איינס פון די אומגשריבענע פארשריפטן פונעם חרדישן קולטור (אדער בעסער העדר קולטור), איז, אז מ'האט נישט קיין הונט.
די היסטאריע פונעם מנהג גייט נישט צוריק צו לאנג, ווייל איינער וואס ליינט פון פארצייטישע ביכער וועט גענוג מאל זיך אנטרעפן מיט חרדים וואס האבן פארמאגט א הונט'ל, הגם וואס אין רוב פעלער איז עס געווען א watchdog, און האט געדינט ענליך צו וואס א סעקיורעטי קאמערע דינט היינט, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין אפיציעלער איסור אויף פארמאגן א הונט.
אין חז"ל טרעפט מען שוין אן איסור צו פארמאגן א כלב רע, וואס מיינט א הונט וואס איז נישט טרעינירט געווארן צו באגיין מיט מענטשן און עס איז עלול צו בייסן, סיידן אויב מ'בינדט עס צו מיט שלשלאות של ברזל.
די בולשיט וואס געוויסע וועלן פארקויפן איז, אז א הונט איז א חיה טמאה און ס'ברענגט קליפות וכו' מן המיסטיקה.
איינער וואס האט נאר א קליין מח בקדקדו ווייסט ווי לעכערליך די טענה איז, ווייל אסאך מענטשן פארמאגן טמא'נע פיש, פייגל און בע"ח ווי א רעביט, טורטיל, קאץ, העמסטער, וכו' און אין פוצה פה.
איין סיבה וואס כ'האב אמאל געקלערט אז דאס קען זיין די גורם איז אז מ'וויל נישט די קינדער זאלן זען ווי די חיות זענען זיך מזדווג און דערנאך געוואר ווערן אז דאס איז די אופן וואס מען האט קינדער רח"ל.
דאס איז אבער אויך לעכערליך מעיקרא, רוב הונט'ן ווערן מסורס צוליב א פראקטישן סיבה, אז זיי זאלן נישט ווערן אגרעסיוו, הגם אז פאר א איד איז פארבאטן ע''פ תורה צו מסרס זיין זיין בע"ח, קען מען קויפן דעם בע"ח ווען ס'איז שוין מסורס.
אדער איז דא אן עצה צו מקנה זיין דעם בע"ח צו א גוי און עס אזוי מסרס זיין.
עכ"פ ע''פ הלכה זע איך נישט קיין קראנטע סיבה אז מ'זאל נישט קענען פארמאגן א הונט'ל.
די מעלות פון יא האבן איינס איז גאר גרויס.
א הונט'ל איז זייער טאראפיוטיק, עס העלפט אסאך ארויס מיט'ן אנטוויקלונג פון א קינד, צו ס'איז די אחריות פון קעיר נעמען דערפון, צו די ליבשאפט און שמחת החיים וואס עס ברענגט אריין. שטודיעס ווייזן אז אזויפיל ווי 74% הונט פארמאגער זאגן אז זייער הונט'ל האט פארבעסערט זייער גייסטישע געזונטהייט.
ווער עס האט צוצולייגן צום נושא, אדער אפירקומען מיט א מהלך וויזוי מ'זאל קענען אריינברענגן הונט אין אונזערע קאמיוניטי'ס ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן.