- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 431
- רעאקציע ראטע
- 1,377
די קעפל פון דעם אשכול פרעגט צו "איז עס ווערד צו לעבן?", וואס ברענגט צו א שטערקערע שאלה, דהיינו, איז עס ווערד צו שטארבן?
ווען מ'רעדט פון לעבן vs שטארבן, איז נישט שייך פרעגען "ווערד", ווייל א זאך וואס איז נישט איז נישטא קיין ווערד, און און זאך וואס איז יא האט אייביג א ווערד. איך פארשטיי אבער פון די גאנצע שקלא וטריא, אז דא איז יא א לעבן vs טויט פארמעסט, ווייל די מדובר איז די טרענספער פון לעבן צום טויט, דהיינו צו ס'לוינט זיך צו מאכן אזא שריט. אויב אזוי דארף די "ווערד" מעסטער אפמעסטן סיי לעבן און סיי שטארבן. און מען דארף אויך פליפן די שאלה. איז דא א ווערד אין שטארבן? ווייל אויב נישט, וואס איז די דיאלאג.
די זעלבע וועט זיין נוגע צום ווערד פון לעבן אליינס. די שאלה איז נישט צו מ'זאל שפרינגען פון דאך צו נישט. אויב ס'איז א שאלה און ווערד פון לעבן אליינס דארף מען דאס קענען מעסטן אן די אפציע פון שטארבן. אז מ'וועט קודם דורש זיין מה טיבו פון שטארבן און מה טיבו פון לעבן, וועט מען אפשר קענען מעסטן אויף איינמאל וואס איז מער ווערד, שטארבן אדער לעבן.
צו מעסטן די ווערד פון לעבן איז די ערשטע און גרעסטע סוגיא פון בריאה. פון די ערשטע מינוט ביז יעצט איז עס אן אנגייענדיגע מוטשעניש וואס איז למעשה די פאמפ פון לעבן אליינס, דהיינו א מענטש לעבט, ווייל ער לעבט, לעבן וויל לעבן, ווייל לעבן לעבט. איי די שוועריגקייטן, גיי לערן דיך אויס צו פארשטיין לעבן באמת. און דאס איז טאקע די סימן פון לעבן אז מ'פארגעסט קיינמאל נישט פון לעבן און סורווייוועל פון לעבן. קומט אויס אז די מוטשעניש און זיין פארזוך צו לעבן איז די "ווערד" פון לעבן.
אבער די ווערד פון שטארבן איז אסאך אומקלארער. ס'איז נישט אפן פאר אונז צו מעסטן די ווערד פון שטארבן מיט די זעלבע מעסטער פון לעבן, ווייל מ'ווייסט נישט אז מ'שטארבט כדי צו שטארבן. מ'מוטשעט זיך נישט טויטערהייט ווי אזוי צו פארשטיין טויט, און דורך דעם זיין אין טאטש מיט טויטקייט צו פילן טויטקייט. ס'איז א פלאץ פון העדר, עכ"פ קיין איינע פון אונז האבן דאס נאכנישט עקספעריענסט כדי צו קענען מעסטן די ווערד דערפון.
ממילא איז שווער צו צוזאם שטעלן די צוויי ווירדן כדי צו מעסטן וועלכע איז מער ווערד. קומט אויס אדער אדער, אדער מעסט מען זיי צוזאמען, אדער איז די נושא פון ווערד צו לעבן אוממעסטבאר, ווייל ס'איז נישטא קיין ברייטערע בעיסיס מיט וואס צו קאמפערןַ, חוץ אז די אינטענדעד שאלה פון די אשכול איז מה טיבו פון לעבן בכלל, וואס דעמאלטס בלייבט עס א שאלה ווי אזוי איך לעב, ס'האט גארנישט צו טוהן מיט די טראנספער פון טויט, אדער אנטלויפן פונעם ביטערע לעבן צו די זיסע טויט.
וואס מ'קען יא, איז שמועסן און פארשן טויט גופא, עכ"פ עד כמה שידינו מגעת, למשל איז דא בכלל אן אנדערע זייט?, אויב נישט, צו ווי לויפסטו און פארוואס לויפסטו? און אז דו לויפט נישט צו ערגעץ קען זיין אז דו וועסט בלייבן שטעקן מיט די אלטע לויפעריי פאר אייביג דארט ווי ס'האט געהאלטן ביים שטארבן? אויב ס'יא דא אן אנדערע זייט, לויפן דען ביידע מיט די זעלבע טבע? און אויב ס'וועט שפעטער נישט טויגן, האסטו ווי ווייטער צו לויפן פונקט אזוי ווי די לויפסט שוין יעצט? איז די שריט פון שטאַרבן א פערמענאנטע זאך? אויב יא, האט א פערמענאנטע פונקציע א רעלעווענס צו א טעמפארערי פראבלעם און פערמאנענט טויט וועט טאקע פיקסן די טעמפארערי לייף פון יעצט אויף צוריק צו וועגס?

לעצט רעדאגירט: