עצרת תפילה קעגן גזירת גיוס - א' נצבים וילך

זייער גוטע איידיע, אויף פעיפער.

למעשה, וויאזוי ארבעט מען אויס א פשרה צווישן מענטשן וואס פארשטייען אז עם ישראל מוז האבן א חינוך וואס איז אנטקעגן די גאנצע מהלך פון שלאגן און אנדערע מענטשן וואס האלטן אז שוויון איז די גרעסטע ווירדע אין דער וועלט? ווי קומען זיי אריבער איינער קעגן די אנדערע? ביידער האלטן זיך די 'עגלה מלאה', ווער וועט זיך רוקן דא?
די מהלך דארף זיין אז דער וואס איז נישט תורתו אומנתו - לאמיר זאגן ער פאנטשט א קלאק - און ער איז אין די כותלי בית המדרש מינומום 8 שעה א טאג, דארף זיך מעלדן אין צה"ל. די צה"ל זאל זיך מחייב זיין אויפצושטעלן אפטיילונגען וואס זאל זיין חרדי אלל די וועי.
איף דער איז עי וויל דער איז עי וועי.
דע דעוויל איז אין די דיטעילס.
מען קען זיך דורכקומען, כולנו בני איש אחד נחנו.
 
פאר איינער וואס פארשטייט נישט ווי געפערליך דער פאנטשן א קלאק איז פאר די חינוך פון א ישיבה בחור, האט מען נישט וואס צו רעדן.

דאס איז די פראבלעם.
 
דער מהלך דארף זיין אז דער וואס איז נישט תורתו אומנתו - לאמיר זאגן ער פאנטשט א קלאק - און ער איז אין די כותלי בית המדרש מינימום 8 שעה א טאג
וויאזוי ערווארטסטו אז א פרייער זאל פארשטיין, אז א בחור וואס לערנט תורה 8 שעה א טאג, איז פטור פון גיין אין מיליטער, ווען זיינע בחורים פון 18 יאר דארפן גיין אין פראנט?
 
וויאזוי ערווארטסטו אז א פרייער זאל פארשטיין, אז א בחור וואס לערנט תורה 8 שעה א טאג, איז פטור פון גיין אין מיליטער, ווען זיינע בחורים פון 18 יאר דארפן גיין אין פראנט?
קיינער דארף נישט גיין קרבי סך הכל דארף ער זיצן אין אן אפיס און באקומן פרי קאלדש אויף איי טי לערנונגען סא פליז
 
@כספי פאר וועלכע סיבה טרייסטו צו דרייען אז די 'מטרה' פון די 'קפלן' הפגנות איז געווען פאר די חטופים? און 'גראדע' האט מען געהערט אנטי-ממשלה רעטאריק....
מ'דארף זיין בלינד (אדער א קאפלאניסט) אזוי צו זאגן.
יא, פארשטייט זיך אז עס האט געבאדערט פאר די באטייליגטע וועגן די חטופים - אזוי ווי סיי וועלכע איד, נישט מער.
אבער עס איז נישט קיין ספק אז די מארגנים האבן געהאט איין ציל, די זעלבע ציל איז אויך געווען די קפלן הפגנות אויף די רפורמה משפטית, עס איז א גרופע לינקע אוליגארכן וואס האבן זיך גענומען פאר א ציל אנצוזייען כאאס אין לאנד, כדי צו פארשטערקערן זייער באזע 'רק לא ביבי' און האפענטליך אים אראפזעהן פון בענקל, עס איז נישט קיין סוד בכלל (אנדערע זענען אפי' געווען גרייט פאר א מלחמת אזרחים, און עס קלאר געזאגט - נאר די רעכטע זענען נישט גרייט.....)
דו פארשטייסט זייער גוט פארוואס א רעכטער האט נישט אריינגעטרויטן ביי די הפגנות, מען האט דארט מסית געווען טאג און נאכט קעגן ביבי און די ממשלה אויף א ראדיקאלע פארנעם, און גערופן פאר 'מלחמה'(?) קעגן די רעכטע!

ווי פונקטליך זענען די הפגנות געווען א טובה פאר די חטופים? אז מ'האט אראפגעברענגט די מאראל פון די לוחמים בשטח???

גיין פראטעסטן אין מאנהעטן צי אין לאנדאן במקביל צי די פרא פאלעסטינע פראטעסטן וואלט אפשר בעסער ארויסגעברענגט די ווייטאג און די ליידן פון די חטופים און געלאזט הערן זייער קול אנטקעגן די קול פון חאמאס, אנשטאט שרייען אנטי-מלחמה סיסמאות אין תל אביב וועלכע זענען אין פאקט גענוצט געווארן איבער די וועלט צו אפשוואכן מדינת ישראל קעגן חמאס.

יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז די פראטעסטן אין ת"א סערווירט פשוט און גראד חאמאס.... דאס איז וואס זיי האבן געוואלט, אז מ'זאל מאכן כאאס אין לאנד און צווינגען די ממשלה צו צאלן א געשרויפענע פרייז פאר די חטופים...

זיי האבן עטליכע מאל אנגערופן מאמעס פון חטופים און זיי געהייסן ארויסגיין פראטעסטירן,

און די מארגנים אליין האט מען אויך געזען אז זיי מיינען בכלל נישט די טובה פון די חטופים, די גאנצע גאט וואס מען האט געמאכט פון די משפחת החטופים איז נאר געווען פאר ווער עס פאלגט נאך זייער אגענדע, די בלוט פון צביקה מור די טאטע פון איתן לדוגמא איז געווען הפקר, אזוי אויך די מאמע פון אגם ברגר ווען זי האט געבעטן מ'זאל נישט מחלל שבת זיין.

בכלל איז געווען אינטערסאנט אז די מידיא האט זיך איבערגעדרייט ווען א ח"כ האט געזאגט אז ער ווערט געשטערט פון די קולות פון די משפחות החטופים ביי א דיון, ממש כאילו ער האט 'פארגאסן זייער בלוט'..... כלשונם. און נאר עטליכע טעג שפעטער האט מען ארויסגעווארפן משפחות השכולות פון די דיון אין בגץ איבער רונן בר,
בקיצור זאכן שטימען....

אויך איז ווערד אנצומערקן אז די מידיא האט מפרסם געווען אז מען האט געפייניגט די חטופים ווען בן גביר האט גערעדט ווילד, אבער דאס אז מען האט זיי געפייניגט ביי די פרשה פון 'שדה תימן' דאס האט מען שוין נישט געזאגט....

דו ווערסט איינמאל און נאכאמאל פארפירט פון לינקע פראפאגאנדע,

אפאר פיפיגע סוחרים וואס זענען גרייט צו פארקויפן די מדינה פאר א פארדרייטע אידעלאגיע, פירן די עולם ביי די נאז, קריטיקל טינקינג.... יא יא, כ'זעה....

#היפאקריטן
 
@שומו שמייעם ייש"כ פאר דיין ווארימע מעסעדזש!

למעשה האב איך נישט קיין נערוון איבערצוגיין אלטע תורה'ס, מה עוד אז ס'איז שוין ב"ה נישט נוגע.
 
Back
Top