יצחק לאווי, עדווארד פעסער און נעא-אריסטאטעליעניזם

דעבאטירער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 22, 2025
מעסעדזשעס
14
רעאקציע ראטע
179
פונקטן
23
א פאראדע.

הונדערטער סאלדאטן מארשירן צום גענויען טאקט. אלעמען'ס הענט און פוס הייבן זיך און לאנדן אין דער זעלבער שפליטער פון א סעקונדע, און אלע מאכן אקוראט די זעלבע באוועגונגען, פארעמענדיג אן אויג פארכאפנדע ספעקטאקל מיט סימעטרישע אויסשטעלונגען און מוסטערן.

די אנטאלאגישע פראגע וואס פרעגט זיך איז: צי איז דא א פאראדע דא, אדער בלויז הונדערטער סאלדאטן וואס מארשירן אינאיינעם? כ'מיין, אין וועלכע סאלדאט פונקטליך שטעקט "די פאראדע"?

איך פארשטיי אז "פאראדע" איז סך הכל א ווארט, און דאס איז גאר דאס ריכטיגע ווארט צו נוצן כדי צו באצייכענען וואס דא גייט פאר. די פראגע איז בלויז, צי איז פאראדע טאקע א בלויזע נוצליכע לינגוויסטישע געדאנק, אדער איז פארהאן דא אן אמת'ע פאראדע, וואס אפילו אויב לינגוויסטיש וואלט נישט עקזיסטירט קיין ווארט דערפאר, וואלט זי נאך אלס עקזיסטירט.

דער ענטפער צו דעם שאלה, קען ווארפן א ליכט אויף איינס פון די עלטסטע געדאנקען אין פילאזאפיע.

טייל פון די מאדערנע וועלט איז געקומען צום החלטה אז דער יקום באשטייט פון בלויז עמפירישע זאכענעס, וועלכע מען קען מיט די פינף חושים דערטאפן. די טעאריע לויטעט אז אלעס וואס איז פארהאן איז בלויז א ריזיגע געמיש פון אטאמען און פארשידענע כוחות וואס זענען אויסגעשטעלט אויף אלערליי אופנים, פארעמענדיג דערביי די פארשידענע סארט זאכן וואס מיר אבזערווירן אין דער בריאה.

אין אנדערע ווערטער, עקזיסטירט נישט קיין שום "פאראדע", און אויב זענען פארהאן אין אונזער לעקסיקאן ווערטער פאר מושגים ווי "הונט", "קאץ" אדער "מענטש", איז עס טאקע בלויז דאס. ווערטער. נישטא אין דער אמת'ער וועלט קיין עכטער "הונט", בלויז א הויפן אטאמען וואס זענען אויסגעשטעלט אין א געוויסע פארעם, אפערירן אויף א געוויסע אופן, און טוען געוויסע זאכן וואס מיר רעדנדע בריאים האבן אויסגעוועלט דאס צו רופן "הונט", אלס א נוצליכע קאטאגאריע פאר אונזערע אינטערעסן.

דער געדאנק הערט זיך היבש אינטואיטיוו פאר אן אנאליטישע פילאזאף, ביז ער דעמאנט זיך אינעם פאראדע. דארט איז אויך נישט דווקא פארהאן קיין עכטער פאראדע, בלויז א גרופע פון איינצלנע סאלדאטן וועלכע טוען געוויסע זאכן צוזאמען און דאס פארעמט עפעס וואס מיר מענטשן רופן פאראדע. אבער פארט איז דאס נישט גענוג.

אויב מיר ווילן פארשטיין וואס עס גייט באמת פאר אין קעניג'ס גארטן, זענען מיר יא געצוואונגען צו גיין א שטאפל טיפער ווי די בלויזע סאלדאטן, און פרעגן, פארוואס טאקע הייבן די סאלדאטן זייערע הענט און פוס אין דער זעלבער רגע, און דרייען זיך אויף די פארשידענע וועגן צו פארעמען די שיינע מוסטערן? דא מוז ליגן אן אלגעמיינעם צאמארבעט צווישן זיי, א פארשטאנד און הסכמה אויסצופירן א געוויסע אויפגאבע וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן אויף זיי. אנדערש וואלט זיי געשפאנט אויף אלע סארט וועגן חוץ פון א מארש, פונקט ווי די פוסגייער א גאס ארויפציר, וועלכע שפרייזן יעדערער אויף זיין וועג.

אויב מיר ווילן גיין נאך טיפער קענען מיר אפילו קריכן ביז'ן גענעראל צימער וואו די פאראדע איז אויסגעפלאנט געווארן, און פון דארט צום אייגנטליכן תכלית פונעם פאראדע, וועלכע איז לכאורה צו באערן א חושב'ע גאסט אדער געשעעניש.

מיר מוזן אבער אפילו נישט קריכן אזוי ווייט, איידער מיר קומען צום מסקנא אז אפילו אויב מיר וועלן סוקסעספול ארויסשניידן דעם אנטאלאגישן "פאראדע" פונעם בילד, וועלן מיר פארט נישט קענען פארמיידן דעם פאקט אז דא מוז ליגן עפעס מער ווי בלויז סאלדאטן וואס דרייען זיך אין א רונד.

צוריק צו אונזערע הונט-אטאמען, קענען מיר שוין יעצט פארשטיין צוליב וואס עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט אריינצולייגן "עסענץ", "סובסטאנץ", "טעלעאלאגיע" און "צורה" אין יעדע פיזישע זאך, כאטש וואס א חכם וואלט געהאלטן אז הונט און פאראדע זענען נישט קיין עכטע זאכן אין דער פיזישער וועלט, בלויז ווערטער.

אין די לעצטע יארן האט טאקע דער פילאזאף און טעאלאג עדווארד פעסער באנייעט דעם אריסטאטעליען באגריף פון די פערטע סיבה (Final Cause). פעסער, פונקט ווי אריסטו, טענה'ט אז יעדע זאך אין דער וועלט - פון אן אטאם ביז א מענטש - האט אן אינערליכע ריכטונג אדער ציל.

אבער בעת פעסער פרובירט צו צעטיילן די וועלט אין באזונדערע מהות'ן: אן עפל האט א ציל צו וואקסן, און די לבנה האט א ציל צו פליען, האט פארגעשריטענע וויסנשאפט פון ניוטאן ביז איינשטיין געוויזן דאס פארקערטע: אחדות הבריאה.

דער עפל וואס פאלט און די לבנה וואס דרייט זיך פאלגן נאך די זעלבע איינצלנע מאטעמאטישע פארמולע פון גראוויטעט און תנועה. אויב די געזעצן זענען די זעלבע, פארוואס ערפינדן באזונדערע צילן פאר יעדע זאך? עס איז אסאך מער לאגיש צו זאגן אז עס עקזיסטירט בלויז איין הויפט-טעלאס: די סטרוקטור פון די פיזישע געזעצן. אלעס אנדערש איז נאר אן אויסדרוק פון דעם איין זאך. אנדערש, וויאזוי ערקלערט מען דעם פאקט אז סיי דער עפל און סיי די לבנה האבן באשלאסן נאכצופאלגן די זעלבע כללים?

אלזא, איך קוק מיך ארום אין טיער גארטן, און זע ווי אין איין ווינקל מארשירן א גרופע אטאמען וועלכע פארעמען א הונט. אין א צווייטע ווינקל, מארשירן א צווייטע גרופע אטאמען און פארעמען א קאץ. וועסטו זאגן אז דאס זענען צוויי באזונדערע פאראדעס פאר צוויי באזונדערע קעניגן? איז וויאזוי פארענטפערסטו דעם פאקט אז זייער גאנג שיינט נאכצופאלגן די זעלבע קאמפליצירטע מאטעמאטישע כללים?

מיר טרעפן זיך מיט א פירכא אויף אריסטו און זיינע עסענצן. אויב עסענץ, אויב פאראדע, זע איך נישט מער ווי איין גרויסע עסענץ אויף דער גאנצער בריאה, נישט באזונדערע פאר הונט און קאץ!?

וועסט אוודאי ענטפערן אז הא גופא, אויב ביידע פאלגן נאך די זעלבע כללים, וויאזוי זענען זיי אזוי אנדערש איינס פונעם צווייטן? וועסט דאס נוצן אלס באווייז אז עסענץ איז דאס וואס נעמט די זעלבע אטאמען און פארוונאדלט זיי אין באזונדערע באשעפענישן.

מען קען אבער צוריק'טענה'ן אז דאס איז נישט מער ווי אן אילוזיע. די אונטערשיידן צווישן א שטיין, א בוים, א הונט, א קאץ און א מענטש זענען נישט אינערליכע מהות'ן, נאר פשוט אנדערע קאנפיגוראציעס (צונויפשטעלונגען) פון די זעלבע יסודות.

פונקט ווי די זעלבע הונדערט לעגא שטיקלעך קענען ווערן א שיף אדער א טורעם, און קיינער וועט נישט זאגן אז "די שיף" האט פלוצלונג באקומען א נייע נשמה אדער א נייעם טעלאס, אזוי אויך זענען די טויזנטער מינים אין נאטור בלויז אנדערע אויסשטעלונגען פון די זעלבע אטאמען וואס פאלגן די זעלבע געמיינזאמע געזעצן.

אבער פון דער אנדערער זייט, אויב עס איז באמת נאר דא איין טעלאס (די געזעצן פון פיזיקס), פרעגט פעסער א פשוט'ע פראגע: וואו פונקטליך עקזיסטירן די געזעצן?

אויב די געזעצן זענען נישט "אין" די אטאמען אליין אלס אן אינערליכע נטיה וואס זיי פארמאגן, דאן מוז זיין א פלאטאנישע רעאליטעט וואס שוועבט אינדרויסן פון דער וועלט און צווינגט מאטעריע זיך צו פירן אויף דעם וועג.

כ'בין שוין צעמישט…


מיין הארץ באגערט, מיין נשמה גארט, זיך אנצושליסן אינעם פאראדע וואו אריסטו איז דער גענעראל און עדווארד פעסער מיט יצחק לאווי מארשירן צום טאקט פון פארצייטישע סקאלאסטישע מוזיק, געשפילט דורך די קירכע גלאקן פון אוגאסטין און אקוויינעס. אבער פון דער זייט שטייען ניוטאן, דעקארט, הום און ראסל, מיט איבערצייגנדע טעאריעס וועלכע שרייען פילפאכיג איבער די מוזיק.
 
אפשר ביסטו מסביר דעם קעפל?

דו ליינסט לעצטנס עדווארד'ס ביכער?

ווי אויך איז ניוטאן געווען רעליגיעז, איז שווער איהם צו צושטעלן למשל צו ראסל.
 
אפשר ביסטו מסביר דעם קעפל?

דו ליינסט לעצטנס עדווארד'ס ביכער?

ווי אויך איז ניוטאן געווען רעליגיעז, איז שווער איהם צו צושטעלן למשל צו ראסל.
נישט אלעס איז רעליגיע. כ'רעד פון מעטאפיזיק בכלליות.
יצחק לאווי האט צוגעצייכנט צו עדווארד'ס בוך "אריסטאטעל'ס נקמה" אין זיין כל התורה כולו רמב"ם וואצעפ גרופע, האב איך מיך אריינגעטוהן דערין.
 
1. זייער שיין געשריבן, יישר כח
2. איז די 'פאראדע' דילעמע די זעלבע ווי די 'הויפן' דילעמע (ווען פונקטליך ווערן איינצעלנע ווייצלעך צו אן הויפן) אדער פארזע איך עפעס? אפשר האט עס צו טון מיט 'פעולות' נישט סתם זאכענעס?!
3. מוזיק איז געמאכט פאר א רואיגע מינוט, אוועקצוגיין פון די הו-הא און פון די קולות. סוף כל סוף לעבן מיר אינעם נויז.. אזוי מיין איך.

דאס איז אלץ געשריבן פאר איך האב מעיין געווען אין דיינע ווערטער. נאר געליינט מקופיא דערווייל.
 
1. זייער שיין געשריבן, יישר כח
2. איז די 'פאראדע' דילעמע די זעלבע ווי די 'הויפן' דילעמע (ווען פונקטליך ווערן איינצעלנע ווייצלעך צו אן הויפן) אדער פארזע איך עפעס? אפשר האט עס צו טון מיט 'פעולות' נישט סתם זאכענעס?!
3. מוזיק איז געמאכט פאר א רואיגע מינוט, אוועקצוגיין פון די הו-הא און פון די קולות. סוף כל סוף לעבן מיר אינעם נויז.. אזוי מיין איך.

דאס איז אלץ געשריבן פאר איך האב מעיין געווען אין דיינע ווערטער. נאר געליינט מקופיא דערווייל.
איך הייב אן מיט'ן באמערקן אז בעצם איז די פאראדע די זעלבע ווי דער הויפן, נעמליך, א גרופע פון זאכן וואס מיר מענטשן האבן באשלאסן צוליב פראגמאטישע סיבות צו שענקען א נייע נאמען, אבער אן קיין אריסטאטעליען אנטאלאגישע שיכט דערין.

אבער דערנאך גיי איך אריין אין א חקירה צי ביים פאראדע מוז מען טאקע יא צוקומען צו עפעס טעלעאלאגיש וואס מאכט די סאלדאטן זיין איניינעם ענדערש ווי אפגעטיילט
 
אז מען טוט זיך אריין אין די חקירה זעהט מען, אז רבי ישמעאל האט צו דעם מכוון געוועהן אין זיינע שלוש עשרה מדות,ווען ער זאגט מכלל שהוא צריך לפרט.
ופרט שצריך לכלל, אין תלמוד איז דא די לשון - אין בכלל
אלא מה שבפרט , דער מהר״ל האט אן אריכות אין די חקירה .
דער מהר״ל האלט פאר א יסוד אז אלעס הייבט זיך אהן מיט א פלאן דאס איז דער כלל,און פונדרארט יפרד
לכמה ראשים ופרטים, ער גייט מיט חומר צורה פועל
פועל איז דער כלל גדול נאכדעם חומר שוין פרטיות און דערנאך צורה אלע ברואים למיניהם.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top