ירידה לצורך
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 30, 2026
- מעסעדזשעס
- 9
- רעאקציע ראטע
- 65
- פונקטן
- 13
ער הייבט אהן זיס און איידל אז ער וויל נאר זיין א חבר און האבן חברים אנשטאט פון זיין א רבי מיט תלמידים, אבער ער ענדיגט אז א חבר וואס זעט עפעס אין מיר וואס ער גלייכט נישט איז קיינמאל מיין חבר געווען נאר א שופט, ער האט קיינמאל נישט געגאנגן מיט מיר נאר האט הנאה געהאט אז איך גיי מיט אים. א חבר גייט מיט מיר אהן דשאדשמענט.
ער טענהט אז ער גייט נישט מיט דיר ווייל דו וועסט גארנישט פארדינען אבער דו זאלסט גיין מיט אים ווייל ער וועט דיר ברענגן צום לעכטיגקייט.
דאס הערט זיך קולט'יש. וואס דען זאל א מענטש טון, נישט ניצן זיין אייגענעם דעת בכלל?
אן אינטרעסאנטער באמערקונג פון ראו מה בין בני לבין חמי ביינונז אינעם ספר של צדיקים ווי דער רבי ר' אלימלך מליזענסק פארנימען מיטן צדיק וואס וועט ברענגן דעם מענטש צום שורש.
ער זאגט אז דער מענטש וועט זען חסרונות אינעם צדיק און האבן קשיות. אבער דאס איז וועגן זיין אייגענער חסרון פון שלימות.
"וראה הכהן" פירוש וראה האיש הזה על הכהן, דהיינו הצדיק הגמור, "והנה מראהו שפל מן העור" פירוש שידמה בעיניו שעדיין גם בו חסרונות, כי כן יש בני אדם הבאים אל הצדיקים הגדולים וקשה להם על הצדיק קושיות. וזהו "ושערה" פירוש שיהיה כמו שער בנפשו שיעלה במחשבתו כמה קושיות על הצדיק גמור, וכל זה הוא מחמת חסרון שלמותו,
דאס קען מען אפלערנן אז באמת דשאדש מען נאר יענעם אין עפעס וואס מ'וויל נישט זען אין זיך. אבער פון די אנדערע זייט פארלאנגט דאס אז דער צדיק גמור איז באמת יא אינגאנצן מושלם וואס איז מתמיה
אבער ער ענדיגט צו אז דאס איז נישט קיין אפהאלט צו פארדינען פונעם צדיק, מ'קומט און מ'דשאדש, און נאכאלס טוט די קדושה פונעם צדיק גורם מ'זאל ווערן איבערגעקערט צו ווייס.
ואף על פי כן "הפך לבן" רצה לומר אחר כל מחשבותיו וקושיותיו על הצדיק גמור, יגרום לו קדושתו של הצדיק ההוא שייהפך גם הוא ללבן.
(נועם אלימלך, ספר ויקרא, תזריע ג׳ בא"ד)
הערט זיך ווי ער זאגט
קום, דשאדש, ניץ דיין שכל, און אפאר זאכן וועלן דיר טריגערן ווייל ביסט נישט גרייט צו זען דיין אייגענער פיין. און וועסט נאכאלס פארדינען פונעם צדיק הגמור.