ליינענדיג די דעסקריפשען פון אזא טריפ ווארפט עס אהן א פחד, ווי ער זאגט דארט אז עס קען גורם זיין
טשאלענדשזינג און פראדוצירען שרעקעקנישן
עס איז קלאהר אז עס צומישט די פאנקשענס פון די
מח,און עס האט אן שטארקער עפעקט אויף די מהלך מחשבה, סך הכל איז עס א כוואליע פון צומישעניש, וואס ברענט אהן עפאוריע און אפט מיט א גרויסע צופרידענהייט און געוואלדיג הנאה, אויב עס ארבעט, אבער עס קומט מיט גענוג ריסק, אז גיזונטער מענטש קען רוהיג מחליט זיין
איט איס נאט וואורטה דע ריסק
מ'דארף נישט אריינשפרינגן אין די זאכן גלייך ביזן לבנה.
די ציהל איז נישט צו צימישן דעם מענטש אהנדעם וואס ער זאל וויסן וואס פליהט. פארקערט די ציהל איז צו אנרירן דאס הארץ מ'זאל זיך אנהייבן צו קענען מער
אינעם דשונגל געט מען פאר א צען יאריגער קינד אייאוואסקא, אבער מ'געט אביסל, און מיט די צייט געט מען מער.
איך גלייב אז דו קענסט גאר אסאך פארדינען פון פסייקאדעליקס, אבער די סוד איז אינעם דאוזע. דארפסט טרעפן איינער וואס געבט דיר ווייניג אויף אמאל און ציביסלעך וועסטו ווערן בקי ברצוא ושוב.
מ'ווערט מער אפן צו פארשטיין און שפירן הארץ, מ'זעהט און מ'הערט וואס די מענטשן ארום זאגן באמת.
מ'ווערט מער ערוואקסן, קלאר און זיכער מיטן אינערליכן קול.
דער 5-MeO-DMT טוט דעם היילונג אין א העכערן דיימענסיע. דאס איז שוין פאר איינער וואס האט שוין אסאך געפארן מיט פסייקאדעליקס.
עס איז קלאהר אז עס צומישט די פאנקשענס פון די
מח,און עס האט אן שטארקער עפעקט אויף די מהלך מחשבה, סך הכל איז עס א כוואליע פון צומישעניש,
דאס איז דער אנפאנג פונעם רפואה, דער מענטש איז אויף און זיין געווער וואס הייסט מוח (וואס מאכט אים אסאך שאדן, אבער ער איז נישט גרייט עס אויפצוגעבן און מיינט אז נאר מיטן מוח איז ער סעיף) דינט אים נישט אינגאנצן בשעת מעשה.
ווי קען מען זיך ווענדן פאר סעיפטי ווען די מוח איז אויף וואקאציע? אה, יעצט קענסטו אויסהערן נאר זיך, דער זיך וואס ווייסט אהן פארשטיין און טראכטן חשבונות. דו הייבסט אהן זען דעם וועלט וואס דו האסט זיך בלאקירט פון זען מיטן זיצן אינעם מוח א גאנצער צייט ביז יעצט. נישט דא ווי צו אנטלויפן, מאכן נאך א חשבון, שנעל בויען א נאראטיוו. אפפס, יעצט זעהסטו באמת וואס דו ווילסט און וואס טוהט וויי. און אז מ'קען זיך לאזן שפירן קען מען זיך אויסהיילן.
און דערפאר, ווי מער די מענטש זעהט זיך ווי א חכם, (ער מיינט אז דער איך איז די חשבונות אין קאפ) אלץ שווערער איז דאס פאר אים. ער מיינט אז ער פארלירט זיין גאנצער זיך, ער פראבירט צו אנהאלטן מיט אייזערנע צוואנגן צום חשבונות רבים מיטן פארטריפטער מוח וואס שפילט נישט מיט, הייבט ער אהן צו פאניק'ן. ווי מער ער שלאגט זיך אלץ מער עמפליפיידט ער די צער. ביז צום סוף איז מען זיך בלית ברירה מכניע צום רצון העליון און מיט דעם לאזט מען זיך פיינעלי אנהייבן לעבן, אמתע לעבן איז גן עדן.
מיט אמאל אנערקענסטו אז האסט קיינמאל נישט געדארפט ארבטן אזוי שווער מיט אינערליכע געראנגלנישן צו אנטלויפן פון די טינקלקייט וואס געפינט זיך אינערווייניג. ביסט סעיף און גוט מיט זיי, דיין גאנצער זיך איז שיין און באליבט. הייבסט אהן פשוט צו זיין א חלק פונעם בריאה ווי אזוי דו ביסט, דו ערלויבסט זיך צו זיין זיך, ביסט זיך מוחל, אנערקענסט אז ביסט אייביג געווען און וועסט אייביג זיין א חלק פונעם אינסוף.
מצמיח ישועות - בורא רפואות - אדון הנפלאות!