זייער א מאדנע שנירל.
זאג מיר; יעדעס מאל דו ביסט אויף א עלעוועיטער מיט מענער וואס דו קענסט זיי נישט, נעמסטו דיך שמועסן? צענדליגע מאלן וואס איך בין אויף א עלעוועיטער, עס קען זיין אפילו עטליכע מענער, און מען קען שניידן די לופט פון שטילקייט.
פארוואס פילסטו אזא געברויך צו שמועסן אויף א עלעוועיטער? נאר וויבאלד עס רעדט זיך פון א פרוי? אויב דו פילסט אומבאקוועם אין א עלעוועיטער מיט מענטשן, איז עס דיין פראבלעם, און אויב פילסטו אומבאקוועם דווקא ווען דו ביסט אין עלעוועיטער מיט א פרוי, דעמאלטס גיי צום דאקטאר.
זיך נעמען שמועסן מיט א פערזאן וועמען דו קענסט נישט - סיי א מאן און סיי א פרוי - איז די מערסטע אומנאטורליכע זאך וואס קען נאר זיין, און איז מאדנע ביז גאר, און בפרט א היימישע וועט עס זיין נאכמער אומבאקוועם פאר זי ווי פאר דיך.
עכ"פ איך זע נישט די געברויך פון זיך אויסלערנען וואס צו טון אין אזא פאל.