זשאַריכאַ

פּמליא של מעלה און פּמליא של מטה פייערן אָפּ היינט, ב' שבט, יוֹמא דהילולא פונעם הייליגן ר' זושא זיע"א. ס'איז דערפאַר נישט מער ווי פּאַסיג אַרויפצושטעלן אין אַזאַ דערהויבענעם טאָג "זשאַריכאַ" — דראַמאַטישע ניסים בזמן הזה וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אַניפּאָלי ביים ציוֹן הקדוֹש פונעם גרויסן צדיק און פּוֹעל ישועוֹת — ערשט דערשינען אויסשליסליך אין "כוואַליעס."

יוֹנָה מָצְאָה
𝕏: @JonahMatz

ס'איז זונטאָג און שטומפּיג אין אַניפּאָלי. דער הימל איז נאָך אויסגעלאָשן, די ערד שמעקט נאָך פון מוֹצאי־שבת, אָבער דער געטליכער אוֹהל פון מעזריטשער מגיד און רבי ר' זושא'ן פיבערט שוין מיט א יאָמערליך שטיקעניש פון ליכט און השתּפּכות־הנפש — "אוי טאַטע!"

ר' דוד סוֹפר און ר' יהודה לייב הכּהן ליגן אויך אינעם ענגן אוֹהל — שׂרפי מעלה — אָבער נישט צו זיי איז אָפּגעקראָכן אַהין א באָס מיט געקליבענע יראים ושלמים צונויפגעקראַצט פון ניו־יאָרק, מאָנטרעאַל, לאָנדאָן, אַנטווערפּן, און ארץ־ישראל. יאָ, מ'שטופּט זיי געוויס אַריין קוויטלעך און מ'כליפּעט אפילו אַריין א נפילת אפּים — אָבער דעם גאַנצן גראָבן גוף פּראַקט מען זיך אויס פלאַך בלויז אויף די מצבוֹת פון מעזריטשער מגיד און רבי ר' זושא'ן.

מ'האָט דעם דערהויבענעם שבת פאַרבראַכט אין מעזשביזש, סמוך ונראה צום הייליגן ציוֹן פונעם אוֹר־שבעת־הימים. מ'האָט ביים טאַטן פון חסידוֹת אַרויסגעריסן רענצלעך אָנגעשטאָפּט מיט ישועוֹת, אין צוגאָב צו עטליכע פלעשער רפואה־וואַסער וואָס מ'האָט געקויפט ביי זיין וואונדערליכן קוואַל. באַלד מוֹצאי־שבת, נאָכן אונטערשמירן די קעשענעס מיט הבדלה־וויין, האָט מען זיך אַריבערגעפּעקלט קיין באַרדיטשוב אָפּצוזינגען גָאט פוּן אַבְרָהָם ביים לעגענדאַרן אידישן אַדוואָקאַט און טיטאַן אין הימלישער יוריספּרודענץ.

"ר' לוי יצחק איז דער ערשטער וואָס האָט מיך באמת געמאַכט פיינט האָבן מיין דזשאַב," האָט אַן אַנומלטיגע באָמבע־הוֹדאה פון שׂטן געשיקט מאַכטפולע שאָק־כוואַליעס איבער דער גאָרער פּמליא של מטה — א מאַגניטוט וואָס מ'האָט שוין נישט געשפּירט זינט בן־בעוֹר אויפן שפּיץ־פּעוֹר האָט אַרויסגעשלאָגן דעם איקאָנישן "מַה טֹבוּ אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב."

"קאָמפּאָזיטאָרן, גלייבט מיר, האָב איך געקענט גרעסערע און בעסערע פון שׂרה סאָשע'ס ילד־הפּלא," ברעכט דער קאַריערע־לאַנגער פּראָקוראָר זיין שטילקייט איבער די בלוטיגע "צעלעבריטי מלחמוֹת" צווישן אים און דעם לעגאַלן העוויוועיט פון באַרדיטשוב; ער גיסט אויס די בעבלעך אינעם ערשטן עפּיזאָד פון "תֵּבֵל וּמְלֹאָה מיטן טייוול וּמְלֹאוֹ" — דער שפּאָגל־נייער פּאָדקאַסט זיינער וואָס פאַרשפּרעכט צו זיין א טעל־אָל:

"די לעגאַסי־מידיא וויל דאָך נישט אַז איר זאָלט וויסן אַז א פריערדיגע ווערסיע פון גָאט פוּן אַבְרָהָם טרעפט מען שוין געדרוקט אין קראָקע אַזש צוריק אין שנ"ז — הונדערט דריי־און־פערציג יאָר בעפאָר דער געבורט פונעם אָנגעבליכן מחבר … פאַרגעסט נאָר נישט א פּאַטש צו געבן די לייק און סובסקרייב קנעפּלעך אַריינצוטרייבן דאָס קדחת אינערהאַלב דעם טיראַנישן קאַבאַל פון הַס־קטיגוֹר עליטן און גלאָבאַליסט דעגענעראַטן; א לינק צו ספּעציעלער פּרקמטיא פונעם טייוול־געשעפט אינעם דעסקריפּשאָן ...

" 'אָבער שׂטן,' באַוואַרפט מען מיך שטענדיג מיט שאלוֹת, 'וויאַזוי ספּראַוועט איר זיך מיטן מאָנומענטאַלן שוֹפר־צעמישעניש? וואָס גיט אייך כּוֹח און קוראַזש ווייטער אַרומצובונטעווען פון אָחוֹת ביז אָחוֹת? דער תּירוץ איז מאָנאָפלאָראַל אולטראַ־האָניג! גאַראַנטירט אייך א זיס יאָר פריי פון יעדער ערבוביא און באַשטעלט זאָפאָרט פון א באַגרעניצטער צאָל — 'סמאל' בעטש, קאַלט־עקסטראַקטעט, אומפּאַסטעריזירט, און רעאינפאָרסירט מיט א ביאָאַקטיוון קלעב־רעטענשאָן מעכאַניזם צו מאַקסימיזירן אַדהעזיע אויף רונדיגע חלוֹת, פינף מאָל שטערקער פון לענגליכע חלוֹת, און דרייצן מאָל שטערקער פונעם טאָקסישן בין־פלעיוואָרט קאָרן־סיראָפּ וואָס 'ביג־האָניג' שטופּט אַראָפּ אייער פּוֹצֶה־וּמְצַפְצֵפ'לאָזן פּיסק, פּראָמאָקאָד 'טייוול' ...

"נאָר כ'זאָג הלוואי וואָלט ר' לוי יצחק זיך דווקא יאָ מער באַשעפטיגט מיט קאָמפּאָזיציעס צי מיט סיי וואָס אינדרויסן פון די הימלישע טריבונאַלן," זשליאָקעט דער באָמבאַסטישער זקן וכסיל "אָלד וויליאַמסבורג בערבאָן" פון א שוואַרצן בעכער איינגראַווירט מיט א מאַקאַברישן נָחָשׁ הַקַּדְמוֹנִי, "כ'גיי נאָך היינט פאַר טעראַפּי צוליב זיינע פאַרפלאָכטנקייטן, כאָטש וואָס כ'האָב לאָו־קי פון אים א סך געלערנט ... 'אָבער שׂטן, האָט ער געפּעסט דעם באַר מיט זיין חסידישן עדוקעישאָן?' שוטים! ער איז דער באַר — באַר איז באַר־דיטשובער! דער פּאַראַגאָן פון פאָרענסישער געניאַליטעט ... "

דאָס געבעט ביים הייליגן באַרדיטשובער האָט זיך קולמינירט אין א ברייטער מלוה־מלכּה — האַרטנעקיגע קאָצקע־צוקער האָבן געקראַכט מיט פרומער פּאַרע הינטער די קוליסן פון שמאַלציגע וואָנצן געווייקט אין אויסגעדראָשענע געלט־מעשׂיות, כאָטש וואָס מ'האָט וואויל געוואוסט אַז זעק מיט פרישער וואַרע, מוֹפתים פאַר וואָכן, חדשים, און יאָרן האַלטן זיך סאַמע אינמיטן שאַפן ביים זיך דרייען אויף אַזוינע הייליגע מקוֹמוֹת מיטן תּהילימ'ל און א בינטל ליכט.

"נוּ, נוּ," האָט העסקן ר' פישל שטערנפעלד זיך געאַמפּערט מיט א גאָלדענעם טאַשן־זייגער נעבן אויג, פאַרטשעפּעט מיט א חוט־המשולש צום בלאַסן שבת־וועסטל שמוציג פון טשולענט און היימישער מאָסט — "גיט אייך א שאָקל, רבוֹתי! ס'שפּעט, געפערליך שפּעט!" נאָר אִישׁ יָצָא לִמְצֹא לְנַפְשׁוֹ נַחַת, שוין באַלד א שעה נאָכן בענטשן. מאַנכע זענען געגאַנגען זיך אויפקלעבן די פיס אין מקווה, אַריינצוכאַפּן טבילוֹת ווילאַנג מ'האָט זיכערן צוטריט צו א כּשר'ער מקווה; אַנדערע האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אויפן סטערעאָטיפּישן יאַגד נאָך הכנוֹת־שטולן, כאָטש וואָס זיי האָבן זיך כּסדר באַקלאָגט און נאָכגעפרעגט אויף לאָקאַלע כּשר'ע סגולוֹת צו שליכטן ראַנגלענישן מיט קאָנסטיפּאַציע.

מ'האָט אחרי כּכלוֹת הכּל זיך צוריק אַרויפגעדרעפּטשעט אויפן אָפּגעהאָרעוועטן באָס באַהאָנגען ביי די פענצטער מיט פאַרצייטישע מחיצוֹת, אויסן לוקסוס, נישט פרומקייט, מחמת וואָס די נסיעוֹת זענען דאָך סיי ווי בלויז פאַר מענער — היידאַ! מ'פאָרט קיין אַניפּאָלי.

דריי שעה ברציפוֹת האָבן די שבת'דיגע בייכער אַרומגעצאַפּלט אויף א ווילדער ערד צעלעכערט ווי א זיפּל. די צעביילטע שטעגן האָבן געשמיסן אויפן באָס שטיינער, זאַלץ, שליאַכאָטע, און פאַרבלוטיגטע פּגרים פון באַשעפענישן; דער אַלטער קאַקאָפאָנישער מאָטאָר האָט אַרומגעגראַגערט מעכאַנישע רענדיציעס פון רַבֵּנוּ שָׁאַג, וְעוֹד יוֹתֵר טוֹב, און אַנדערע אַנטי־יִאוּשׁ מעלאָדיעס פון זיין צערודערטן רעפּערטואַר — פּראָוואָקאַציעס און מניעוֹת. נאָר די פּושקע־געלטער וואָס אידן האָבן פאַרשפּראָכן, ווער אין זכות פון ר' מאיר'ן און ווער אין זכות פון ר' שייעלע'ן, האָבן זיך געשטעלט אין דער לענג און ברייט זיכערצומאַכן אַז מ'מאָנט נישט פון הימל אויך די לופט פון רעדער און שויבן פון פענצטער.

פּאַוולאָו האָט שאָפירט די שייקע מיט לעבעדיגע ציגאַרעטלעך צווישן די וואָנצן. זיין זיץ ביים רעדל האָט זיך געהוידעט אויף שווערע גרילצנדיגע ספּרינגס וועלכע האָבן דערמאַנט אינעם וויגפערדל אין הויף פון חדר וואָס פלעגט אויסשיסן ציין דורכאויס אומגעראָטענע פיזיק־עקספּערימענטן — נאָר מעלה־מטה, און מיט א זאָטל וואָס סאַרכעט פון ביר און טאַבאַק.

די ראַפינירטע געאָגראַפן מיט צעקנאָדערטע "אהלי־צדיקים" מאַפּעס אין בוזעם האָבן זיך דורכאויס דער וואָך נישט אָפּגעהאַלטן פון טעראָריזירן דעם פּאַוולאָו'ן מיט באַפעלן צו מאַכן א רעכטס, לינקס, בלייבן שטיין, טאָפּשען אויפן גראָז, אָדער משחד זיין פּאָליציאַנטן, כאָטש וואָס אַלע האָבן געוואוסט שוין פון פריערדיגע נסיעוֹת אַז כּדאי הוא פּאַוולאָו לסמוֹך עליו בשעת הדחק — א אידישע נשמה … נעבעך … ער געדענקט נאָך זיין באַבע צינדן ליכט פרייטאָג־צונאַכטס — נאָר איצט, לכּבוֹד מוֹצאי־שבת, האָבן זיך נישט געטראָפן קיין וואָלונטירן אים צו שטיין אויף די געהירן.

די וועלכע האָבן נאָך נישט געכראָפּעט האָבן געציילט די מינוטן ביז "בָּרוּךְ הַמַבְדִיל" שפּרייט אויס זיינע טונקעלע לאַפּעס איבערן ברייטן אַטלאַנטיק. דער טעלעפאָן האָט זיך דאַן צוגעשמידט צום אויער אויף א וְנָתְנוּ־באַריכט מיט דער שטוב: א גוטע וואָך! וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָ, וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָרט, וויאַזוי האָבן די אַראַנזשירונגען זיך למעשׂה אויסגעאַרבעט, ווער האָט געמאַכט קידוש און געטיילט מוֹציא, וויאַזוי האָבן די קינדער געהאָרכט אינדערהיים, געדאַוונט אין שול, און צי ברענגט ער זיי אַהיים מתּנוֹת אָדער שלעק; וועטער, זכר, קידוש, ברית, באַוואַרפן, שבע־ברכוֹת, נסיעה פּלענער, רכילוֹת, און אַנדערע נומערן צו רופן איינמאָל די שיירא הויערט אַראָפּ אין פּוילן — אַלץ אויף פאַרטויבנדיגע טענער, צוליב'ן גראַגעריי פון מאָטאָר, גערויש פון ווינט, זעצעריי פון די טינטערלעך, פּלאַפּלעריי פון שכן, און די טיפּישע יעלוֹת צווישן א כאַאָטיש געזינדל אינדערהיים ווי נאָר דער ליבער שבת־קוֹדש גאָפּלט אָפּ.

די טעלעפאָנען און געשפּרעכן זענען שוין אַלע אַנדרימלט געוואָרן אינעם פינצטערניש; די נשמה־יתירה, אויף איר וועג אַרויס, זויגט דאָך ביי יעדן דעם מאַרך. עוֹלם פּאָפט און שנאָרכצט, ווען אויפאַמאָל בליצן אויף די לעקטערלעך העכער די קעפּ און נעמען זיך מנקר זיין אויגן; די טיר פון באָס פּראַלט אין זעלבער צייט אויף מיט א פּנעוומאַטישן האַפּטשו — "אסססותתתתא!"

"יאָ, מ'זעמיר דאָ!" גראָבט פישל אַריין דעם גרילצנדיגן מיקראָפאָן צו זיך אין גאָרגל — "עיר הקוֹדש אַניפּאָלי! הייליגער רבי ר' זושא! מ'וועלמיר זיך נישט אַוועקרירן פון דיין קליאַמקע," סטראַשעט ער דעם צדיק מיט א חוֹני־המעגל, "מ'גיימיר נישט אַרויס פון דאָ מיט ליידיגע הענט — בין איך גערעכט, ר' משה וואָלף? אידן דאַרפן ישועוֹת, רפואוֹת, פּרנסה, און נוּ? רבוֹתי, עוּרוּ יְשֵׁנִים מִשְׁנַתְכֶם! שלאָפן וועט מען אין קבר. ס'איז שטאָק טונקל אינדרויסן, רבוֹתי, ברענגטס מיט די פלעשלייטס. נוּ? ווער איז דער בחור'ל דאָרט, האַ? וועק זיי ביידן אויף. סתּם צו שלאָפן האָבן זיי דאָך געקענט בלייבן אינדערהיים. אוי וויי, העלף אים דאָרט טרעפן זיין קאַפּל ... "

א צעפליקטע לבנה מיט בלויז פיר פּראָצענט באַטעריע קריכט אַרום פאַרכמורעט אינעם געדיכטן נעפּל וואָס שוויצט אַרויס פונעם טייך "זשאַריכאַ" — חוֹשך וערפל. א נידערטרעכטיגער פראָסט לאָקערט אין דער אַטמאָספער און שניידט א בייסיגן רויך צווישן נאָזלעכער און אַנדערע נקבים וחלולים. מ'הערט דעם פרעכן ווינט אַריינפייפן אינעם פריצייטיגן קוקעריקו פון א שֶׂכְוִי ביי וועלכן מ'דאַרף רעקאַליברירן די בִינָה — הייזעריגע הינט בילן אָפּ מיט געמישטע רעאַקציעס.

דער צירקאַדיאַן־ריטעם איז קענטליך צעפראַסקעט ביי א שפּאָר ביסל באַשעפענישן אין אַניפּאָלי, נאָר נישט צווישן דער מענטשליכער באַפעלקערונג וואו אַלץ איז שאַ־שטיל און איינגעהילט אין שלאָף. ס'קען זיך אַזש דאַכטן אַז פאַר די לאָקאַלן אַרט גאָרנישט גענצליך איבערצוהיפּן די ברעטשעוואַניע און דערהויבענע אַקטיוויטעטן פון א הייפל זשידן אינעם ליכטיגן אוֹהל.

טייל זשידן טראָגן שטריימל־בעקיטשע, זיי האַלטן ווי ר' גמליאל אַז ס'איז נאָך מוֹצאי־שבת; אַנדערע טראָגן הוט־רעקל, זיי האַלטן ווי ר' אליעזר אַז ס'איז שוין זונטאָג־פאַרטאָגס. א דריטע קאַטעגאָריע לעזט די מחלוֹקת מיטן באַליבטן קאָמפּראָמיס פון די חכמים: הוט־בעקיטשע. מחמירים גייען אויך ווייסע זאָקן און וואַרטן אַז דער שוואַרצער הימל זאָל לאָזן פונאַנדערשיידן בין תכלת ללבן. וועטעראַן קברים־פּילגרימען טראָגן קוטשמע־כאַלאַטל זיך צו באַשיצן קעגן קעלט און היץ, רעספּעקטיוולי. א כאָפּטע בחורים און יונגעלייט דערקוויקט זיך מיט בעל־עגלה דאַשיקלעך — א געוואַגטער פּראָטעסט קעגן דעם קוֹשי־השעבוד פונעם היימישן קאָנפאָרמיזם.

דער זייגער רוקט זיך, פרישע זאַפּאַסן טרערן קומען און גייען, מ'האָט שוין אַריבערגעשפּרייזט קאַפּיטל קי"ט און אַלץ פון דער אומפריינטליכער רעכטער זייט תּהילימ'ל, מ'האַלדזט זיך שוין מיט די קורצע שיר־המעלוֹת'לעך וואָס מ'געדענקט נאָך פון די קינדישע יאָרן מיט נאַש, גוֹרלוֹת, סלינקיס, און קוגעלעך; שאַרפע נעזער שמעקן שוין א האָצגעפּוילטאַלעסגיץ, און וואַכיגע אויערן כאַפּן גאָר אויף סיגנאַלן פון א דראַמאַטישן רעש אויבן אין הימל.

א בייזער האַרמידער הייבט פּלוצלינג אָן טאַראַראַמעווען אינדרויסן — א ביבלישער דָּא לְדָא נָקְשָׁן באַטראַסקעט די פאַרהויקערטע חסידישע עצמוֹת. אַנטיסעמיטישע כוליגאַנעס באַוואָפנט מיט העק, הייגאָפּלען, סערפּן, פלאָקן, בולאַוועס, און כלערליי פּאָגראָמיש געצייג גראָד אַרויס פון די "מחנים" ביכער יאַווען זיך מיט האַסטיגע טריט אין ריכטונג פון אוֹהל.

"טאַק דאָ קריזשאַנאָ וואַני!" פּילדערן די צעיושטע פּויערן, אין שפּיץ פון גלח, אויפן טראַדיציאָנעלן חזן־וקהל סדר. מ'פאַרשטייט נישט די היציגע לאָזונגען זייערע … די היימישע דאָלמעטשער פאַרענטפערן זיך אַז זיי קענען לעוֹלם איבערזעצן בלויז אונגאַריש … אָבער עפּעס, להבדיל, אַזאַ קוֹל מְבַשֵּׂר מְבַשֵּׂר וְאוֹמֵר — מ'זעט באַשיינפּערליך ווי זיי וואַרטן בלויז אויפן געזאַנג פון תִּתְקַבֵּל אָנצוהייבן שמייסן.

אין אוֹהל לאָזט מען א מעמד צאתכם־לשׁלוֹם אין שוואונג — קידוש־השם בטעם של פּעם. דער רעש אין הימל, שפּירן זיך הערצער פאַרראָטן, איז וואַרשיינליך געווען די כּף־חוֹבה פון וואָגשאָל וואָס האָט אַראָפּגעקראַכט מיט א הילכיגן זעץ ערגעצוואו צווישן קאָסוב און קיטוב, נאָכן אונטערברעכן איר גלייכגעוויכט צו די לעצטע מאַכינאַציעס פונעם אויבנדערמאַנטן פּאָדקאַסטער.

אוֹי זושא זושא, צי מיינסטו דען אַז אפילו אַהיימרופן זיך געזעגענען פון ווייב און קינדער קענסטו נאָך יאָ? דער צעלולאַרער דוֹפק אין אַניפּאָלי האָט דאָך אויסגעהויכט פון די כּשר'ע טעלעפאָנען שוין צוריק ביי רָחוֹק מִישׁוּעָתִי דִּבְרֵי שַׁאֲגָתִי. דער שטרענגער הכשר האָט באַזונדער אויסגעריסן די מעגליכקייט אָפּצושרייבן א טעקסט־מעסעזש וואָס וואָלט זיך כאָטש געקענט אַרויסשלאָגן אַחֲרֵי־מוֹת, אין א גוטער מינוט, ספּעציעל באשמוֹרת הבוֹקר, באַקאַנט אַלס אַן עת רחמים ורצוֹן.

פּנחס מענדל בערגער, א טעכנאָ־קוטשמע פון א געניטער אַלצווייסערישער בריגאַדע, פאַרמאָגט דעם איינציגן טעלעפאָן אין אוֹהל וואָס צאַנקעוועט נאָך מיט פאַרבינדונג־סיגנאַלן. פּנחס מענדל איז וואויל אויסגעקנאָטן אין נוֹשׂאים פון סים־קאַרדס, קאָלינג־קאַרדס, לאָנג־דיסטאַנץ, ראָומינג, פּריפּעיד, פּאָוסטפּעיד, מעמבערשיפּ בענעפיטן, און לאָיאַליטעט פּראָגראַמען — אַן אינטעגראַלע ראָלע אין זיין סיפּוק־רוֹחני שפּילט אויך די מוניציפּאַלע גאַרבעזש־פּיקאָפּ רוטין, תַּחֲנוּן קאַלענדאַר, מזל־טוֹב רעגיסטער, און שבת־הגדוֹל אַקאָמאָדירונגען.

פּנחס מענדל איז צו פרום און אַנאַלאָג פאַר סאָפטווער קאָודס, אָבער ער איז גאָר געשליפן אין עריע־קאָודס, זיפּקאָודס, און דייל־אין קאָודס; קאָלעקט־קאָל, טראָנק, פּראָמאָ, ריבעיט, ראַוטינג, פּאָסטמאַרק, שיפּיניג, און גרעיפּ־דזשוס קאָודס ... בשתּיקה קען ער אויך הצלה דיספּעטש טען־קאָודס ... ער איז באַהאַוונט אין יעדער צייט־פאַרשווענדונג וואָס קען פאַרשפּאָרן א ניקל מיטן איבערקליגלען די סיסטעם. נאָר זיין טעלעפאָן איז פּונקט אַזוי ווערטלאָז ווען ס'גראַטשקעוועט א פּאַנדעמאָניום מבית ומחוץ און צעשמעטערט סיי וועלכע האָפענונג פאַר טעלעקאָמוניקאַציע.

עטליכע אידן זענען מנדב זייער וועזן צו הערמעטיש באַפעסטיגן די טיר — צופיל אַלטערנאַטיוון וואו צו שטיין אָדער גיין פאַרמאָגן זיי ממילא נישט. אַנדערע לייגן זיך פּאַראַלעל מיטן מגיד און ר' זושא'ן, כאָטש וואָס מ'שלאָגט זיך אַביסל אויף פּאָזיציעס און צוטריט. די מצבוֹת זענען שוין אָקופּירט נאָך פון אפילו פּרע־סומאַטאָכע, מחמת וואָס פּרעכטיגע קערפּער פּראַקן זיך אָפט אויס דערויף ראָמאַנטיש, בויך צו דר'ערד, מחילה צום הימל, און סוֹדוֹת'ן זיך מיט די נשמוֹת פון הייליגע לייט — הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי — איצט שטרעקט מען זיך אויס אויך ביי ר' דוד'ן און ר' יהודה לייב'ן.

בְּמוֹצָאֵי יוֹם מְנוּחָה, אַן אלול'דיגער פּיוט אימפּאָרטירט קיין אַניפּאָלי מיט עקזאָטישער גנאָד, סאַמע ווינטער, פאַרקירעוועט זיך איצט אָן קיין וואָרענונגען גראָד צום יוֹם־כּיפּור קטן אַריין. נאָר דער שיטערער יוֹם־כּיפּור קטן גופא ווערט אויפסניי רעדוצירט בלויז צו קבלת עוֹל מלכות שמים. רבינו ניסים האָט פאַרפאַסט א וידוי? וידוי הגדוֹל גאָר? ר' איד, אוֹי לִי וַוי לִי אֲהָהּ עָלַי אוֹיָה עַל נַפְשִׁי, ס'איז ליידער נישטאָ קיין צייט אפילו פאַר תְּפִלָה לְעָנִי — מעידעי! מעידעי! מ'יאָגט אַראָפּ ווערטיקאַל צום ריזיגן, פאָרכטיגן, אומצוויידייטיגן, פּעך־שוואַרצן שְׁמַע!

עוֹלם איז היפּש מזלזל אינעם בָּרוּךְ שֵׁם — מ'שלינגט איין דעם דריילינג בלחש און בכיפּערניש. די תּאווה אים צו פאַרהילכיגן דורכאויס יוֹם־כּיפּור, מילא; אַן אויפשטאַנד אין א גאַנציאָריג שעפּטשעריי וואָס עקספּלאָדירט מיטן גראַוויטאַס פון נוסח ימים־נוֹראים — דער איינטאָגיגער מעטאַמאָרפאָז פון כּלל־ישׂראל צו מלאכים, אונטערגעהעצט דורך לערער און מחזוֹרים פון אַלע שיכטן און קרייזן. אָבער נישט זונטאָג־פאַרטאָגס, אין אַניפּאָלי, ערב־פּאָגראָם, אַבי אַריינגעקלעבט דריי שטיק, ווען ס'איז לכל הדעוֹת כּדאי אָנצואווענדן די כּוֹחוֹת און קאָנצענטראַציע אויף זיבן הייסע רונדעס ה' הוּא הָאֱלֹקִים.

מ'לאַנצירט ה' הוּא הָאֱלֹקִים צו די הויכע ספערן מיט דער נשמה אין די זאָקן. אַחַת, אַחַת וָפַחַת, אַחַת וְתַּחַת, און ערגעצוואו פאָכעט די פּינקטליכע ספירה פונאַנדער אינעם נעפּל, פילייכט צווישן פינף און זעקס, ביים זיך אַריבערקלייבן פון רעכטע צו לינקע פינגער. א טאַקטישע רעזאָלוציע אַרויפצושיסן גאָר אַכט שטיק, כאָטש קאָנטראָווערסיעל, קריגט א גרין־ליכט פון דריי קאָלטענעוואַטע בערד — בעסער שבע תּמימוֹת מיט א טאָפּלטן שם־לבטלה, ווי איידער זעקס מיט אַן אייביגער חרטה.

די רוֹצחים איזדיעקעווען זיך אויפן פראָסטיגן טייך מיט דער פולער עקספּלואַטאַציע און מאָנסטראָזיטעט פון וְעַל חַרְבְּךָ תִחְיֶה. זיי האַקן אים אָפּ דעם גראָבן קאָפּ, שינדן דאָס אייז מיט אכזריות, און אויפאַמאָל הייבט קאַלט וואַסער אָן פליסן ווי אידיש בלוט … וּנְשַׁלְמָה פָרִים, וואַגט זיך דער גלח א דבר־תּוֹרה ... די באַנדיטן גאַרטלען זיך אונטער מיט גאָלע מסירת־נפש און שפּרינגען איינער נאָכן אַנדערן אינעם "זשאַריכאַ" אַריין. די פּויערישע קערפּער סקרוכעווען פון די אייזיגע טבילוֹת און סאָפּעווען מיט יסורים באהבה — א נייער שיגעוֹן אָנצוהייבן די וואָך: מַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה.

1768967617448.webp

באַמערקונג: א פריערדיגע ווערסיע פון דער דערציילונג האָב איך ערשט געהאַט אַריינגעפלאָכטן אין צווייטער האַלב פון "פחת ופח" — "כוואַליעס #5"
 
בייגעלייגטע פיילס

לעצט רעדאגירט:

View attachment 12360

באַמערקונג: א פריערדיגע ווערסיע פון דער דערציילונג האָב איך ערשט געהאַט אַריינגעפלאָכטן אין צווייטער האַלב פון "פחת ופח" — "כוואַליעס #5"
איך האב מיך ממש דערשטיקט פאר געלעכטער ליינענדיג אין קרעמל...😂😂😂

"מ'לאַנצירט ה' הוּא הָאֱלֹקִים צו די הויכע ספערן מיט דער נשמה אין די זאָקן. אַחַת, אַחַת וָפַחַת, אַחַת וְתַּחַת, און ערגעצוואו פאָכעט די פּינקטליכע ספירה פונאַנדער אינעם נעפּל, פילייכט צווישן פינף און זעקס, ביים זיך אַריבערקלייבן פון רעכטע צו לינקע פינגער. א טאַקטישע רעזאָלוציע אַרויפצושיסן גאָר אַכט שטיק, כאָטש קאָנטראָווערסיעל, קריגט א גרין־ליכט פון דריי קאָלטענעוואַטע בערד — בעסער שבע תּמימוֹת מיט א טאָפּלטן שם־לבטלה, ווי איידער זעקס מיט אַן אייביגער חרטה."

😂😂😂😂😂😂😂😂😂

"טייל זשידן טראָגן שטריימל־בעקיטשע, זיי האַלטן ווי ר' גמליאל אַז ס'איז נאָך מוֹצאי־שבת; אַנדערע טראָגן הוט־רעקל, זיי האַלטן ווי ר' אליעזר אַז ס'איז שוין זונטאָג־פאַרטאָגס. א דריטע קאַטעגאָריע לעזט די מחלוֹקת מיטן באַליבטן קאָמפּראָמיס פון די חכמים: הוט־בעקיטשע. מחמירים גייען אויך ווייסע זאָקן און וואַרטן אַז דער שוואַרצער הימל זאָל לאָזן פונאַנדערשיידן בין תכלת ללבן. וועטעראַן קברים־פּילגרימען טראָגן קוטשמע־כאַלאַטל זיך צו באַשיצן קעגן קעלט און היץ, רעספּעקטיוולי. א כאָפּטע בחורים און יונגעלייט דערקוויקט זיך מיט בעל־עגלה דאַשיקלעך — א געוואַגטער פּראָטעסט קעגן דעם קוֹשי־השעבוד פונעם היימישן קאָנפאָרמיזם."

😂😂😂😂
 
Back
Top