זאכן וואס זענען שיין

ראוזע דיעז

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
1,629
רעאקציע ראטע
3,614
פונקטן
443
פאעזיע

אפיקורסות איז שיין

אפיקורסות איז ריין

אפיקורסות איז נאר פאר תלמידי עפיקאראס אליין

אוי אפיקווו-וו-ואארסעס איז שיין...
נאר פאר ווער עס וויל עס קלאר פארשטיין
אוי און זיין א בעל דעת און נישט קיין בעל תאווה אליין


כפירה איז זיך קענען אליין

כפירה איז מ'וויל פארשטיין

כפירה איז נאר די אמת אליין


כפירה איז שיין

כפירה איז ריין

אוי וועי כפירה איז פאר יעדעם אויסער דעם באשעפער אליייוואאוויין....

כפירה איז פארשטיין

כפירה נעמט נישט קיין ניין

כפירה איז נאר פאר די אפן מיינדעד אליין...


אוי טאטע זיסע

ס'איז דאך אטעאיסטן בגלותא

אונז זענען צווישן 3000 גלויביגע וועלף פארטריבן

אוי סייענס איז שיין
סייענס איז פארשטיין
סייענס איז נאר די אביעקטיווטיעט אליין

סייענס איז נישט מיין
סייענס איז זיך האלטן קליין
סייענס טוט נישט מיט קיין שום גאט זיך מתווכח זיין

שפינאוזע איז שיין
ער האט א אידישע חן
שפינאזע איז נאר פאר אידן אליין

אלע צוזאמען
ר' אלישע בן אביוה איז שיין...
זמר יווני איז פיין
אלישע הערט אלישע קיס מיט א חן
 
ןלמלשינים איז געמיין

זיי טוען אונז נישט פארשטיין

אז איינער טראכט אנדערש ווילן די חכמים אונז שוין אינגאנצן עוקר ושובר זיין

אבער מיר אליין

ווייסן דעם אמת דעם איין

אז דו וועלט איז געווארן אינגאנצן פון זיך אליין


אזוי איז , נישט אזוי דארף צו זיין

קיין גאולה קומט נישט צו גיין

אלעס אלעס פירט זיך פון זיך אליין

און אויב מיינסטו אז ניין

אז גהינום איז וואו איך וועל גיין

איז מיין ענטפער צו דיר אז די הינדא האט דיך שוין לאנג אויסגעכאפט מיט די 22 גהינום'ס זיין...

וואס איך זעה יעצט איין
אז וויפיל זיי טוען מתפלל זיין
די אומרעליגיעזע ציפערן מערן זיך וואס מיין

אזוי דארף צו זיין
אנדערש גייט עס נישט אין קאפ אריין
אז מענטשן לאזן זיך פארפירן טוט די איינציגע סיבה זיין

טאן: שבת איז שיין


Amazing וויפיל אינפארמעישן מ'קען אריינפאקן אין דריי גראמען!
 
פאעזיע

אפיקורסות איז שיין

אפיקורסות איז ריין

אפיקורסות איז נאר פאר תלמידי עפיקאראס אליין

אוי אפיקווו-וו-ואארסעס איז שיין...
נאר פאר ווער עס וויל עס קלאר פארשטיין
אוי און זיין א בעל דעת און נישט קיין בעל תאווה אליין


כפירה איז זיך קענען אליין

כפירה איז מ'וויל פארשטיין

כפירה איז נאר די אמת אליין


כפירה איז שיין

כפירה איז ריין

אוי וועי כפירה איז פאר יעדעם אויסער דעם באשעפער אליייוואאוויין....

כפירה איז פארשטיין

כפירה נעמט נישט קיין ניין

כפירה איז נאר פאר די אפן מיינדעד אליין...


אוי טאטע זיסע

ס'איז דאך אטעאיסטן בגלותא

אונז זענען צווישן 3000 גלויביגע וועלף פארטריבן

אוי סייענס איז שיין
סייענס איז פארשטיין
סייענס איז נאר די אביעקטיווטיעט אליין

סייענס איז נישט מיין
סייענס איז זיך האלטן קליין
סייענס טוט נישט מיט קיין שום גאט זיך מתווכח זיין

שפינאוזע איז שיין
ער האט א אידישע חן
שפינאזע איז נאר פאר אידן אליין

אלע צוזאמען
ר' אלישע בן אביוה איז שיין...
זמר יווני איז פיין
אלישע הערט אלישע קיס מיט א חן
אויב איז אלעס כפירה-צו וועהם ווענדט זיך די פאעזיע
און ער זינגט-אוי טאטע זיסע-? נאר איז דאס איז דער
-בעל כרחו יענה אמן - אז דער טאטע איז מיט אונז.
 
אוי כלל ישראל איז שיין
אמונה האט א חן
נאר אן אפגעהיטענער קען דאס פארשטיין

אמונה בשם איז פיין
רואיג קען מען זיין
אלעס פירט נאר ער אליין

דער מיינט ער טוט קליג זיין
זיין שכל איז קליין
ווער האט אים געבעטן זיין אומריין

דער קאפ אזוי פארדרייט צו זיין
יעדע זאך א דיזיינער טוט מאכן אליין
אבער פינקט די גרויסע וועלט געווארן אן דיזיין

משיח'ן דער צדיק וואס איז ריין
קומט אונז שוין באלד אויסלייזן פון די גלות געמיין
במהרה בימינו אמן
 
סיי מאמינים און סיי כופרים האבען נאך א וועג צו גיין,
האלטען זייער אפיניענס צו זיך וואלט געווען גאר שיין.
 
פרעגן איז שיין
נישט וויסן איז ריין
איני יודע איז דאך די זאך אליין

גלייבן איז שיין
גלייבן איז ריין
גלייבן איז זיסער פון פארשטיין

האלטן אז מ'ווייסט איז אומריין
קיין חילוק מיט גאט צו ניין
עס האט נישט קיין חן
עס איז די פארקערטע פון לעבן שיין
 
לעצט רעדאגירט:
שוין צייט צו גיין
שוין צייט צו גיין
שוין צייט צו אן אנדער שנירל גיין

גאט גיבט דא א ליין
ער קריצט מיט די ציין
ס'גייט איהם נישט אן צו גלייבסט יא אדער ניין
 
דער עולם שרייבט שיין
דר‘עולם טוט קריעטיוו זיין
די ווארט איז נאר שעפערישקייט אליין

איינער זאגט יא א צווייטער זאגט ניין
א דריטער טוט גאר קיינעם פארשטיין
הלמאי האלט אייערע אנפיניענס צו אייך אליין

א פערטער שארפט זיך די ציין
קומט מיט הומאר צו גיין
עס קען דאך קיין שענערס פון דעם נישט זיין




ער זאגט דאך אזוי געמיין
ווערטער גארנישט ריין
פאליטיקלי קארעקט הייבט ער נישט אן צו זיין

ער רעדט פאר שטיין און ביין
קיין ווארט גראד ניין
מען קען מיט אים אין ווארט נישט שטיין

איך קען אים בכלל נישט פארשטיין
אפשר רעדט ער פון אן אלטגעזעסענעם פיין
מען קען דאך שוין קיינעם היינט נישט דן זיין

ער טוט אויף אן אנדער פלאנעט זיין
ער האט אן אנדער דעה ווי מיין
דאך פארשטיי איך כשם שפרצופיהן שונות כך דעותיין

לאמיר פראבירן א צווייטן צו פארשטיין
ניין איך רעד נישט פון די שנירל דייקא, ניין
איך רעד טאקע פון קרעמל אין אלגעמיין

לאמיר זען א צווייטנס שיין
ווי ער זאגט דאך אזוי פיין
אפילו איך בין נישט מיט אים אויף א פעידזש איין



אוי, קרעמל איז שיין

קרעמל איז ריין

קרעמל איז נאר פאר אונז אידעלעך אליין



קרעמל האט א חן

נישט דא זיינס גלייכן ניין

א יעדער טוט דא באקוועם זיין

זה בונה וזה סותר ווי ברידערלעך שיין
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top