זיבעצן

קאצקער

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 12, 2024
מעסעדזשעס
69
רעאקציע ראטע
290
פונקטן
53
איך,
צייל שוין זיבעצן יאר זינט דער אפל פון
מיין אויג,
זיין פלאץ אין דעם ענדלאז פון ג-ט'ס יקום
געפינט,
טאג און נאכט אן קיין נויג,
אייביג זינט,
וואקסט ארום עפעס א דיר,

א פרעמדער,
לעבסט מיר אין מיין קאפ,
דו פייניגסט,
כ'קען דיר קוים א טראפ,
צעברעכסט מיין הארץ טעגליך,
מאכסט מיר טראכטן אפשר מעגליך,

מעגליך אז ס'גייט דיר,
גארנישט אן קיין האר,
קוק אויף מיר,
מאך זיכער אז ס'איז וואר,
מ'קען מיר זעהן,

אויב כ'בין ערלויבט,
באגלויבט,
איז עס דו דו דו,
וועט אייביג זיין דו דו דו,
וואס נעמט אויף מיין הארץ,
מאכט ליכטיג און שווארץ,

אייביג געווען דו דו דו,
וועט אייביג זיין דו דו דו,
וואס מאכט מיר א לייט,
וואס נעמט אויף מיין צייט,
אבער וואס שטייסטו מיר אזוי ווייט,

איך,
וועל קיינמאל פארשטיין,
דעם מיין,
פון פיין,
טיעף אריין,

אדער טרעפן סיבה,
צי גלייבן,
זאכן טיעפע,
דאס פאקט איז אבער
אז
כ'קען א בוך שרייבן,
אויף אלע פראגן,
וואס כ'האב נאר
געהאט,
און דו שטייסט אויף יעדע זייט,
 
Back
Top