כוואליעס זעקסטע ״כוואליע״ לכבוד שבועות תשפ״ה

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
692
פונקטן
103
מיר פרייען זיך צו מעלדן אז לכבוד שבועות גרייטן מיר זיך ארויסצוגעבן די זעקסטע ״כוואליע״ וואס וועט זיין צו באקומען אויף עמעזאן אין א הערליך קאלירטן פארמאט אין אזוי אויך וועט דער פי-די-עף פון דער אויסגאבע ארומגעשיקט ווערן אי"ה דאנערשטאג אינדערפרי.

שטייט גרייט צו קויפן און פארשפרייטן די אויסגאבע מיט 60 זייטן פול מיט אריגינעלן חומר — תורה, מדע, חכמה, קונסט, פאעזיע, הומאר און פיל מער וואס וועט אייך ברענגען א קורת רוח און עונג שבת ויו״ט. מאכט זיכער צו באשטעלן ווי שנעלער כדי עס זאל אנקומען צו אייך באצייטנס.


עדיט:
די הערליכע ״כוואליע״ נומער 6 לכבוד שבועות תשפ״ה איז שוין אוועילעבל אויף אמאזאן! לויפט און קויפט אויף די פאלגענדע לינק און שיקט עס ארום פאר אייערע קרובים פריינט און גרופעס:

אמאזאן אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדא
Amazon.com

אמאזאן אייראפע
Amazon.co.uk

די פי-די-עף פייל

639f153a-1dbc-4d86-8842-fa62a78f9028.jpeg



אזויווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט בעפאר די פסח אויסגאבע איז אונז א שטארקע חיזוק אויב מיר קענען פארקויפן א שיינע צאל נומערן אויף אמאזאן. דאס טוט אונז ארויסהעלפן דעקן די הוצאות וואס זענען פארבונדן מיט פובליצירן אזא הערליכע אויסגאבע, און אויך העלפט עס אז ווי מער הארטע קאפיעס זאלן זיך ארומדרייען און ארויסהעלפן די הפצה פון דער אויסגאבע.

אזוי אויך ווילן מיר נאכאמאל בעטן ווער עס קען זאל ארויסהעלפן מיט די הפצה פון דעם הערליכן אויסגאבע, מיר פארמאגן נישט קיין מארקעטינג טיעם און מיר זענען גאר שטארק אנגעוויזן אויף יעדעס ביסל הילף אין דעם געביט.

אויב ביסט באקוועם, לייג עס אויף סטאטוס, שיק עס צו וואטסעפפ גרופס, טעלעגראם, עקס, אינסטעגרעם, און סיי וואו אין דער ווירטועלער וועלט, שיק עס פאר פריינט און משפחה וואס דו קלערסט אז זיי וועלן הנאה האבן דערפון, אא"וו.

זיך אויפצושרייבן צו באקומען די אימעיל מיט די פי-די-עף ביטע גייט צום פאלגענדן לינק:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo

אדער פאלגט אונז נאך אויף אונזער סאציאלע מידיא קאנאלן:
טעלעגראם
X (טוויטער)

ארויסצוהעלפן מיט א נדבה ביטע גייט צום פאלגענדן לינק:
https://ko-fi.com/chvalyes

אזוי אויך קען מען זען אלע פריערדיגע ״כוואליעס״ און קאנאלן לינקס אויף אונזער לינק ביימל:
כוואליעס | Linktree
 
הודו להשם כי טוב
די שטילע וואסערן גראבן ווייטער טיף
די הערליכע זיסע כוואליעס ווערן געזען
אבער די ארבעט בלייבט אומזעהבאר, אוממערקבאר, און אומדאנקבאר. און דאס איז ענקער כבוד! ❤️❤️❤️
 
ווען ווערט עס עוועיל אויף עמעזאן?
 
די הערליכע ״כוואליע״ נומער 6 לכבוד שבועות תשפ״ה איז שוין אוועילעבל אויף אמאזאן! לויפט און קויפט אויף די פאלגענדע לינק און שיקט עס ארום פאר אייערע קרובים פריינט און גרופעס:

Amazon US
Amazon.com

Amazon UK
Amazon.co.uk

די פי-די-עף פייל וועט ווערן ארומגעשיקט דאנערשטאג.
 
ערהאלטן מיין קאָפּיע! איצט ברויך מען נאר זיך גיין שערן אין מען קען צוגיין צום יום טוב 😀, נאר איך ווייס נישט אויב כ׳וועל זיך קענען איינהאלטן פון ליינען ביז דאן…

IMG_5983.jpeg
 
געקויפט אבער נאכנישט ערהאלטן.
@חבקוק מאכסט מיר נייגעריג און אויך זשעלאס...

די גראפיקס איז דאך אזוי רוהיג און וועלקאמינג... און קיינער גייט נישט זאגן גארנישט וועגן דאס שטאלצע אידענע אויפן דעקל? יא כוואליעס איז די איינציגסטע אויסגאבע אויף אידיש דערווייל וואס קען אזאנס טאן.

(פארשטייט זיך לדעתי האט דאס אפי' נישט מיט ארטאדאקסיע. ס'איז הוילע שגעון דאס נישט קענען לייגן א בילד פון אן ערליכע אידענע. לאמיר האפן כוואליעס וועט האבן א האנט אין דאס טוישן. )
 
די גראפיקס איז דאך אזוי רוהיג און וועלקאמינג... און קיינער גייט נישט זאגן גארנישט וועגן דאס שטאלצע אידענע אויפן דעקל? יא כוואליעס איז די איינציגסטע אויסגאבע אויף אידיש דערווייל וואס קען אזאנס טאן.

(פארשטייט זיך לדעתי האט דאס אפי' נישט מיט ארטאדאקסיע. ס'איז הוילע שגעון דאס נישט קענען לייגן א בילד פון אן ערליכע אידענע. לאמיר האפן כוואליעס וועט האבן א האנט אין דאס טוישן. )
כ׳האב עס ניטאמאל אויפגעפאסט, עס פאסט זיך אזוי שיין נאטורליך אריין אויפן דעקל… גייען גייט ארויף אויף עפעס א מעשה׳לע פון באשעוויס׳ן, כ׳האב מורא כ׳וועל זיך נישט קענען איינהאלטן און עס דורכליינען נאך היינט ביינאכט.
 
כ'מיין אז אזעלכע בילדער גייען יא אריין אין די היימישע אויסגאבעס (אפשר נישט אויפן דעקל..)
אדרבה, ברענג. איך וועל מיר פרייען צו זעהן. (ליידער מיין איך אז ביסט נישט גערעכט.)
 
אגב איך האב לעצטנס איבערגעלייענט עטליכע וועקערס, האב איך געזעהן איינע פון די קעפלעך זענען זיי ביזי אז מ'האט געבויקאט די פרויען און מ'לייגט נישט קיין בילדער פון זיי. האב איך געכאפט א בליק אויף די דעקלעך פון די וועקער האב איך געזעהן אז ס'איז נישט דא קיין פרויען אויף קיינע פון די דעקלעך, אפילו די נומער וואס האט געבויעט די נושא פון לייגן פרויען אין צייטונגען איז אויך נאר געווען א געמאלענע בילד פון א פרוי, נאר די אוטליין.

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט...
 
כ'מיין אז אזעלכע בילדער גייען יא אריין אין די היימישע אויסגאבעס (אפשר נישט אויפן דעקל..)
ווענד זיך וואס די רופסט היימיש, אין די מער אויפגעקלערטע עמי משפחה קען רואיגערהייט גיין א שווארץ ווייסע בילד פון א פרוי, און דער איד און בלאט וועסטו עס אבער נישט זעהן, גראדע אויב געדענק איך גוט וועט די מעלות יא לייגן אזא מין בילד.
 
מעלות איז לעצטנס געווארן פרומער אויף דעם, אמאל פלעגן זיי רואיג אריינלייגן בילדער פון פרויען ביים קריג. לעצטנס האבן זיי אויפגעהערט.

אבער @מר שושני דו רעדסט פון א געמאלן בילד, דאס לייגן זיי נאך יא אריין.
 
די רבי זי''ע דרייט זיך אודאי איבער אין קבר😜
אדרבא, ער פרייעט זיך אז זיין מעכטיגע אימפעריע דרייעט זיך איבער און קען זיך מבטל זיין צו די אמת! הלוואי שיתקיים במילואו במהרה בימינו.
 
Back
Top