איז אידישקייט א פראקטיצירונג אדער א שטרעבונג?

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,379
רעאקציע ראטע
10,018
פונקטן
1,943
פארוויילענדיג אין אפאר חב"ד הייזער לעצטנס און טרעפענדיג דארט אלע סארט אידן איז מיר אויסגעקומען אריינצוטראכטן אין די סארטן אידישקייטן וואס זענען פארהאנען.
דארט זעט מען אידן וועלכע קענען זיך שלעפן א האלבע שעה צום דאווענען אבער קיין ווארט קענען זיי נישט ארויסזאגן, זיי וועלן פייערדיג מיטטאנצן און מיטזינגען אבער דאס קאפל האבן זיי בלויז פון דעם שול צוגעשטעלט, ציצית ביי ברוך שאמר און קרי"ש איז אפגערעדט, אזוי אויך מיט אנדערע הלכה'לעך.
געכאפט האב איך דאן אז די תקנה פון הויך שמונה עשרה און די עם שבשדות פענאמען האט נאך א שטארקע באדייט אפי' אין די 21סטע יארהונדערט.

פון די אנדערע זייט שטייען מיר - 'היימישע אידן' - און פארמאגן ב''ה פון אלעם גוטס, פון היכלי התורה ביז כשר'ע צוקער פאר פסח, ארטסקרול סידורים אויסדרוקליך פאר בעלי תשובה - מיר האבן ר' צבי מאיר ניווא אידישקייט.. ברכו אין א סידור איז פאר בחורים געמאכט און אוצר המנהגים איז פאר וואנעבי'ס. דאס עולם איז א געלערענטע פאלק, נישטא קיין אומפערפעקציעס ווען ס'קומט צו די בעסיקס.. מ'דארף קיינע חב"ד שלוחים אונז צו מסביר'ן די וועכענטליכע סדרא..

איך שרייב קורץ, אבער די פוינט איז אז פון איין זייט איז דא א אידישקייט וואס לעכצעט, אידן וואס שטרעבן צו טון זייער בעסטע, ווילן לערנען איבער אידישקייט און דעריאגן נישט די יסודות. פון די אנדערע זייט איז דא א זאטע אנגעלערענטע פאלק, וואס ווייסט שוין צופיל, וואו מוסר באדייט נישט ווייניגער ווי רעדן בין גברא לגברא, ווי הלכות קמיצה איז די איינציגסטע נאוועל חלק אין די תורה פאר זיי. נישט זיי לעכצן נישט זיי שטרעבן, אויב עפעס פארמאגן זיי צופיל..

ס'דערמאנט דאס ווארט פון בעלזא רעביצין תחי': "בחורים, ענדערש קוקט אויף מיר און טראכט פונעם וואנט, ווי איידער קוקן אויפן וואנט און טראכטן פון מיר"..
א אידישקייט וואס איז אומפערפעקט אבער איז מיטן קאפ אין טיפערס (#ח'כמה-ב'ינה-ד'עת) גלאנצט עפעס שענער ווי א פערפעקטע אויסגעביגעלטע אידישקייט ליידיג פון רוחניות'דיג שטרעבונג..

טראכט איך ווייטער, כאפ איך מיר אז ס'איז באמת אלץ אזוי געווען. אין די תורה, אין די צייטן פון די נביאים, די חשמונאים, די אמוראים, און ווען נישט?! אלץ זענען מיר - אלס פאלק - געווען זייער אומפערפעקט. אן עגל, רציחה וניאוף, מתיוונים, עם שבשדות.. אידישקייט איז אנגעבליך געווען מער עליטיסט, פאר די המון עם איז עס געווען אזא שטרעבונג'ס ענדעוואר - ווייניגער א געזעצטע פראקטיק. און אזוי האט עס געדארפט זיין..
ולא עוד. אונזערע זיידעס ביז נישט לאנג צוריק - כשר פלייש, שבת, און מקווה, זענען געווען די נאן-נעגאשעבלס טאקע, אבער מעדיצין מיט אן הכשר, ווער רעדט נאך פון עפל דזשוס מיט אן הכשר - איז געווען א ריינע לוקסוס.. אידישע צייטונגען, אידישע און אפגעטיילטע שולעס אין געוויסע פלעצער, קענען לערנען א שטיקל חוק אליינס, גיין א שטריימל אויפן גאס, האבן א בארד, און אזוי ווייטער און ווייטער, זענען געווען נישט בלויזע חלומות נאר זאגאר זאכן פאר משיח'ס טעג. דאס מיינט, זיי וואלטן זיך ווען אודאי געוואונטשן עס צו האבן, אבער 1. זייערע פריאריטעטן זענען געווען אין אינערליכע ארויפארבייטונג נישט אין מאטעריאליסטישע באקוועמליכקייטן, און 2. אפי' אלס וואונטש איז עס געווען מער בבחינת פארוואס נישט, עס איז נישט געווען קיין מעיק-איט-אר-ברעיק-איט געשעפט - ווי עס איז היינט..

ווי עס שיינט האבן מיר פארלוירן דאס גאנצע סענס פון א אידישקייט וואס 'שטרעבט' צו עפעס העכער, צו עפעס טיפער, צו עפעס מער. מיר האבן אלעס וואס מיר דארפן דעליווערט צום טיר, מיר האבן האטעלן וואו מיר גייען מיטן בד"ץ זיגל, און מיר האבן דעם גאנצן אוצר החכמה כמונח בקופסא ממש.

דאס אז אונזער אידישקייט איז 'גלות אידישקייט' איז פארגעסן געווארן. דאס אז די פעלענדע חלקים זענען נאך אזוי חשוב ווי די עקסעסן באגרייפן מיר בכלל נישט. און דאס אז א האלבע איד וואס פלאגט זיך צו זאגן א קדיש איז גאר מעגליך טייערע ווי דעם כולל אינגערמאן איז ווילד-פרעמד פאר אונז (און אויב נישט איז עס בלויז ווייל ר' שמעון שפיצער האט צום מזל אזוי גע'דרשנ'ט ביים לעצטיגן שמועס).

געוויס דארפן מיר נישט אויפגעבן די גוטע חלקים און די אומבאגרייפליכע פריוויליגיעס און פרומקייטן וואס די מאדערנע וועלט ערמעגליכט אונז. אבער מיר טארן דאס נישט לאזן פארדעקן דעם געדאנק אז אידישקייט איז העכער ווי מאטעריאליסטישע פרומקייטן, עס פארמאגט א שיכט פון ספיריטואליטעט - טיפער ווי סיי וועלכע נר מצוה המצאה אדער קדם פראדוקט, און עס פארלאנגט מער ווי בלויז קענען יורה דעה אויסערווייניג און שרייבן קול קורא'ס, עס פארלאנגט הארץ. און הארץ איז נישט געבינדן צו די סארט רעקל וואס מ'גייט..
 
געוואלט האב איך שרייבן א לענגס און א ברייטס, זיך מסביר זיין ווי ס'דארף צו זיין, און ארויסברענגען סיי די משלים און סיי די היסטארישע קאנטעקסט בעסער.
ווען נישט אבער איך געב א קליק 'שיק' וואלט עס געשימלט אין מיינע ארכיוון ביז ווייסעך ווען.. נו שוין.

כ'וועל מוזן גיין בשיטה אז 'שטרעבן' פאר פערפעקטע ארטיקל איז צומאל בעסער ווי א 'פערפעקטע ליידיגע' בלאט..
 
זייער שטארק.

אפילו היינט, איז אויכעט אידישקייט א שטרעבונג.

ס'שטייט דאך אז אין אדם ניצל מלשון הרע, אבק גזל, און לשון הרע. זעט מען אז דאס גאנצע לעבן איז אזא מתי יגיע מעשי למעשי אבותי...


איינע פון מיינע זאכן וואס שטערט מיר טאקע אין אידישקייט איז טאקע דאס. ווי קען מען פאדערן פון א מענטש זאכן וואס ביזן לעצטן טאג גייט ער נישט זיין אויסגעארבעט אין...

טראכט פון ביטול תורה לדוגמא, ס'נישט מעגליך פארן המון עם נישט עובר צו זיין דערויף
 
איינע פון מיינע זאכן וואס שטערט מיר טאקע אין אידישקייט איז טאקע דאס. ווי קען מען פאדערן פון א מענטש זאכן וואס ביזן לעצטן טאג גייט ער נישט זיין אויסגעארבעט אין...
דאס איז מיין פוינט. די פאדערונגען - און די שטרעבונג, די סטראגעלס, די shortcomings - דאס איז די פיטשער עס איז נישט קיין באג..

מיר ווערן אויפגעהאדעוועט אז אלעס איז און מוז זיין פערפעקט, דער מער פערפעקט דער בעסער. בעת וואס מיר פארזעען סיי די היסטאריע און סיי די פשוטע מציאות אז די ווילן איז אפט אסאך מער שאצבאר ווי די אנגעבליכע ציל..
 
@אלפא זייער א שיינעם געדאנק.

אבער איך מיין אז איבעראל איז דא א פראצענט וואס שטרעבט, און אן אנדערע חלק וואס פראקטיצירט.

אפי' ביינונז קען מען זען אינגע און אפילו עלטערע וואס שטרעבן פאר עפעס העכערס. און די זעלבע פארקערט, ביי די יעניגע איז דא וואס זענען בכלל נישט אינטערעסירט.

איך וואלט געזאגט דער וואס איז אויפגעצויגן ביי א חרדישע משפחה האט צוויי ברירות. שטרעבן פאר עפעס, אדער סתם פראקטיצירן, ווייל דאס טוט זיין טאטע. (פארשטייט זיך אז ס'איז אויך דא OTD, אבער דאס איז א פיצעלע חלק)

דער וואס איז נישט אויפגעצויגן אין א פרומע משפחה, איז עס אדער שטרעבן פאר זיין רעליגיע, אדער אויב אינטערעסירט עס אים נישט, דאן לאזט ער זיך אפ דערפון.

אין אנדערע ווערטער, ביי אונז חרדים איז מען געצווינגען צו ע"ט ליעס"ט פראקטיצירן. ביי די נישט - חרדים האסטו די ברירה פון טון וואס דו ווילסט, אויטאמאטיש אויב איינער וויל יא עפעס העכערס, קומט עס פון זייער א ריינע פלאץ.
כ'האף איך בין זיך מסביר קלאר
 
אונזער ווערסיע פון אידישקייט (ראביניקעל דזשודיאיזם) איז אלעמאל געווען ארום ראלס און רעגעלעשענס, און מען האט זיך קיינמאל נישט געקומערט איבער לעכצן פאר אידישקייט אדער שטרעבן און מיינען ערנסט.
טאמער פאלגסטו די קאלס ביסטו א וואוילע און אויב נישט ביסטו א דאדא.
(די בעש״ט האט עס יא פרובירט צוריק צו דרייען מיט עטוואס סאקסעס, אבער סאטמערער רב האט אפגעהארגעט די מאוומענט (און נאכן עס הרגענן וויינט ער נשתכח תורת הבעש״ט…))
מילא און אונזער אידישקייט וואס איז ראל באזירט, קען מען נישט עקספעקטן שטרעבונגען ווייל דאס גייט נישט צוזאמען, די אמאליגע אמת חסידים וואס זייער גאול איז יא געווען צו שטרעבן האבן זיך אסאך ווייניגער גערעכנט מיט די ראלס ווי אונז.
צוריק צו דיין שאלה, אידישקייט איז וואס מען וויל, מען קען עעמען די טעכנישע רעביניקעל דזשודאיזם אידישקייט וואס איז נישט מער ווי א טריקענע געזעץ בוך, אדער קען מען נעמען א שטרעבונג באזירטע חסידישע מהלך וואס איז נישט אזוי משועבד צו די רעגולאציעס.
ווי די בעל דרשנים זאגן אלו ואלו דברי אלוקים חיים.
 
Back
Top