איז עס ווערד צו לעבן?

צדיק הדור

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2024
מעסעדזשעס
103
רעאקציע ראטע
202
פאר א געוויסע סיבה, האב איך מיך געטראפן גוגלען די פאלגנדע ווערטער אויף מיין קאמפיוטער סקרין לעצטנס:

how to commit suicide and make it look as if you died from natural causes

אנשטאט דער אורים ותומים זאל מיר ארויסשפייען א ליסטע פון הילפבארע לינקס, האט ער מיר ארויפגעברענגט א מעסעדזש:

HELP IS AVAILABLE speak with someone today! Call 988 suiside and crisis lifeline.

בסדר, אז נישט איז נישט. וועל איך מוזן זוכן אויפן טינקעלע געוועב.

איך האב מחליט געווען, ווייסטע וואס? לאמיר געבן א רוף. פאלגענד איז די שמועס וואס איז פארגעקומען, איבערגעטייטשט אויף אידיש.

איך קלינג אן:

היי, מיי נעים איז מערי, זענט איז אין א באלדיגע סכנה פון זיך נעמען די לעבן?

צדיק הדור: ניין, בכלל נישט. אבער ליסן, עס קען זיין אז עווענטועל וועל איך אנקומען אהין.

מערי: וואס גייט פאר? איז עפעס שלעכט אין אייער לעבן?

צדיק: הער, גראדע יעצט אויפן מינוט האב איך גאנץ א גוטע טאג, אבער העי, ס'דא טעג וואס גייען נישט אזוי גוט.

מערי: אקעי, אבער איז די גוטע טעג מער ווי די נישט גוטע?

צדיק: ניין! די שלעכטע טעג זענען מער.

מערי: מען דארף פאוקעסן אויף די העפי פארטס פון לייף, מען דארף געבן מינינג פאר לייף.

צדיק: הער אויס, איך בין אן אטעאיסט, איך גלייב נישט אז לעבן איז באשאפן געווארן דורך א גאט מיט א פערפעס, סאו וואספארא מינינג האט לעבן פונקטליך?

מערי: לייף איז וועליועבעל! אויב נעמסטו זיך די לעבן וועלן אסאך חברה אין דיין לעבן קלאגן נאך דיר.

צדיק: גייט מיר אן א לינקע פאה, נאך איך שטארב, איז פינישט. איך גלייב נישט אין עפטער לייף, און איך גלייב נישט אז מיין זעל וועט אראפקוקן און זען ווי אלע קלאגן אויף מיר און האבן צער דערפון. פארוואס איז מיין לעבן מער ווערט ווי די לעבן פון א קאקארויטש? בולשיט! די קאקארויטשעס וויינען אויך ווען זייער נאנטע ווערט גע'הרג'עט. האסטו זיך אמאל צוריקגעהאלטן פון טויטן א מוריטשקע? פופס, א קויל אין קאפ, און געים אווער.

מערי: אה מיי גאד, דאונט טאלק לייק דעט. לייף קען זיין אזוי געשמאק און מינונגפול.

צדיק: און אויב מיין לעבן העפענס טו בי פול מיט צער? די שלעכטס וועגט איבער די גוטס, דאן פארוואס נישט? פארוואס סתם סטראגלען פאר גארנישט? קענסט מיר זאגן איין גוטע סיבה צו שפילן די געים ווייטער? איך ארבעט שווער פון צופרי ביז ביינאכט צו דעקן רענט פון מיין קליינע צוקוועטשטע דירה. צער גידול בנים, שפעטער צער חתונה מאכן, קרענק מיט ווירוסעס. און צום סוף שטארבן מיר אלע עניוועי. איך מיין אז דער וואס האט א שווערן לעבן און קאמיט סועסייד איז פשוט מער געריבן ווי אונז אלע. ער האט די גאטס צו טון וואס איז גוט פאר אים. כ'מיין, וואס טוסטו דען אזוי וויכטיג מיט דיין לעבן? שטייסט ביי א טעלעפאון מן הבוקר ועד הערב און דו רעדסט צו מענטשן?

מערי:... אה .... (שטילקייט)

צדיק: מערי, עם איי גיווינג יו סועסיידל מחשבות...?

מערי: לעט מי פאווערד יו טו מיי סופערווייזער. לעט מי פוט יו אן א בריף האלד.

מערי לייגט מיר ארויף אויף האלד, איך הער א שיינע ניגון שפילט פאר עטליכע מינוט, און דאן איז די ליין געווארן דיסקאנעקטעד.
 
אז די לעבן איז דיך נישט ווערט ווייל די שווערע טעג איז מער ווי די גוטע, האסט אפגעמאכט אז די לעבן איז דיר מער נישט ווערד בראווא!! יעצט קענסטו לעבן ראיג אין צופרידן מיט דיין שלעכט לעבן האסט דאך שוין אויפגעגעבן אויפ’ן לעבן... געגענגען...
 
הייב אן גלייבן אז גאט האט דיר באשאפן מיט א פערפעס, וועט דיר אלעס גיין בעסער, אפילו די שוועריגקייטן! סימפל עז דעט....

אז איינער גלייבט נישט, קענסטו אים נישט סתם זאגט, מיסטער, העי! הייב אן צו גלייבן!

אז יא, דאן האב איך א בעסערע מהלך, ער קען אנפאנגען צו גלייבן אז ער איז די קייזער פון רוים, און היידא! ער האט א גוט לעבן!!!
 
א אומדערהערטע חוצפה

דו רופסט פאר הילף אנשטאט ראטעווען טוהט צו דיך הענגען

זעט אויס אז זיי האבן מיר נישט געהאט קיין גוטע תשובה מיר צו ענטפערן.

אז דאס לעבן איז דיר נישט ווערד ווייל די שווערע טעג איז מער ווי די גוטע, האסט אפגעמאכט אז דאס לעבן איז דיר מער נישט ווערד, בראווא!! יעצט קענסטו לעבן רואיג און צופרידן מיט דיין שלעכט לעבן, האסט דאך שוין אויפגעגעבן אויפ’ן לעבן... געגאנגען...

איך כאפ נישט דיין הגיון דא. אז עפעס איז דיר נישט ווערד, דאן קויפסטו עס נישט. פארוואס? ווייל דו דארפסט עס נישט, עס איז דיר נישט ווערד.

אז לעבן איז נישט ווערד, דאן פארוואס עס ווייטער האבן?
 
אז יא, דאן האב איך א בעסערע מהלך, ער קען אנפאנגען צו גלייבן אז ער איז די קייזער פון רוים, און היידא! ער האט א גוט לעבן!!!
ס׳נישט אפגעפרעגט, איך האב א חבר א דיפרעסטער מאז ומקדם, זייט ער האט גענימען די געווירצען גייט עם גוט די לעבען, יא זיין ווייב האט עם אפגעלאזט און ציגענימען די קינדער, ער שלאפט אין קאר, האט נישט קיין נערמאלע דזשאב אבער למעשה האט ער א גיטע לעבן.
 
ס׳נישט אפגעפרעגט, איך האב א חבר א דיפרעסטער מאז ומקדם, זייט ער האט גענימען די געווירצען גייט עם גוט די לעבען, יא זיין ווייב האט עם אפגעלאזט און ציגענימען די קינדער, ער שלאפט אין קאר, האט נישט קיין נערמאלע דזשאב אבער למעשה האט ער א גיטע לעבן.

השותים ויוצאים מדעתם.

ווען עס איז ווען א פערמענאנטע מהלך איז איין זאך, אבער מען דארף נעמען כסדר מער און מער ביז מען נעמט צופיל ה"י.
 
געווירצן מיינט וויד
אבער טרינקן איז בבחינת והשתיה כדת אין אונס - אויב מ'טרינקט קען דיך קיינער מער נישט צווינגען

(@שמן למאור לאמיר זיך אויסטענהן אין אייוואסקא שנירל, און בעיקר אין אישי)
No secrets in public שעפטי ווילסט דיך אויסטענהן זאל יעדער מיטהאלטן...
 
אז איינער גלייבט נישט, קענסטו אים נישט סתם זאגט, מיסטער, העי! הייב אן צו גלייבן!

אז יא, דאן האב איך א בעסערע מהלך, ער קען אנפאנגען צו גלייבן אז ער איז די קייזער פון רוים, און היידא! ער האט א גוט לעבן!!!
ס'קומט מיר גאנץ איראניש ווי גוט דו האסט צוגעטראפן.
רוב מענטשן זענען צופרידן מיט זייער לעבן ווייל זיין רעדן זיך עפעס איין.
קענסט נעמען סיי וועלכע מענטש מיט זיין פאזיציע און ראנג אין לעבן, און עס צענעמען אויף קליין געלט ביז ס'בלייבט דערפון שטויב.

די קונץ איז צו קענען טרעפן דעם איינרעדעניש וואס ציעט דיך דאס מערסטע און דארט לייגן די כוחות.
 
יא יא, כ'וויל איהם דערציילן מיין פערזענדליכע עקספיריענס אין אישי

מיין אישי איז אפן. קענסט פארציילן וואס דו ווילסט. אבער כ'קען מענטשן וואס האבן געטרינקען און דאך האט מען זיי באצווינגען.

זעט אויס זיי האבן נישט געהערט פון דיין שיינע פשעטל.
 
ס'קומט מיר גאנץ איראניש ווי גוט דו האסט צוגעטראפן.
רוב מענטשן זענען צופרידן מיט זייער לעבן ווייל זיין רעדן זיך עפעס איין.
קענסט נעמען סיי וועלכע מענטש מיט זיין פאזיציע און ראנג אין לעבן, און עס צענעמען אויף קליין געלט ביז ס'בלייבט דערפון שטויב.

די קונץ איז צו קענען טרעפן דעם איינרעדעניש וואס ציעט דיך דאס מערסטע און דארט לייגן די כוחות.
יאפ, כ'האב פונקט לעצטנס גערעדט מיט א חבר מיינער וועגן עפעס א געזונטהייט משוגעת וואס זיין ווייב האט, האב איך איהם אנגעווארנט אז ער זאל זיך נישט דערוואגן איר אויפצוקלערן דערפון ווייל דו ווייסט נישט מיט וואסערע משוגעת זי גייט עס ערזעצן. אז די יעצטיגע משוגעת שטערט דיך נישט לאז געמאכט.
 
לעצט רעדאגירט:
ווי כ׳האב דא געשריבן, האט דער פראצויזישער עקזיסטענשעליסט פילאזאף אַלבּערט קאמוס, וועלכער האט אויך נישט געגלייבט אין ג-ט והשארת הנפש, אויך געפרעגט די גענויע זעלבע שאלה. ועכ״כ אז ער האט גע׳טענה׳ט אז אטע דאס איז די עיקר שאלה פון פילאזאפיע מיט׳ן ה׳ הידוע: זאל זיך דער מענטש נעמען דאס לעבן (אנערקענעדיג אז עס איז מיינונגסלאז וכו׳)? ער טוהט אויף אז ניין, שיטת נייהיליזם און דאס אז דאס וועלט און דאס לעבן איז מלא צער און איז אַבּסורד, באדייט נישט אז דער מענטש זאל זיך נעמען דאס לעבן. ער איז דאס מדמה צו דעם מיתוס פון סיסיפוס, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן דורך די געטער ארויפצושטופן א ריזן שווערן שטיין ארויף א ריזן בארג, וואס קוילערט זיך דערנאך אראפ, און ער דארף ווידער דאס אָנהויבן פון פריש. און אזוי דארף ער טוהן לעולם ועד. אבער דאך, טענה׳ט קאמוס, קען מען זיך פארשטעלן ווי סיסיפוס איז צופרידן און טרעפט סיפוק אין טוהן די אַבּסורדע טעסק שהיא מלא רק צער ויגיעה.
IMG_8014.jpeg

וה״ה לגבי דאס לעבן בכלליות: הגם עס איז באמת אַבּסורד, גענצליך מיינונגסלאז (פון אַן אבּיעקטיוון בליק), ומלא צער (הגם לכאורה ווייניגער ווי ביי סיסיפוס), קען דער מענטש דאך טרעפן סיפוק און צופרידענהייט בתוך די אַבּסורדיטי, און טאקע דורכ׳ן אנערקענען אז עס איז אַבּסורד און מיינונגסלאז. ועכ״כ, אז דאס וואס ער אנערקענט אין דעם און זוכט צו מאכן זיין אייגענע (סאָבּיעקטיווע) סיפוק אין דעם (כמו סיסיפוס), איז א ״מרידה״ קעגן די אַבּסורדיטי של היקום, און דאס אליינס איז ווייטער א מקור פון סיפוק החיים.

ועיין כאן.
 
בעצם איז נישטא קיין סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן (ממבט אטעאיסט/נייהיליסט).
דאס אז סאסייעטי איז אויסגעשפראכן דערקעגן שטאמט סיי פון עוואלוציע - דאס אז סורווייוועביליטי איז גובר, און פסיכאלאגיש - ווייל מענטשן ווילן נישט פעיסן די אינערליכע נייהיליסטישע חלקים.

פון א ברייטערע בליק אבער, איז יתכן אז די לעבן האט יא א טיפערע באדייט אויף וואס מיר/סייענס זענען נאכנישט דערגאנגען, וואס אויב נעמען מיר זיך דאס לעבן (בפרט די קליגערע בתוכנו - וואס זענען מער נוטה צו ניהיליזם) דערשטיקן מיר בידים די שאנסן עס צו דערגיין בעתיד, משא"כ אויב האלטן מיר זיך ביים לעבן געבן מיר מער דעם שאנס..

אולי.
 
טייערע צדיק הדור.
פאלגענד איז א לענגערע געשרייבעכטס וועלכע איך האב ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל (אונטערן ניק "דיכטער"), נאך אין די גוטע צייטן.
____________________________________________________
דאס לעבן איז שווער, עס איז נישט גרינג. עס איז פיל מיט מיטשענישן און אנטוישונגען, פארפלייצט מיט שטרויכלונגען און דורכפעלער, רינט איבער פון פיל פלאג און מי.

מיר, עקזיסטירענדע וועלט בירגער זענען דאך לעבעדיגע עדות דערצו. יעדן טאג פון פריש פאנגען מיר אן אונזערע שווערע ארבעט, מיר ווערן איבערגעשטרענגט פיזיש און איבערהויפט גייסטיש פון אלע אונזערע טעגליכע אויפגאבעס און נאכאנאנדע פאראנטווארטליכקייטן. מיר יאגן נישט נאך דעם טאג און דערגרייכן נישט דער נאכט, מיר קומען נישט נאך אונזערע פארלאנגען און קענען נישט ערפילן אונזערע געברויכן.

טאמער קענט איר זיך נישט אידענטיפיצירן מיט דעם אויבנדערמאנטע פאראגראף דאן זייט צו וויסן דאס איז זענט פון די ווייניגער, פון די מיאריטעט וואס טרעפט זיך, אויף עפעס אן אופן, א וועג אדורך דעם שטראז.

דער מערהייט ווערט אויסגעקוועטשט, צוזאמגעדרוקט און אויסגעפרעסט. קיין געלט קיין ליבע קיין ליכטיגס און קיין גענאד.
מיר ווערן געבוירן נאקעט, ליידיג און אומבאהאלפן, לעבן זיך צאם א לעבן פון זארג, פיין און לייד און נידערן אין גרוב לער, ארעם און מאכטלאז.
אלזא פרעגט זיך די שווערע שאלה טייערע חברים, צו לוינט זיך דען דאס לעבן צו לעבן? איז דען ווערד צו זיין עקזיסטירענד?

• פאר די פארמינוטיגע שעות קורות רוח וואס קומט באגלייט מיט וואכן פון פלאג.
• ‏פאר די עטליכע מאמענטן פון הויכע גוסטע וואס קומען פארשלייערט מיט שיכטן פון אייז.
• ‏פאר די קורצע סקונדעס שפיזיגע הויכפונקטן אין געשלעכט-פארבינדונג וועלכע באווייזן דעם מענטש צו פאר'שיכורן און דאן לאזן איהם הונגערן צום טויט.
• ‏פאר די גייסט וואס לעכעצט און דער קערפער וואס פוילט.
• פאר די נישטיגע פארגעניגן וואס קומט נאך פיל קווענקלענישן און גרויסע זארגן.

צו וואס?

יעדער געזעלשאפט, קאלטור און פאלק האט זיך געמיטשעט מיט דעם פראבלעם אויף איין וועג אדער אויפן אנדערן, אבער אלע האבן זיך געזען דערין.
אין א פארזוך צו ענטפערן דעם פראבלעם, האבן זיך געשאפט דורכאויס די היסטאריע, פילע וועגן און מעטאדן וויאזוי דאס צו לעזן אדער אימווייניגסטס מינדערן דאס מערסטע מעגליך.

די אלע מהלכים און מעטאדן וויאזוי בייצוקומען דער פראבלעם, קענען צוטיילט ווערן אויף עטליכע קאטעגאריעס, ווי פאלגענד:

• דער ערשטע איז רעליגיע, דאס איז דער אמונה אז אונז זענען א טייל פון א גרעסערע פלאן, גרעסער און וויכטיגער פון וואס אונזערע פארשטאנד קען דערגיין. איינע פון די שטערקסטע פונדאמענטן אין כמעט יעדער רעליגיע איז אז די אלע פיין וואס מיר ליידן זיך צוזאם אויף דעם וועלט איז נישט אימזיסט און מיר ווערן ערליכערהייט באצאלט אויף אונזערע מעשים און יעדער צרה וואס מען האט איז אויסגערעכענט ביזן לעצטן איינצעלהייט.

• דער צווייטע איז חכמה, דאס איז לערענען און טראכטן, דענקען און דערגרינטעווען, אנאליזירן און פארשטיין דער וועלט אין וועלכע מיר האבן זיך געטראפן וואוינען און דערמיט פרובירן צו דערגיין אירע געהיימניסן. די חכמים און טיף-טראכטער סטימולירן זייערע קאפ מיט טיפע פשעטלעך און האלטן זיך פארנומען מיט שווערע חשבונות וועלכע טראגן זיי אוועק ווייט פונעם פיזישן וועזן.

• דער דריטע איז מאטעריאל און דאס איז איינפאך שלום מאכן מיטן מצב. אין דעם וועלט לעבן מיר, לאמיר טון און זיך באקוועם מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך. אין דעם קען ווערן אריין גערעכענט טעכנאלאגיע וועלכע קומט מיט אן הצעה, מיר אלע זענען דא פארשפארט פאר א צאל יארן, לאמיר אפיר נעמען אלע אונזערע מעגליכקייטן און זען ווי אזוי מיר קענען זיך באקוועם מאכן דאס מאקסימום וואס איז מעגליך און פרובירן צו פירן א רעגלמעסיג, גוטע לעבן.

• דער פערטע איז פסיכאלאגיע, דאס איז אנאליזירן דער געדענקענגאג פונעם מח. וואס מאכט דעם מענטש טראכטן אזוי צו אזוי, וואס ברענגט איהם צו שפירן א געוויסע געפיל און וואס ליגט אונטער זיינע אקטן און טאהטן. פסיכאלאגיע פרוביט צו אנאליזירן און דערגיין די אלע פראגעס און מיט די אינפארמאציע וויל זי פירן די געדאנקען און די באוואוסטזיין אויף רואיגע רעלסן.

• דער פונפטע איז איינפאך אנטלויפן. לויפן ווי ווייט דער זעל קען נאר, נוצנדיג סיי וועלכע שוץ ברעט עס ליגט נאר ליידיג, צו זאל דאס זיין טרינקען, רייכערן, זיך אנוועפן, זיך אויפהייבן אין די לופטן און שוועבן העכער אלע דאגות און טרדות. אין דעם גייען אריין אלע ערליי עדיקציעס און אנגעהאנגענקייטן אין וועלכע מענטשן פאלן אריין וואס איז אומשטאנד זיי אוועק צו פירן פון וואו זיי זענען און מאכן פילן גוט און רייך, דערהויבן און אנגעפילט.

הצד השוה שבהם אז דאס זענען אלע מעטאדן וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן זעלבן פראבלעם אין וועלכע יעדער איינציגע האמאסעפיאן טרעפט זיך נאכן לאנדען זיינע פיס אויפן קאלטן ערד קוגל.

דער ארטיקל איז פארעפענטליכט געווארן אויף קאווע שטיבל אין דעם פאלגענדן לינק:
איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן? - קאווע שטיבל
 
לייענענדיג דאס בוכ'ל פונעם בארומטן פסיכאלאג און ערפינדער פון לאגאטעראפי, דאקטאר וויקטאר פראנקעל. האב איך אויפגעמערקט אן אינטערעסאנטע ערשיינונג.

מיר ווערן ערצויגן, פונעם פריסטן יוגנט, אויף די שויס פון שטרענגע רעליגיע און אפגעהיטנקייט. רעליגיע איז א מעכאניזם צו געבן דעם מענטש באדייט אין א באדייטלאזע וועלט. די פראבלעם איז אבער אז ווען דער מענטש ווערט עלטער און זעט איין אז דאס איז בלויז א שפיל, ווערט ער זייער צעטראגן. ס'הייסט מען האט מיך אויסגענארט אלע יארן? נישט דא קיין גן עדן? גיהנום? יצר טוב? יצר הרע? ווייסע מלאכים? שווארצע מלאכים? אלס איז בלויזע פאנטאזיעס?... דאן גייט ער אריבער א פאזע פון ליידיגקייט. דאס גאנצע באדייט צו זיין לעבן האט ער געלייגט בלויז דערויף אז די רעליגיע פון זיין יוגנט איז וואר און יעצט אז עס שיינט צו זיין נישט ריכטיג, דאן למה לי חיים?.

דאן אבער, הייבט זיך אן א פרישע פאזע (פארשטייט זיך טאמער דער מענטש האט איבערגעלעבט דאס ערשטן...) רעליגיע, ווי יעדער אנדערע סאציאלע קאנסטראקט, איז געמאכט געווארן צו באדינען דעם מענטש. עס מוז נישט זיין אמת אויף איהם צו באדינען. פונקט אזוי ווי געלט האט נאר א ווערד ווייל דאס מענטשהייט האט באשלאסן עס צו האלטן טייער און קיינער גייט נישט זאגן אז דאס איז הוילע לאקשן, ווייל דאן צעווארפסטו דער ציל וואס עס דינט, אויף דעם זעלבן שטייגער ארבעט רעליגיע און טאמער ארבעט עס נישט פאר דיך, דאן גיי זוך אן אנדערע באדייט.

וויבאלט מיר זענען אויפגעצויגן געווארן אין א רעליגיע און נאך דערצי אין אזא שטרענגע פארעם, האבן מיר נישט געהאט דער געלעגענהייט צו גיין טרעפן באדייט אין אונזער לעבן אינדרויסן פון די ראמען פון רעליגיע. דאס אבער דינט צו אונזערע שלעכטס ווען מיר טרעפן זיך אויפן עלטער, זוכן מיט ליכט עפעס וואס זאל געבן באדייט פאר אונזערע עקזיסטענס. אנדערש איז אבער מיט אזעלכע וואס ווערן פון אנהויב ערצויגן אין א סעקולערע סטרוקטור, זיי פארלאזן זיך נישט מלכתחילה אויף רעליגיע פאר באדייט און זוכן עס גלייך ערגעץ אנדערש.
 
Back
Top