תמימות'דיגער הוגה דעות.

ביי מיר האט דער בראך פארלוירן זיין גאנצע קרעדיביליטי, עס גייט מיך נישט אן וויפיל פענסי ווערטער ער לייגט אריין אין זיין פאדקעסט, סאררי ביסט א באצאלטער שקרן, און שטעלסט א פנים ווי א רענדאם פאדקעסטער, עס איז מיר שוין נישט אינטערעסאנט וואס דו האסט צו זאגן.

עניוועי, גיי מיר ווייטער טרינקען קדם-מאנאפעלי גרעיפ דשוס ווייל ס'פשוט נישטא קיין צווייטע קאמפעני.
 
יוסי ארבעט פאר זיי אפיציעל א גאנץ יאר? אדער עס קומט יעצט אויס אזוי פון דעם וואס ער נעמט זיך אן פאר זיי?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כיודוע האט קדם די מענאפעלי און די אמעריקאנע גרעיפ דזשוס מארקעט.
זענען זיי לעצטנס ארויס מיט א מסע הסברה מיט זייער סעילסמען יוסי בראך, זאל בארואיגן די מצב.
פיין האט ער לעצטנס אויף זיין בין פארן פאדקעסט כאילו אזוי נישט מיר נישט דיר גערעדט פון די נושא, כדי עס זאל נישט אויסזען ווי א באצאלטע אפ-עד.
ער רעדט דארט מאסן שקרים און ער געזלייט די עולם כאילו אונז זעמיר דער פראבלעם, דער איז א געפערליכער שקרן און געזלייטער, אז איך האב מיך פארעקלט פון עם.
איז לאמיר דא אויסרעכענען די שקרים.

שקר 1. עס איז נישטא אזא זאך ווי א מאנאפאלי.

שקר 2. קדם איז נישט קיין מאנאפאלי (איך האב געמיינט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי מאנאפאלי?) ווייל מען קען קויפן גאולה אדער הדר. אבער ער זאגט נישט אז גאולה און הדר איז די זעלבע קדם גרעיפ דזשוס נאר מיט א אנדערע סטיקער.

שקר 3. קדם בעט אסאך געלט פאר זייער גרעיפ דזשוס ווייל זיי האבן נעבעך נישט קיין ברירה, טאמער וואלט זיי געבעטן ביליגער, וואלט געגאנגען מכות און דער עולם וואלט זיך געהארגעט איבער די גרעיפ דזשוס מילא אז מען מאכט עס טייער, רייסט מען זיך נישט איבער דעים (ממש לשם שמים).

שקר 4. ער זאגט נישט אז ער ווערט באצאלט פון קדם, ער לייגט עס אראפ ווי כאילו ער איז עפעס א תמימותדיגע הוגה דעות.

ביי מיר האט דעי בראך פארלוירן זיין גאנצע קרעדיביליטי, עס גייט מיך נישט אן וויפיל פענסי ווערטער ער לייגט אריין אין זיין פאדקעסט, סאררי ביסט א באצאלטער שקרן, און שטעלסט א פנים ווי א רענדאם פאדקעסטער, עס איז מיר שוין נישט אינטערעסאנט וואס די האסט צי זאגן.

עניוועי, גיי מיר ווייטער טרינקען קדם-מענאפעלי גרעיפ דשוס ווייל ספשוט נישטא קיין צווייטע קאמפעני.
די ווייסט אז ער ארבעט פאר זיי (אויב יא, ווי אזוי?) אדער ס'איז משמע פון זיין רעטאריק?
 
ביי די וועי, פלעינע גרעיפ דזשוס ברויך נישט קיין הכשר בכלל ווייל ס'איז 100% דזשוס. און וועגן די חשש פון סתם יינם איז אויך נישטא ווייל ס'איז מבושל.
מ'קען רואיגערהייט קויפן ביליגערע גרעיפדזשוס אן א הכשר און קידוש מאכן דערויף.
שוין די העכסטע צייט מיר פשוטע מענטשן זאלן מאניפולירן קדם
 
למעשה האט ער די בעסטע גרעיפ דשאוס....
 
למעשה האט ער די בעסטע גרעיפ דשאוס....
אמת
אבער גרדא א שוואכע ראי‘ ווייל ער האט ארויסגעשטעלט אלע קאמפעטישענס מיט שטארקייט און געלט פלוס
און געמאכט זיכער אז קיינער זאל נישט פראבירן אריינצוקומען און אינוועסטירן אין דעם
 
יא. פון זיין יו טוב און סטעטוס
א ריזיגע חידוש אז ער שעמט זיך נישט דעמאלט זיך אנצונעמען פאר זיי
סתם חוזק געמאכט
חוץ פאר די וואס ווייסן נישט אז ער ארבעט דארט
 
דרייט סתם די ביצים, אדער בעסער געזאגט, קניפט סתם די ציצית.

ער מאכט עדס פאר זיי אדער ער ארבעט טאקע פאר זיי? ס'איז א גרויסע חילוק.
 
דרייט סתם די ביצים, אדער בעסער געזאגט, קניפט סתם די ציצית.

ער מאכט עדס פאר זיי אדער ער ארבעט טאקע פאר זיי? ס'איז א גרויסע חילוק.
ער מישט נישט קיין וויין פאר זיי, אבער זיי צאלן אים צו קומען טרינקען און שמעקן וויין אין קאליפארניע.
 
ער מישט נישט קיין וויין פאר זיי, אבער זיי צאלן אים צו קומען טרינקען און שמעקן וויין אין קאליפארניע.
דאס איז א לעצטיגע זאך. ווען איז די אויבנדערמאנטע פאדקעסט ארויסגעקומען?
 
אהא דעמאָלט וואלט ער טאקע אלס עטישקייט געדארפט זאגן אז ער באקומט באצאלט פון זיי.

איך האב שוין אבער געזען גרעסערע עוולות אין מיין לעבן. Who cares
 
סאיז גראדע דא קאמפיטאשען פאר ווער עס וויל זיין נישט קויפן,אבער פאר טייערער געלט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
האסט שוין פרובירט אנדערע גרעיפ זשוס צו קענען זאגן אז זייערס איז די בעסטע?
כמעט נישטא וואס צו פראבירן, אבער פראבירט הדר סאיז נישט קיין דמיון, און לויפערס איז דאפלט די פרייז
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כמעט נישטא וואס צו פראבירן, אבער פראבירט הדר סאיז נישט קיין דמיון, און לויפערס איז דאפלט די פרייז
לויפער האט געהעריגע גרעיפ דזשוס אדער נאר די קאבארנעיט סאוויניאן און סייעגאו?

די קאבארנעיט איז גאר גיט. ס'איז א שמאלע פלאש און ס'גייט פאר בערך $6.50. ס'איז מסתם צו טייער פאר א גרעסערע משפחה, יתכן ס'איז ביליגער ביי די קעיס.
 
Back
Top