זכרנו את הדגה

ווער געדענקט נאך די ווישי וואסער אין די קליינע גרינע פלעשלעך מיט די פאום לעבעלס ארום און ארום. מ'האט עס נאר געטרינקן פסח. און דעם גרעבץ ממש א מינוט נאכן שלינגן איז געווען ממש א גאולה נאך די אלע כזיתים מיט די איי אין זאלץ וואסער, די מרור אין חרוסת מיט א גאנצע שלחן עורך.
Screenshot 2024-08-18 113403.png

אוי איז דאס גוט געווען פסח ביינאכט ביי סדר, אבער א גאנץ יו"ט פוי נישט געקענט אין מויל נעמען.
 
איך געדענק מען האט געמאכט פונעם שאכטל א בעטל... (פונקט גוט געווען פאר א ווערימל איינצושלאפן זיס...)
רעדענדיג פון שאכטלעך
פאשקעז האט אמאל געהאט אזא מין פרעטצעל באקס וואס איז געווען זייער פאפולער
 

בייגעלייגטע פיילס

  • PSX_20240818_214208.jpg
    PSX_20240818_214208.jpg
    540.1 KB · געזען: 29
ווער געדענקט נאך די פרעס-טראק אין וויליאמסבורג, אוי איז מיר גערינען שפייעכץ איעדע מאל איך האב עם אריבער געוואקט, פארשטייט זיך אז איך האב נישט געמעגט קויפן זיינע פרענקפוטערס, ווייל ס׳פאסט נישט פאר איינעם פון די שיינע הודו-נאנאשער משפחה, עד שבאו הסקריקים ובלו ובלבלו ובללו והובילו הכל
 
ווער געדענקט נאך די ווישי וואסער אין די קליינע גרינע פלעשלעך מיט די פאום לעבעלס ארום און ארום. מ'האט עס נאר געטרינקן פסח. און דעם גרעבץ ממש א מינוט נאכן שלינגן איז געווען ממש א גאולה נאך די אלע כזיתים מיט די איי אין זאלץ וואסער, די מרור אין חרוסת מיט א גאנצע שלחן עורך.
מאך א ברכה
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20240920_060939_WhatsApp.jpg
    Screenshot_20240920_060939_WhatsApp.jpg
    189.6 KB · געזען: 17
רוקח גרעיפ סאדא!
מים חיים האט אויך געהאט
געדענק איך נישט וועלכע קאמפעני האט געהאט די הבדלה פאפס
 

בייגעלייגטע פיילס

  • kIkEBexqxDmaCII-800x450-noPad.jpg
    kIkEBexqxDmaCII-800x450-noPad.jpg
    83.5 KB · געזען: 21
איינער געדענקט די סעסעמי קענדיס?

אוי פלעג איך זיך באלעקן דערמיט! איין אויסגעקראצטע שטיק האט מען באקומען לכבוד שבת (ניטאמאל יעדע וואך) אבער ווען כ׳געהאט א זיסן מזל און געטראפן איינס אין א קרישמע ליינען פעקעלע (אדער באווארפן/א קאזין׳ס אפשערן) אוי איז עס געווען א גדולה 😅 און אויב ס׳גאר געווען צוויי איז די שמחה איז געווען אין לשער!

(איך וואלט נאך היינט געקענט עסן 10 שטיק אויף אמאל לאל)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 2FB5DDA0-E2FD-4517-8480-5BB4630A207B.jpeg
    2FB5DDA0-E2FD-4517-8480-5BB4630A207B.jpeg
    222.4 KB · געזען: 11
די קליינע באקס ראזשינקעס, יא מ'האט געגעבן ראזשינקעס פאר ריסעס.

אויב סאיז שוין געווען פארטריקענט האט מען אריינגעשטעקט די פינגער און אזוי ארויסגענומען די גאנצע אויפאמאל.

די מעלה דערפון איז געווען, מען האט זיך געקענט ארומשפילן מיטן באקס נאכן אויפעסן..
כ׳געדענק ווי גליקליך כ׳בין געווען ווען א חבר האט מיר געוויזן וויאזוי צו מאכן א בעטעלע פונ׳ם שאכטל און וואספארא מוצלח כ׳האב זיך געפילט ווען ס׳מיר ענדליך געלונגען to master it 😂
 
Back
Top